Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג יולי 21, 2015 4:07 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:דאעש איז די ראשי תיבות פון די אראבישע נאמען וואס די גרופע רופט זיך. דאס זעלבע ווי ISIS איז די ראשי תיבות פון די נאמען איבערגעזעצט אין ענגליש.
(גראדע איז די ענגלישע נאמען נישט פונקטליך, ווייל אין אראביש הייסט עס "די איסלאמישע שטאַט פון איראק און אל-שאמס" (אל-שאמס איז א געגנט וואס רעכנט אריין סיריע און לבנון (לבנון איז אייגנטליך אייביג געווען טייל סיריע. לבנון אלס א לאנד איז א מאדערנע, אייראפעאישע אויסטרעף), וואס הייסט אין ענגליש 'לעוואנט'. וועגן דעם קען מען טאקע טרעפן אז טייל מאל רופט זיי די מידיע ISIL נישט ISIS).
אין אידיש קען מען עס פילייכט רופן "אשאש"?



יישר כח ר' שלמה

Advertisement

דינסטאג יולי 21, 2015 1:59 pm

דראונס, אייסיס סטייל.

http://m.timesofindia.com/world/middle- ... 160177.cms
עטעטשמענטס
IMG_20150721_145736.jpg

דינסטאג יולי 21, 2015 7:45 pm

וואס דארף דאס צו מיינען? לינק געבלאקט

מיטוואך יולי 22, 2015 10:08 am

Turkey blocks access to Twitter over images of bombing and Kurdish protest calls, state media reports

מיטוואך יולי 22, 2015 2:04 pm

ISIS סטראשעט צו אדורכפירן אטאקעס אנטקעגן פראקרייך און אנדערע לענדער וואס האבן שייכות מיט די קאאליציע וואס אטאקירן זיי אין איראק און סוריע.

דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:49 pm

מדינת ישראל האט געשענקט פאר ירדן מיליטערישע העליקאפטערס זיי זאלן זיך קענען ספראווען מיט די ISIS חברה

דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:58 pm

ווי האט ירדן פראבלעמען מיט זיי? האט זיך עס שוין אנגעהויבען?

איז ירדן יעצט אפיציעל אין א מחלמה מיט אייסיס; אויב יא, איז עס א געים טעשעינדזער.

דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:03 pm

איך האב אביסל נאכגעקוקט, עס איז פשוט היינט געמאלדן געווארן אז מדינת ישראל האט געגעבן אמעריקאנער אלטע מיליטערישע העליקאפטערס, אבער ווייניג רעפארטער האבן געשריבן אז עס איז געווען אין 2014. אזוי מאכן זיי העדליינס אויב עס איז נישטא עפעס מער אינטרעסאנט

דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:15 pm

עס איז יא אינטרעסאנט אז ירדן דארף קויפען ביי מד"י אלטע העליקאפטערס.

#לכאורה נישט די העליקאפטערס דארפען זיי, נאר די מכשירים אויפען העליקאפטער - דער דעטעבעיס

דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:26 pm

SPUSMN האט געשריבן:עס איז יא אינטרעסאנט אז ירדן דארף קויפען ביי מד"י אלטע העליקאפטערס.

#לכאורה נישט די העליקאפטערס דארפען זיי, נאר די מכשירים אויפען העליקאפטער - דער דעטעבעיס

די נייעס איז אז מדינת ישראל האט אוועק געשענקט די העליקאפטערס און נישט גענומען געלט דערפאר.

דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:32 pm

א גוטע אינוועסטמענט.

דאנערשטאג יולי 23, 2015 5:27 pm

רחמנא ליצלן פון א גוטע אינוועסטמענט.
דערמאנט עס נישט ווי די רשעי הציונים האבן געמאכט א בויקאט אויף היטלער-דייטשע מאטעריאלן, און וואס איז געווען נאכדעם?
אויב האבן די אייסיס חברה ביז היינט נישט געהאט קיין אינטערעסע, אדער קיין לעגיטימע סיבה, פארוואס זיך אנצוהייבן מיט מדינת ישראל, (מיט וועמען זיי שטייען שוין ביי די טיר), האבן זיי עס יעצט באקומען!
ירחם המרחם.

דאנערשטאג יולי 23, 2015 5:35 pm

קלערסט אז אייסיס האט ביז היינט נישט געהאט קיין אינטערעסע נאר עס יעצט באקומען? איך שטעל זיך נאר אויף דער מציאות וואס די לייגסט אראפ.

מיט יעדער אראבישע לאנד וואס מד"י מאכט שלום אדער פארשטערקערט די שלום איז א גוטע זאך; איינער האלט אנדערש?

דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:27 pm

טערקיי האט היינט איינגעגעבן צו לאזן די אמעריקאנע מיליטער לאונטשן אטאקעס אנטקעגן ISIS פון זייער טעריאריע.

דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:47 pm

גוט מארגן טערקיי
שרייב א תגובה

Advertisement