אנטיסעמיטישע איבערפאלן אין די יו. עס.

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

בענקעל האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:ווי אין נ.י איז ווארשע ?

דא


:lol:
ברענג שוין אהער א בענקעל,
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

וואשינגטאן – האס פארברעכנס קעגן אידן אין אמעריקע זענען געשטיגן מיט מער ווי א דריטל פאראיאר, און האט אויסגעמאכט 58 פראצענט פון אלע סארט רעליגיע-באזירטע אטאקעס אין לאנד. די ציפערן קומען פון די עף-בי-איי, וועלכע האט נעכטן פובליצירט זייער באריכט איבער האס אטאקע אינעם קאלענדער-יאר 17'. דער באריכט צייגט אז האס פארברעכנס בכלל איז געשטיגן מיט זיבעצן פראצענט אין 17', ווען עס זענען געווען 7,175 אינצידענטן קעגן 6,121 אינצידענטן אין יאר 16'. דער פאקט אז אנטי-אידן אטאקעס זענען געווען די גרעסטע פראצענט פון אלע האס אטאקעס, און איז געשטיגן פיל מער ווי אלגעמיינע האס אטאקעס, איז שטארק באזארגנד.
קרעדיט דעילי יוד
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

די מעיער ווערט פארבעטען צו טוישען דעם קעפעל צו אמעריקע אנשטאטץ נוא יארק
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ברוקלין – דער טעקסי דרייווער וועלכער איז מיט עטליכע וואכן צוריק ווילד איבערגעפאלן א חסידי'שן מיטליעריגן איד אין בארא פארק, איז נעכטן געברענגט געווארן אין געריכט, וואו ער איז אפיציעל אנגעקלאגט געווארן מיט זיבעצן קלאגעס, אריינגערעכנט א האס פארברעך קלאגע. דער דרייווער פארוק אפזאל, וועלכער האט א היסטאריע פון געוואלדטאטן און אויסברוכן, איז איבערגעפאלן הרה"ח ר' ליפא שווארץ הי"ו און האט אים צעשלאגן מיט גרויס ברוטאליטעט אינמיטן גאס, פירנדיג צו פארדאמונג אין דער גאנצער אידישער וועלט. אפזאל איז אצינד געקלאגט געווארן, נישט נאר פאר'ן איבערפאל אויף ר' ליפא, נאר אויך אויף 2 אנדערע אידן אין לויף פונעם זעלבן אינדערפרי. עס ווארט אים א מאקסימום פון 7 יאר טורמע.
דעילי יוד
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ביטע לערנען בעיון, ס'יז טיף....
"טיימס" דעקט אויף
פעיסבוק "אנטיסעמיטיזם"

ניו יארק – א לענגערע באריכט אינעם ניו יארק טיימס, טוט אויפדעקן פארשידענע טונקעלע פאקטן ארום דעם טעכנאלאגיע ריז ״פעיסבוק״, און א הויפט אויפדעקונג באציט זיך ארום אנטיסעמיטיזם. דער באריכט שילדערט וויאזוי פעיסבוק האט גענוצט די אישו פון אנטיסעמיטיזם אנצוהאלטן זייער דאמינענץ און פאזיטיוון אימעדזש, און דאס האבן זיי געטאן מיט גרויס לייכטזיניגקייט, נישט כאפנדיג אז זיי גיסן אויל צום פייער פון אידן-האס. פון איין זייט האט פעיסבוק איינגעפלאנצט מעסעדזשעס און פראפאגאנדע, אז די וועלכע קריטיקירן איר זענען אנטיסעמיטן, צוליב וואס די צוויי גרינדער, מארק זאקערבערג און שעריל סענדבערג זענען אידן. אין דער זעלבער צייט האבן זיי געלאזט לופטערן אנדערע פראפאגאנדע, אז די וועלכע קריטיקירן איר, זענען טייל פון א קאנספיראציע דורכ'ן אידישן ביליאנער דזשארדזש סאראוס.
דעילי יוד
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

Man in balcony shouts ‘Heil Hitler’ during Baltimore performance of ‘Fiddler’
A man shouting “Heil Hitler, Heil Trump” during a performance of “Fiddler on the Roof” in Baltimore smelled of alcohol and told police he was motivated by his hatred of President Donald Trump.

