וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 22, 2020 3:05 am

איך מיז מודה זיין אז איך האב זיך טועה געוועהן אין טראמפ, איך האב געהאלטען אז ער וועט אויפגעבן ווען ער וועט זעהן אז ער האט פארלוירען פעיר ענד סקוועיר די פארמעסט און אדערווייל זעהט אויס ווי דאס איז די קעיס און ער האט דערווייל נישט קיין שום לעגיטימע סיבה אויפצוהאלטען דאס לאנד פון זיין אפיציעלע קאנסעשאן רעדע.

איך טראכט צו מיר פארוואס האב איך נישט געוואוסט בעפאר אז דאס גייט פאסירען? איז דען די ליבעראלע מידיע גערעכט געוועהן מיט די וועג וויאזוי זיי האבען כאראקטעריזירט די פרעזידענט ביז היינט? די ענטפער איז אז מיר האבען אלע געוואוסט א גאנצע צייט אז ער איז משוגע און אפילו מודה געוועהן דערצו אבער טראמפ איז קיינמאל נישט געוועהן די ציהל פון אים שטיצען, אמעריקעס סוקסעס איז געוועהן.

עס איז דא סיבות פארוואס מען קען פארשטיין טראמפ פאר זיין צודרייטע עקשאן, איינס איז נקמה! ער נעמט ריין נקמה אין די דעמאקראטען פאר די ראושע קעלוזשען האוקס, נקמה פאר די מולער אינוועסטיגעישאן, נקמה אין די שטארק איבערגעטריבענע דעמאקראטישע אומפיטשמענט און די צווייטע סיבה איז אינטערצוברענגען די טראסט אין די מידיע, פון היינט און ווייטער זאל מען אויף יעדע נייעס וואס קומט פון די מעין סטריעם מידיע פרעגן דערויף, איז עס אמת?.

די נקמה באשטייט פון אהער שטעלן א באזע פון צענדליגע מיליאנען מענטשען וואס וועלן קיינמאל מער נישט גלייבען די מידיע, קיינמאל נישט גלייבען קיין עלעקשאן רעזולטאטען, און וועלן קיינמאל נישט מוחל זיין די דעמאקראטישע פארטיי מיט די מידיע פארען ״אומלעגאל״ אראפ ווארפען זייער מערסט באליבסטע פרעזידענט אין היסטאריע.

דאס איז לכאורה די איינציגסטע אויפטוה פון די טראמפ גרענדסטענדינג אין די לעצטע צוויי וואכען, פאר מיר איז עס אבער שטארק דענערווירענד די ראולער קאוסטער רייד וואס ער פרובירט צו נעמען זיינע שטיצער אויף, האסט פארלוירען? דאן גיי פון דא און לאז די לאנד גיין צו זייער נעקסט סטעפ.

אז איך גיי צוריק צו די עיקר סיבה פארוואס איך האב געגליכען טראמפ, איז עס אלעמאל בלויז געוועהן ווייל איך האב געוואלט אמעריקעס סוקסעס - פארקערט ווי א טייל שטיצער דא וואס זייער שטיצע פאר טראמפ איז געבויעט אויף הכרת הטוב, ראבאשקין פי טי עס די אדער אידישקייט - איז עס ביי מיר נאר געוועהן געבעיסד אויף די פאקט אז די מאכטפוהלע אמעריקע וואס איז אלס געוועהן שעפעריש מיט נייע געדאנקען און אריבערגעשפרייזט יעדע אוממעגליכקייט און מצליח געוועהן צו בלייבען די שטערקסטע און מערסט מאכטפוהלסטע לאנד אין די וועלט פאר אזא לאנגע צייט האט אנגעפאנגען ווערן א אלטע צובראכענע אינוואליד.

זייט בוש און די רעפובליקאנע פארטיי האבען אריינגעדרייט די לאנד אין צוויי ביטערע מלחמות, אויסגעספענט טריליאנען דאלארען און נאך צוגעענדיגט זייער זשאב אין 2008 מיט אן עקאנאמישע קראך וואס האט גוט וויי געטוהן פאר א לאנגע צייט האט שוין אויסגעזעהן ווי די גאלאפ פון לאנד גייט מיט אן אימפעט אויפען בארג אראפ.

