Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די דעבאטע אין קאנגרעס איבערן אפמאך, איז אמעריקע טאקע פינישד?

דינסטאג יולי 21, 2015 11:59 am

היינט האט קערי געגעבען א אינטערוויו צו NPR און אראפ געלייגט זיינע בעסטע ארגומענטען פארוואס דער דיעל מיט איראן "מוז דורך גיין", און אז אויב נישט איז אמעיריקע "פינישד", ווייל קיינער וועט שוין מער נישט טראסטען אמעריקע, און די אנדערע לענדער אינעם אפמאך "וועלען זיין אזוי בייז", אז זיי האבען גע'ארבעט פיר יאר אזוי שטארק פאר גארנישט, אז זיי גייען פארלאזען אמעריקע און מער נישט וועלען העלפען אמעריקע ווייטער אין אירע ענדעווערס.

כ'מוז זאגען אז זיינע ווערטער זענען געווען קאנווינסינג, און אפילו איך בין פאר א מאמענט געווען אינטער זיין "ספעל" און געהאט הרהורים אז אפשר איז ער גאר גערעכט; אבער נאכען געבען א טראכט און געזעהן די סארט ארגומענטען וואס ער האט גענוצט, און די סארט לשונות, האבעך געזעהן א אנדערע בילד; אז דאס זענען די בעסטע ארגומענטען און די בעסטע לשונות וואס מען קען נאר אויס טראכטען (און זיינע חכמים האבען עס טאקע אויס געטראכט), אבער אויב מען צונעמט זיי, פאלען זיי אלע אלס הוילע רעטאריק, אן קיין שום באזיס און האפט; בלויז א זייפען בלאז.

אזוי ווי איך זיץ דא צווישען טייערע אידען וואס האבען פארשידענע מיינונגען, און "דאס" וועט דאך זיין די "פאליטישע" טעמע אין די נעקסטע וואכען, איז עפען איך אויף א נייע אשכול ווי מען וועט קענען ברענגען און דעבאטירען די דעבאטירונג אין קאנגרעס, און זעהן וואס איז אמת און וואס איז פארפירעריש.

קודם, דא איז דער אינטערוויו.
http://www.npr.org/2015/07/20/424769835 ... -with-iran

יעצט, די שפיץ פון זיין ארגומענט:
Well, let me tell you exactly what happens. If we — if the United States Congress says, "no, this deal isn't going forward," and they actually got enough votes to kill the deal, there's no deal. If there's no deal, there are no sanctions, there are no inspections, there's no regime hanging over Iran — except the existing IEA, which wasn't enough to get the job done, which is why we negotiated something further.

And Iran will say, "aha, you see!" The Ayatollah will say, "I told you, you can't trust the West. I told you, you can't negotiate with these guys. They will lie to you, they will cheat you, and here they are — they led us down the path and the Congress walked away. They have 535 secretaries of state; there's nobody to negotiate with."

And our European allies will walk away saying, "well, we tried our best, now we trust Iran and we're going to go do something." And they'll cut their own deal. We're finished.


וואס זאגט דער עולם? איז טאקע אמעריקע פינישד אויב דער דיעל גייט נישט דורך אזוי ווי קערי זאגט?

Advertisement

דינסטאג יולי 21, 2015 12:08 pm

הודעל און בוידעל, אפשר איז די אבאמא טיעם פינישד..

ער פרובירט אויסצוכאפן דעם צד שכנגד וואס זיי שרייען אז דורך דעים דיעל איז אמעריקע פיניש...

דינסטאג יולי 21, 2015 12:10 pm

פארוואס אויב ס׳נישט דא קיין דיל איז נישטא קיין סאנקציעס? ערנעסט האט אויך נעכטן גענוצט אן ענליכע ליניע. דאס הייסט ענגלאנד, פראנקרייך מיט די איבעריגע פלאנירן צו שניידן סאנקציעס נישט קיין חילוק אויב די דיל גייט דורך?

און אפי׳ יא. א מין חוצפה פון קערי. ווייסט ער דען נישט אז קאגרעס איז פונקט אזא - און אפשר גאר א שטערקערע - טייל אין די אמעריקאנע רעגירונג ווי דעם פרעזידענט? דער פרעזידענט אליין האט דאך געסיינט די געזעץ וואס געט פאר קאנגרעס רעכט איבערצוגיין דעם דיל! וואס איז יעדער שולדיג אז קערי האט נישט געקענט אריינלייגן א סיעף אינעם דיל וואס שטעלט קלאר אז קאנגרעס דארף קודם מסכים זיין דערצו?