Anthony M. Derlunas, 58, told an officer he “had been drinking heavily throughout the night” before the outburst at the Hippodrome Theatre on Wednesday night, according to a police report.

But before details of the police report became public in the early evening, the incident rattled many already anxious about a recent spike in anti-Semitism and hate crimes in Maryland and nationwide.

Audience member Rich Scherr said the outburst, which happened during intermission, sparked fears of a shooting like the one in a Pittsburgh synagogue last month that killed 11 people.

The man, later identified as Derlunas, had been seated in the balcony and began shouting “Heil Hitler, Heil Trump.”

“People started running,” Scherr said. “I’ll be honest, I was waiting to hear a gunshot. I thought, ‘Here we go.’”

Samit Verma was seated in the balcony when he heard shouting and saw a man holding his hand straight up in a Nazi salute, he said in an email Thursday. Ushers rushed over to the man while audience members quickly made their way out of the theater and into the hall, Verma said.

“The people around me appeared to be quite shaken by the incident,” Verma said in the email. “There were some people in tears.”

According to the report, Derlunas said that the final scene of the play before intermission had reminded him of his hatred for the president, which is why he shouted. He was confused when people around him became angry. The officer deduced “that his intention was to express his dislike for President Donald Trump.”

Baltimore Police were called and security escorted Derlunas out a few minutes later, a police spokeswoman said, and the show continued. According to the police report, Derlunas was “calm and compliant” during the interaction and returned to a hotel where he was staying with his girlfriend in the area. Witnesses told The Baltimore Sun that the audience applauded as the man was removed.

Police issued a stop ticket to the man, but he was not arrested, police said. A stop ticket is the least severe measure police can take when responding to a complaint, followed by citations and arrests. Stop tickets do not carry any fines or other penalties and do not require follow-up from the recipient. “As reprehensible as those words are, they are considered protected free speech because nobody was directly threatened,” police spokesman Matt Jablow said in an email.
JP
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

איד אטאקירט דורך
ליבעראלע ביי פראטעסט


פענסילוועניע – א איד איז אטאקירט געווארן דורך ליבעראלע פראטעסטירער אין פילאדעלפיע, וועלכע האבן געמיינט אז ער איז א נעא-נאצי. די ליבעראלע האבן זיך פארזאמלט, דורכצופירן א קאנטער-פראטעסט צו א פארזאמלונג פון א נעא-נאצישע און ראסיסטישע גרופע באקאנט אלס "די פראוד בויס", ווען דער איד זכרי' איז באמערקט געווארן דורך עטליכע ליבעראלע. זיי האבן געמיינט אז ער איז געקומען שטיצן די ראסיסטן, און זענען אים דעריבער איבערגעפאלן און א פיזישע געפעכט האט אויסגעבראכן. זכרי', וועמענס פולער נאמען ווערט געהאלטן אין געהיים אויף זיין פארלאנג, זאגט אז ער איז בלויז געקומען אבזערווירן די פראטעסט און קאנטער-פראטעסט.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

קלוגער האט געשריבן:איד אטאקירט דורך
ליבעראלע ביי פראטעסט


פענסילוועניע – א איד איז אטאקירט געווארן דורך ליבעראלע פראטעסטירער אין פילאדעלפיע, וועלכע האבן געמיינט אז ער איז א נעא-נאצי. די ליבעראלע האבן זיך פארזאמלט, דורכצופירן א קאנטער-פראטעסט צו א פארזאמלונג פון א נעא-נאצישע און ראסיסטישע גרופע באקאנט אלס "די פראוד בויס", ווען דער איד זכרי' איז באמערקט געווארן דורך עטליכע ליבעראלע. זיי האבן געמיינט אז ער איז געקומען שטיצן די ראסיסטן, און זענען אים דעריבער איבערגעפאלן און א פיזישע געפעכט האט אויסגעבראכן. זכרי', וועמענס פולער נאמען ווערט געהאלטן אין געהיים אויף זיין פארלאנג, זאגט אז ער איז בלויז געקומען אבזערווירן די פראטעסט און קאנטער-פראטעסט.