די טויש וואס אבאמא האט צוגעזאגט איז געקומען אין א פארום פון ענדלאזע אמפערייען אין קאנגרעס ווי זיינע אויסער ווי געווענליכע שטרענג אידעאלאגישע מיינונגען האבען געקרעשט מיט די רעפובליקאנע אויף א פארנעם ווי לעים דאק איז געווארען סטאנדארד און די נייע וואשינגטאן נארם, און זיין בר פלוגתא די רעפובליקאנע פארטיי זענען געוועהן נאך ערגער ווייל זיי האבען קיינמאל נישט געטראפען די מעסעדזש וויאזוי זיי קענען ראליען די לאנד אינטער א פרישע געדאנק א חוץ ארויפברענגען איינמאל און נאכאמאל זייער פייערדיגע צוזאג צו ריפיעלען אבאמא קעיר, א צוזאג וואס די רעפובליקאנע שקרנים האבען קיינמאל נישט דעליווערד.

טראמפ האט צוגעזאגט און דעליווערד ווי א שטאלצע אמעריקאנע פרעזידענט, סוקסעס איז געוועהן זיין מאטא און דאס איז אקוראט וואס די לאנד האט געמיזט האבען, איך קען די רענט וואס די מידיע און די אנטי טראמפ ניקים קענען אלס אראפ לייגען אבער פאקט איז אז טראמפ איז די ערשטע פרעזידענט וואס האט גערעדט די ריכטיגע שפראך צו טשיינע, זיי פארגעהאלטען פאר זייער אפענע און באהאלטענע גניבות אויף אמעריקאנע ביזנעסער, ארויפגעלייגט טאריפס אויף זייערע פראדוקטען צו ענקורעזשען ביזנעסער צו פראדוצירען זייערע פראדוקטען אין די יונייטעד סטעיטס, גערופען יעדע קאר קאמפעני און אפלייענס קאמפעני אז זיי זאלען מאכען זייערע פראדוקטען דא, דאס איז די לידערשיפ וואס איז גוט פאר אמעריקע, דאס איז די סוקסעס וואס האט געמאכט אמעריקע שטארק אין די פארגאנגענהייט, און דאס איז די זעלבע מאטא וואס האט געדרייווט טראמפ צו שטעלן דעם וואנט צוריק צו האלטען ביליגע ארבייטארער און סכנהדיגע דראגס פון שאדען מאכן פאר די לאנד.

קאוויד איז געקומען און ארויסגעווארפען אלע טשארטס, אפילו איך בין היינט צוטאגס הינדערט פראצענט קאנווינסד אז טראמפ האט געהאנדעלט קאוויד ווי א פראפעשאנעל און געטוהן יעדע זאך ריכטיג איז אבער נאכאלס דא הינדערט טויזענט מענטשען מער אין אמעריקע וואס זענען יא געווארען באאיינדרוקט פון די פאלשע נייעס וואס די שקר פוהלע מידיע האט געטוישט זייער מיינונג און זיי האבען געברענגט די ביידען געוואונס.

דאס אז די דעמאקראטישע פארטיי און ביידען זענען געוועהן סוקסעספוהל איז בכלל נישט געפערליך און מען קען דאס אקצעפטירען הגם זיי האבען גארנישט צוגעזאגט קיין גוטס פארען פאלק און זיי זענען נישט בינדענד דורעך צו פירען קיין שום פאליסי אדער ביל ווייל זיי האבען גארנישט צוגעזאגט אין דעם קאמפיין - א היסטארישע געוואונס וואס איז געקומען אן קיין שום פראמיסעס - קען מען פארדייען דעם ביידען מער ווי רוב אנדערע דעמאקראטישע לינק פליגעלדיגע דעמאקראטען.

די איינציגסטע צוזאג וואס ביידען האט יא געגעבען איז געוועהן צו היילען די צוטיילטע פאלק און אט דאס איז א גרויסע צוזאג וואס איז שווער צו גלייבען אז דאס זאל קענען מצליח זיין און אויב אין פיר יאר ארום איז די קאמיטמענט דורעכגעפאלען דאן איז ער א דורעכפאל פאר די היסטאריע.

די רעפובליקאנע פארטיי מצד שני שטייט יעצט אויף סך א גרעסערע שייד וועג און אויב זיי גייען בלייבען פארטראמפט דאן האבען זיי זיך גארנישט געלערנט פון טראמפ אין די לעצטע פיר יאר, ווארף דעם טראמפ אינטער דעם באס ווי טראמפ האט ענק געלערנט אויב וואלט איך געוועהן א טייל פון די לידערשיפ אין די רעפובליקאנע פארטיי וואלט איך אנגעהויבען א ריזיגע פי אר קאמפיין: מיר זענען פאר אמעריקעס סוקסעס מיט אדער אן דאנעלד טראמפ, מיר שטייען פאר די צען פאליסיס און מיר וועלן ארבייטען מיט די צוקונפטיגע פרעזידענט אויף די צען וויכטיגע סאבזשעקטס.

ניצט אויס ביידענס איינציגסטע צוזאג צי די סוקסעס פון לאנד און ארבייטס צו עדווענסען די הצלחה פון לאנד, אויב די רעפובליקאנע צוזאמען ארבייט מיט ביידען גייט מיינען אז קעיסיק און ראמני רעפובליקאנע פערדן וועלן פירען די רעפובליקאנע פארטיי פרעדיקט איך א אלעקס זשאונס טייפ אוף קרעזי זאל לויפען אין 2024 און פארשטייט זיך געוואונען בגדול.

איינע פון די גרעסטע טוישינגען די רעפובליקאנע ״מיזען״ אויפקומען איז וויאזוי אינטער צו ברענגען ביג טעק בייעסד ארגענעזאציעס און צוברעכן די ליגנערישע מידיע און אט דאס דארף צו זיין זייער העכסטע פאליטישע אויפגאבע אויב זיי ווילען נאך ארום טוישען דאס לאנד לטובתם אין די צוקונפט.

די צווייטע מהלך די רעפובליקאנע פארטיי קען גיין איז פארשען ״האנטער ביידען״ פארשען ״זשאו ביידען״ און אינוועסטיגעיטאן און געבן די גיהנום פאר די דעמאקראטען וואס דאס איז בלויז יושר און פעיר געים און קען זיין די פרישע סיבה פארוואס דאס לאנד זאל טוישען גאנג און גיין נאכאמאל בארג אראפ, עס איז א גרויל צו זעהן די נייע פאליטישע מהלך פון פארשען קעגנער, טראמפ איז נישט צום באשולדיגען דערויף מיסודו אבער גאנץ זיכער א טייל פון די פראבלעם.

עס קומט נאך שבע שבועות פון קאורטס און לאיערס און דערנאך איז א גוטע נאכט מיט טראמפ, וויאזוי גייט אמעריקע אויסזעהן נאכדעם? גייען די רעפובליקאנע בלייבען די צוריק געבליבענע דערשראקענע קאוערדס אדער מאכטפוהלע פירערס און די צוקונפט פון די סוקסעס פון לאנד?

דאס איז די צושטאנד פון לאנד כהיום יום און ווילאנג מען האט נאך פאן מיט טראמפס לאנגע געזעגענונגס דרשה איז די קומענדיגע צוויי יאר קריטיש פאר די רעפובליקאנע פארטיי פירערס צו ווייזען אז זיי שטייען פאר ביזנעסער און ארבייטארער און פאר די פרידען פון לאנד און זיי קאמיטען זיך אנצוהאלטען פאליסיס וואס איז באליבט און פארשטענדליך פארען פאלק.
לעצט פאראכטן דורך מטעמים אום זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג נובעמבער 22, 2020 4:20 am

איר זאגט וואויל
Multiple sources called this election differently

משה בן יעקב
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך משה בן יעקב » זונטאג נובעמבער 22, 2020 6:39 am

אין אמעריקע איז דא א שפריך ווארט it ain’t over until it’s over... וואו לאנג דעי סופרים קראט גייט נישט זאגען אז ער זאל גיין אהיים האט ער אלע רעכטען צי פייטען...

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 6:51 am

;l;p- עשה לי מטעמים כאשר אהבתי

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג נובעמבער 22, 2020 9:05 am

איבער דיין ערשטע פוינט ווי דו מאכסט גאנצע חשבונות פארוואס טראמפ געט נאכנישט אויף, כאילו ווען נישט די אימפיטשמענט אדער ראשע פארשונג וואלט ער שוין קאנסידעט ווי א טאטעלע.