אז מען האט אים חושד געווען אין א נעאו נאצי מן הסתם קוקט ער נישט אויס ווי מיך און דיך.
און אויך באלאנגט עס בכלל נישט אין די אשכול ווייל די איבערפאל האט מיט אנטיסעמעטיזם קיין שייכות.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

געטראכט ווי ס'צולייגען, געטראכט דא איז'ס די פאסיגסטע, ס'יז ארום נאציס מיט ליבעראלען און אנטיסעמיטען, שוין געלייגט דא זאל'ס שוין רוען דא אין פיעס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קלוגער האט געשריבן:רוען דא אין פיעס

?As in chickpeas
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

Lol,
as rest in peace
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

ווידער פראבלעמען פאר אידן אויף פליגערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

אטלאנטא – ווידעראמאל האט מען געהערט פון עטליכע אינצידענטן מיט אידן אויף פליגערס, אריינגערעכנט א שרעקעדיגע אנטיסעמיטישע אינצידענט אויף א פליגער וואס איז געפלויגן פון וואשינגטאן די-סי קיין אטלאנטא, דזשארדזשיע פאריגן מיטוואך. א פארשוין, אידענטיפיצירט אלס 37 יעריגער דעיוויד טאועף, איז ארויפגעקומען און געשריגן איבער די פאסאזשירן און באמבעס, זאגנדיג נאכדעם אז "אלע אידן זאלן אויפהייבן די הענט", אז ער זאל זיי קענען אידענטיפיצירן. קורץ נאכ'ן לאנדן איז טאועף ארעסטירט געווארן דורך פאליציי. אן אנדערע אינצידענט האט פאסירט פארלאפענעם פרייטאג, ווען חסידי'שע פאסאזשירן אויף אן אל-על פליגער זענען איינגעמאלדן געווארן, אז זייערע רענצלעך זענען געבליבן אין ניו יארק, זייענדיג געצוואונגען אפצורעכטן שבת אן קיין געהעריגע בגדי שבת.
DAILY YID
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

משוגע מטארע (גוט ג'ספעלט?) וואס מען מאכט מיט אינז. די מעשה פון אטלענטא רעדט זיך פון א צידרייטע אימסטאבילע מענטש, א נערווען קראנקער. אבער וואס קען מען טיען אז מען מיז דאך ברענגען נייעס, מאכט מען עס פאר אן אנטיסעמיטישען מעשה און קול מבשר און די דעילי איד האבען וואס צו באריכטען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

אן אנטיסעמיטישע אינסידענט האט זיך אפגעשפילט פאריגע וואך אין מאנסי ווען א ספאניש אמעריקאנע פרוי, וואס דינט אלץ א שטוב רייניגער אין א אידישע שטוב איז נישט אנגעקימען די גאנצע וואך צום ארבעט. קוועלער זאגען אז די סיבה פארן נישט אנקימען איז ווייל די הויז איז געווען שמיציג, און זי זאגט אז אלע אידישע שטובער זענען שמיציג. מען האט געפענט אן אינוועסטיגעשאן, ר' דוב הייקענד האט פארלאנג אז מען זאל עס אינוועסטיגעטען אלץ א האסען פארברעכען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

להגדיל שמו האט געשריבן:אן אנטיסעמיטישע אינסידענט האט זיך אפגעשפילט פאריגע וואך אין מאנסי ווען א ספאניש אמעריקאנע פרוי, וואס דינט אלץ א שטוב רייניגער אין א אידישע שטוב איז נישט אנגעקימען די גאנצע וואך צום ארבעט. קוועלער זאגען אז די סיבה פארן נישט אנקימען איז ווייל די הויז איז געווען שמיציג, און זי זאגט אז אלע אידישע שטובער זענען שמיציג. מען האט געפענט אן אינוועסטיגעשאן... .


האסט כאטש לכבוד דעים צוגעלייגט א האנט אז מען זאל קענענן אנקומען צום שבת מיט א זויבערע הויז?!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

קאנסילמאן האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:אן אנטיסעמיטישע אינסידענט האט זיך אפגעשפילט פאריגע וואך אין מאנסי ווען א ספאניש אמעריקאנע פרוי, וואס דינט אלץ א שטוב רייניגער אין א אידישע שטוב איז נישט אנגעקימען די גאנצע וואך צום ארבעט. קוועלער זאגען אז די סיבה פארן נישט אנקימען איז ווייל די הויז איז געווען שמיציג, און זי זאגט אז אלע אידישע שטובער זענען שמיציג. מען האט געפענט אן אינוועסטיגעשאן... .


האסט כאטש לכבוד דעים צוגעלייגט א האנט אז מען זאל קענענן אנקומען צום שבת מיט א זויבערע הויז?!

#יענטע
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

להגדיל שמו האט געשריבן:אן אנטיסעמיטישע אינסידענט האט זיך אפגעשפילט פאריגע וואך אין מאנסי ווען א ספאניש אמעריקאנע פרוי, וואס דינט אלץ א שטוב רייניגער אין א אידישע שטוב איז נישט אנגעקימען די גאנצע וואך צום ארבעט. קוועלער זאגען אז די סיבה פארן נישט אנקימען איז ווייל די הויז איז געווען שמיציג, און זי זאגט אז אלע אידישע שטובער זענען שמיציג. מען האט געפענט אן אינוועסטיגעשאן, ר' דוב הייקענד האט פארלאנג אז מען זאל עס אינוועסטיגעטען אלץ א האסען פארברעכען.

געהאט די זעלביגע מעשה דאס פארלאפענעם וואך,
מיר ברויךען זיך צונויפנעמען און צוזאמאן ארבעטען אריין געבען א קלעס עקשאן אקעגן די שוידערליכע אנטיסעמיטישע ערלטעס וואס באשלוסן נישט אנצוקומען מיטן אויסרייד וואס זייער שמוצוגע ראסע זיידעס האבן פארבירט אונטער צו ברענגן כלל ישראל. האף מיר אז די ירום הודו זאל דאס פארדאמען אזש ביז סאנקציעס...
#שבכל דור ודור עומדים
רעוואלטאלתי יותר מדי...
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

להגדיל שמו האט געשריבן:משוגע מטארע (גוט ג'ספעלט?) וואס מען מאכט מיט אינז. די מעשה פון אטלענטא רעדט זיך פון א צידרייטע אימסטאבילע מענטש, א נערווען קראנקער. אבער וואס קען מען טיען אז מען מיז דאך ברענגען נייעס, מאכט מען עס פאר אן אנטיסעמיטישען מעשה און קול מבשר און די דעילי איד האבען וואס צו באריכטען.


די אלץווייסערס זאגען אז היטלער ימ"ש איז אויכעט געוועזען א סערטיפייד מעשוגענער, און קוק וואס איין מעשוגענער האט אנגעמאכט, כ'זאג נישט אז דער מעשוגענער פון עטלענטע איז א היטלער ווייל ער האט געהייסען אלע יודען אויפהייבען די הענט וכו', אבער דעס איז א קלארע אנטיסעמיטישע אינסידענט,
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קלוגער האט געשריבן:Man in balcony shouts ‘Heil Hitler’ during Baltimore performance of ‘Fiddler’
A man shouting “Heil Hitler, Heil Trump” during a performance of “Fiddler on the Roof” in Baltimore smelled of alcohol and told police he was motivated by his hatred of President Donald Trump.

קוק וויאזוי דער טראמפ הייטערט אויף די אנטיסעמיטן...
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

אייראפעער זאגן: אידן האבן צופיל איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פראנקרייך – אן אנקעטע דורך דער "סי-ען-ען" נייעס אגענטור צייגט, אז 28 פראצענט אייראפעאישע בירגער האלטן אז אידן האבן צופיל איינפלוס און מאכט איבער דער וועלט, און א דריטל אייראפעאישע בירגער האבן געזאגט אז זיי ווייסן נישט פונקטליך וואס דער האלאקאוסט איז געווען. די אנקעטע איז צוזאמגעשטעלט געווארן פון בירגער אין ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, פוילן, אונגארן, שוועדן און עסטרייך, און אלעס אינאיינעם זאגן איינס פון יעדע פינף אייראפעאישע בירגער, אז אידן האבן צופיל איינפלוס אין פאליטיק. א דריטל האלטן אויך, אז אידן נוצן דעם האלאקאוסט, אלס א פאליטישע און פינאנציעלע געצייג.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די לעצטע זאך איז נישט קיין שיטה, נאר א פאקט, עכ"פ די פאליטישע חלק, אבער דער אייראפעאישער גוי האט נישט קיין רעכט לפענ"ד צו קאמפלעינען דערויף, אבער דער מיטל מזרח גוי, וואס איז ער שולדיג?