לויט וויפיל איך קען טראמפ מאכט ער נישט די אלע חשבונות, זיין נארסיסטישע איגא לאזט אים באמת נישט איינזען אז ער האט פארלוירן, דעס איז זיין נאטור ער האט באמת געהאלטן פון די ערשטע מינוט אז ער האט געהאט די גרעסטע איינשווערונגס צערמאניע, און אז ער האט געווינען די פאפולער וואוטס קעגן קלינטאן און די 3 מיליאן מער קלינטאן וואוטס זענען געפעלשטע און גאר אויפגעשטעלט א טעסק פארס עס אויסצופארשן.

איך גלייב אז עס אף נאו זעט ער שוין איין אז יאנואר 20 וועט מען איינשווערן ביידן און נישט אים אבער ער האלט באמת אז יעדער דאון די ראוט בא׳גנב׳עט אים, יעדער זשארדש וואס פסק׳ענט עפעס שלא לרוחו אז קארופטירט, אויב די קעיס גייט נאך אנקומען צו די סופרים קאורט און בדרך הטבע גייען זיי נישט טוישן די וואלן רעזולטאטן גייט יעדער אויף די קאורט באנק אריינגערעכענט זיינע 3 נאמיניס ווערן שונאים פארן לאנד און א באנדע אונטערגעקויפטע גנבים.

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך חסד השם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 9:25 am

הר גריזים האט געשריבן:איבער דיין ערשטע פוינט ווי דו מאכסט גאנצע חשבונות פארוואס טראמפ געט נאכנישט אויף, כאילו ווען נישט די אימפיטשמענט אדער ראשע פארשונג וואלט ער שוין קאנסידעט ווי א טאטעלע.

לויט וויפיל איך קען טראמפ מאכט ער נישט די אלע חשבונות, זיין נארסיסטישע איגא לאזט אים באמת נישט איינזען אז ער האט פארלוירן, דעס איז זיין נאטור ער האט באמת געהאלטן פון די ערשטע מינוט אז ער האט געהאט די גרעסטע איינשווערונגס צערמאניע, און אז ער האט געווינען די פאפולער וואוטס קעגן קלינטאן און די 3 מיליאן מער קלינטאן וואוטס זענען געפעלשטע און גאר אויפגעשטעלט א טעסק פארס עס אויסצופארשן.

איך גלייב אז עס אף נאו זעט ער שוין איין אז יאנואר 20 וועט מען איינשווערן ביידן און נישט אים אבער ער האלט באמת אז יעדער דאון די ראוט בא׳גנב׳עט אים, יעדער זשארדש וואס פסק׳ענט עפעס שלא לרוחו אז קארופטירט, אויב די קעיס גייט נאך אנקומען צו די סופרים קאורט און בדרך הטבע גייען זיי נישט טוישן די וואלן רעזולטאטן גייט יעדער אויף די קאורט באנק אריינגערעכענט זיינע 3 נאמיניס ווערן שונאים פארן לאנד און א באנדע אונטערגעקויפטע גנבים.

קאן זיין. אבער סאיז פשוט אז דעי גאנצע אימפיטשמענט ראשע וכ'ו גיבט אסאך צו דא......
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 10:33 am

מטעמים ישר כח פאר דיין ארטיקל, אבער איז דיר נישט דורכגעלויפן א מחשבה אז די אלע הצלחות וואס דו רעכנסט אויס וועגן טשיינע איז פונקט אזא ליגנט ווי די פראוד פון דאמיניאן...
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:02 am

א געשמאקע און גוטע בליק אריין אין דיין מהלך מחשבה, א דאנק.
איך קוק אן דאס אלעס וואס דו רופסט סוקסעס אלס די ענגלישע ווארט, winning the battle, but losing the war.
געווינען די שלאכט אבער פארלירן די גאנצע מלחמה.
אפשר האבן קורצטערמיניגע סוקסעס, אבער קיין וויזיע אויף פאראויס. איבערבויען די הויז אבער אונטערברעכן די פונדאמענט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך גיב א שמייכל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:13 am

Goodmorning האט געשריבן:א געשמאקע און גוטע בליק אריין אין דיין מהלך מחשבה, א דאנק.
איך קוק אן דאס אלעס וואס דו רופסט סוקסעס אלס די ענגלישע ווארט, winning the battle, but losing the war.
געווינען די שלאכט אבער פארלירן די גאנצע מלחמה.
אפשר האבן קורצטערמיניגע סוקסעס, אבער קיין וויזיע אויף פאראויס. איבערבויען די הויז אבער אונטערברעכן די פונדאמענט.

ווען מוואלט אים געלאזט טוהן זיין דשאב געהעריג, און מוואלט אים געגעבן נאך פיר יאר וואלט ער דאס געקענט אקאמפלישן.

קודם שאקלט מען אויף די יסוד, נאכדעם קען מען איבערבויען.

די יסוד האט ער שוין צובראכן, יעצט געב אים אים נאך פיר יאר צורוק אויפצובויען....

יעצט שטויס אים ארויס ווי א מועד, און פרעיג ווי א תם וואס האט ער אויפגעטוהן.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11527
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:32 am

@מטעמים: סופער דופער! יעדעס ווארט הייליג גערעכט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11527
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:33 am

בעריש'ל האט געשריבן:מטעמים ישר כח פאר דיין ארטיקל, אבער איז דיר נישט דורכגעלויפן א מחשבה אז די אלע הצלחות וואס דו רעכנסט אויס וועגן טשיינע איז פונקט אזא ליגנט ווי די פראוד פון דאמיניאן...

מטעמים קומט מיר נישט פאר ווי איינער וואס גלויבט טראמפ בלינדערהייט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:33 am

גיב א שמייכל האט געשריבן:יעצט שטויס אים ארויס ווי א מועד, און פרעיג ווי א תם וואס האט ער אויפגעטוהן.

1) וואוטן פאר א קעגנער מיינט נישט ארויסשטויסן.

2) פיר יאר איז גענוג צייט צו דארפן ווייזן ריזאלטס.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך נקדימון » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:39 am

שיין געשריבן מטעמים.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:39 am

בעריש'ל האט געשריבן:מטעמים ישר כח פאר דיין ארטיקל, אבער איז דיר נישט דורכגעלויפן א מחשבה אז די אלע הצלחות וואס דו רעכנסט אויס וועגן טשיינע איז פונקט אזא ליגנט ווי די פראוד פון דאמיניאן...



Goodmorning האט געשריבן:א געשמאקע און גוטע בליק אריין אין דיין מהלך מחשבה, א דאנק.
איך קוק אן דאס אלעס וואס דו רופסט סוקסעס אלס די ענגלישע ווארט, winning the battle, but losing the war.
געווינען די שלאכט אבער פארלירן די גאנצע מלחמה.
אפשר האבן קורצטערמיניגע סוקסעס, אבער קיין וויזיע אויף פאראויס. איבערבויען די הויז אבער אונטערברעכן די פונדאמענט.


אין אנדערע ווערטער, דו קוקסט אן אנדערע זאכן אלץ סוקסעס, דאס מיינט נישט "קיין וויזיע".
עס איז דא מענטשן וואס זעען נאכנישט אין סאציליזם די איינציגסטע זאך וואס איז בארעכטיגט צו טראגן דעם פאן פון וויזיע אויף פאראויס.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:44 am

נקדימון האט געשריבן:שיין געשריבן מטעמים.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:45 am

בעריש'ל האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:יעצט שטויס אים ארויס ווי א מועד, און פרעיג ווי א תם וואס האט ער אויפגעטוהן.

1) וואוטן פאר א קעגנער מיינט נישט ארויסשטויסן.

אויב די וואוט איז בעד די קעגנער ביסטו גערעכט.

אבער דא איז די וואוט געווען אנטי דעם ארויסגעשטויסענער.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11527
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:52 am

בעריש'ל האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:
2) פיר יאר איז גענוג צייט צו דארפן ווייזן ריזאלטס.

אמת.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:53 am

יוד אלף האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס זעען נאכנישט אין סאציליזם די איינציגסטע זאך וואס איז בארעכטיגט צו טראגן דעם פאן פון וויזיע אויף פאראויס.