ווי האט דער רבי זכרונו לברכה געוויינט, זיי ארבעטן צו פארשפרייטן אנטיסעמיטיזם.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

סעריע אנטיסעמיטישע אינצידענטן שבת אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

וויליאמסבורג – א סעריע אנטיסעמיטישע אינצידענטן האבן פאסירט אין לויף פון שבת אין ניו יארק סיטי. ערשטנס האט מען געהערט אין וויליאמסבורג, אז א פארשוין האט ווילד אנגעשלאגן א חסידי'שן יונגערמאן, וועלכער איז געשטאנען און געשמועסט געמיטליך מיט אן אנדערן איד, פרייטאג צונאכטס נאכ'ן ענדיגן דאווענען אויף טרופ עוועניו ביי וואלאבאוט סטריט, ווען דער כוליגאן איז פלוצלינג צוגעקומען און מיט א רציחה יענעם איבערגעפאלן. א דורכפארנדיגער פאליציי קאר איז אפגעשטעלט געווארן, און די פאליציי האבן געעפנט אן אויספארשונג און פארעפנטליכט סורוועילענס פונעם אינצידענט. דער צווייטער אינצידענט האט פאסירט אין קראונהייטס, וואו א איד איז איבערגעפאלן געווארן דורך צוויי פארשוינען אויף די איסט ניו יארק עוועניו, און געליטן דערפון מילדע וואונדן.
דעילי יוד
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פאליציי אין מאנטרעאל פארשן א פייער ביי א לאקאלע כשר'ע אידישע רעסטוראנט, אלס א מעגליכע אנטיסעמיטישע ארסאן אטאקע.
דעילי יוד
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

ארעסט איבער וויליאמסבורג שבת אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

וויליאמסבורג – א פארשוין איז נעכטן ארעסטירט געווארן און ווערט געקלאגט מיט האס פארברעכן קלאגעס, פאר'ן איבערפאלן א חסידי'שן יונגערמאן פרייטאג צונאכטס אין וויליאמסבורג. ווי שוין באריכטעט האט די אטאקע פאסירט אויף טרופ עוועניו נעבן וואלאבאוט סטריט, וואו דער יונגערמאן איז געשטאנען און געשמועסט מיט אן אנדערן יונגערמאן, פרייטאג צו נאכטס אום 6:40 אווענט, נאכ'ן ענדיגן דאווענען קבלת שבת אין שול, ווען דער כוליגאן איז געקומען פון הונטן און דערלאנגט דעם יונגערמאן א זעץ אין קאפ. די פאליציי האבן באוויזן צו אידענטיפיצירן דעם שולדיגן פארשוין, נוצנדיג סורוועילענס בילדער פון א געביידע נעבן וואו דער אינצידענט האט פאסירט, און די פאליציי האבן יענעם אידענטיפיצירט אלס 32 יעריגער ענריקע גערענא, וועלכער וואוינט אויף ווילאבי עוועניו

דעילי יוד
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

אנטיסעמיטישע ליפלעטן אין פיטסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פענסילוועניע – העסליכע אנטיסעמיטישע ליפלעטן, מיט קאריקאטורן און לאזונגען, זענען געפונען געווארן אויסגעשפרייט אין פיטסבורג, פענסילוועניע אין עטליכע געגנטער. צווישן אנדערן זענען די ליפלעטן אויך געפונען געווארן הארט נעבן דעם עץ חיים טעמפל, וואו עס האט פאסירט די שיסעריי אטאקע מיט די עלף אומגעקומענע אידן הי"ד – די סאמע ערגסטע אטאקע אויף אידן אין אמעריקאנער היסטאריע. די פאליציי האט נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן איבער וואס עס איז געשטאנען אין די ליפלעטן, אבער זיי האבן עס גאר שארף פארדאמט און געזאגט אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג.
דעילי יוד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”