״סאשעליזם״ איז סתם א מיאוסע ווארט וואס מענטשן שרייען אויף פאליסיס וואס זיי ווילן נישט דורכפירן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך חסד השם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:03 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:מטעמים ישר כח פאר דיין ארטיקל, אבער איז דיר נישט דורכגעלויפן א מחשבה אז די אלע הצלחות וואס דו רעכנסט אויס וועגן טשיינע איז פונקט אזא ליגנט ווי די פראוד פון דאמיניאן...

מטעמים קומט מיר נישט פאר ווי איינער וואס גלויבט טראמפ בלינדערהייט.

און די אנדערע זייט דארף מען פשוט נישט אויסשמועסן........ וד"ל
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:28 pm

יוד אלף האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:מטעמים ישר כח פאר דיין ארטיקל, אבער איז דיר נישט דורכגעלויפן א מחשבה אז די אלע הצלחות וואס דו רעכנסט אויס וועגן טשיינע איז פונקט אזא ליגנט ווי די פראוד פון דאמיניאן...



Goodmorning האט געשריבן:א געשמאקע און גוטע בליק אריין אין דיין מהלך מחשבה, א דאנק.
איך קוק אן דאס אלעס וואס דו רופסט סוקסעס אלס די ענגלישע ווארט, winning the battle, but losing the war.
געווינען די שלאכט אבער פארלירן די גאנצע מלחמה.
אפשר האבן קורצטערמיניגע סוקסעס, אבער קיין וויזיע אויף פאראויס. איבערבויען די הויז אבער אונטערברעכן די פונדאמענט.


אין אנדערע ווערטער, דו קוקסט אן אנדערע זאכן אלץ סוקסעס, דאס מיינט נישט "קיין וויזיע".
עס איז דא מענטשן וואס זעען נאכנישט אין סאציליזם די איינציגסטע זאך וואס איז בארעכטיגט צו טראגן דעם פאן פון וויזיע אויף פאראויס.

איך קוק אן אונטערברעכן די דעמאקראטישע נארמן, אנזייען האס און צוטיילונג (קענסט זאגן אז אויך די קענגערשאפט האט א גרויס חלק, אבער מען רעדט פון סוקסעס), דאס אז אמעריקע האט פארלוירן די טראסט פון אליאירטע, און אפגעשוואכט די מאראלישע אויבערהאנט איבער דיקטאטורן, די רעספעקט צו אינסטיטוציעס פון די געזעלשאפט, וכו אלס ערגער ווי עני געווינסן.
כהאב נישט קיין אנונג וואו סאציאליזם קומט דא אריין?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:43 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:יעצט שטויס אים ארויס ווי א מועד, און פרעיג ווי א תם וואס האט ער אויפגעטוהן.

1) וואוטן פאר א קעגנער מיינט נישט ארויסשטויסן.

2) פיר יאר איז גענוג צייט צו דארפן ווייזן ריזאלטס.

זייט ווען האסטו אים געגעבן פיר יאר, האט די דנס אמאל קאנסיד די 2016 עלעקשאנס?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:47 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס זעען נאכנישט אין סאציליזם די איינציגסטע זאך וואס איז בארעכטיגט צו טראגן דעם פאן פון וויזיע אויף פאראויס.

״סאשעליזם״ איז סתם א מיאוסע ווארט וואס מענטשן שרייען אויף פאליסיס וואס זיי ווילן נישט דורכפירן.
צוגעלייגטע
9E174CE0-0C77-40E3-BA80-D98F96ACC084.jpeg
9E174CE0-0C77-40E3-BA80-D98F96ACC084.jpeg (170.47 KiB) געזעהן 488 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:09 pm

מטעמים-- טייערע דיבורים! זייער צום זאך און שיין באלאנסירט!

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:35 pm

שיינע ארטיקל @מטעמים.

אין איין וועגס האסטו מיר פארשפארט פון זוכן א פאסיגן אשכול ווי צו שרייבן אז די וואך איז געווען דיין אושפיזין אין די סדרה.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: וואס קומט נעקסט פאר אמעריקעס סוקסעס?

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:55 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:מטעמים-- טייערע דיבורים! זייער צום זאך און שיין באלאנסירט!
---


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”