דינסטאג יולי 21, 2015 12:11 pm

אויך ספוזמאן, אויב דו קענסט ערקלערן וואס די אנדערע אשכול וועט זיין געשטעלט פאר.

דינסטאג יולי 21, 2015 12:12 pm

זיינע ווערטער זענען צום לאכן און צום וויינען.

אונטער אבאמא'ס זייגער האט אמעריקא פארלוירן די מערסטע טראסט פון סיי ווען, געלאזט פריינט אויפן וואסער, און אריינגענומען די פיינט מיט אפענע ארעמעס, געשטעלט רויטע ליניעס דאכצעך דריי מאל, און עס יעדע מאל אריבערגעשפרייזט. און נאך אלעמען וויל ער נאך קענען בלעימען די רעפובליקאנער אז זיי זענען די וואס גייען גורם זיין אז אמעריקע זאל פארלירן טראסט.... רבי לעבן, איך ווייס נישט צי אמעריקא האט נאך טראסט וואס זיי קענען פאלירן...

דינסטאג יולי 21, 2015 12:28 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:אויך ספוזמאן, אויב דו קענסט ערקלערן וואס די אנדערע אשכול וועט זיין געשטעלט פאר.

אויב איך האב פארשטאנען דער קשיא; דארט וועט מען ווייטער שרייבען וועגען די אמעריקאנער און איראן'ער דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן; און דא וועגען די אמעריקאנער מיט אמעריקאנער דירעקטע געשפרעכן. דארט האט איראן פארבלענדעט אמעריקא (און זיי געהאלפען זיך לאזען נארען); דא וועט אמעריקע (אבאמא מיט קערי) פארבלענעדען אנדערע אמעריקאנער. כ'מיין ס'וועט זיי געלינגען.

דינסטאג יולי 21, 2015 12:42 pm

לויט ווי איך פארשטיי, רוב מאל ווען די אדמיניסטראציע קומט אויף מיט אזוינע ליינס אז מ'מוז טוהן דאס און יענץ, (א שטייגער ווי די דעבט סיללינג), איז עס נישט צו קאנווינסען קאנגרעס מיט א קאמפעללינג ארגומענט. נאר צו סופלייען א גוטע עקסיוס פאר די פאטענציאלע פאררעטער וואס גייען קראסן פארטי ליינס,

דינסטאג יולי 21, 2015 12:53 pm

מיר קומט פאר ווי אבאמא גייט דורכשטיפען די דיעל אין קעפיטעל היל.
(אן אריינגיין צו איר זענט מסכים מיט'ן דיעל צו נישט).

#פערסאנעל פילינג. נישט געבויט אויפ'ן ליינען עני נייעס באריכט איבער די קאנגרעס/סענאט דעבאטעס. בלויז געבויט אויף די מהלך וואס ער האט גענומען/נעמט און זיין ציגאנג צום דיעל...


וכבר אמרו חז"ל: #ימים ידברו!
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו

דינסטאג יולי 21, 2015 1:01 pm

שמאטע האט געשריבן:מיר קומט פאר ווי אבאמא גייט דורכשטיפען די דיעל אין קעפיטעל היל.
(אן אריינגיין צו איר זענט מסכים מיט'ן דיעל צו נישט).

#פערסאנעל פילינג. נישט געבויט אויפ'ן ליינען עני נייעס באריכט איבער די קאנגרעס/סענאט דעבאטעס. בלויז געבויט אויף די מהלך וואס ער האט גענומען/נעמט און זיין ציגאנג צום דיעל...


וכבר אמרו חז"ל: #ימים ידברו!
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו

אוודאי אזוי,

דער עולם גלייכט צו זעהן זאכן פארטיג, דא איז דערווייל נישטא קיין אלטערנאטיוו, און ער גיבט שי 'פיללינג' ווי די זאך ווערט מסודר

דינסטאג יולי 21, 2015 1:02 pm

איינער געדענקט נאך אז אבאמא האט געזאגט צוויי וואכן צוריק פאר סענאטארען אז זיי זאלן נאך גארנישט טוען אדער זאגן, ביז ווי לאנג דער דיעל איז נישט פיינעלייזד און זיי זעען דעם דיעל??

#היפאקריט

דינסטאג יולי 21, 2015 1:03 pm

ער גייט עס נישט דארפן דורכשטיפן. די דעמאקראטן וועלן עס קיינמאל נישט טון צו אים.

דינסטאג יולי 21, 2015 1:04 pm

סמארט גאי האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:מיר קומט פאר ווי אבאמא גייט דורכשטיפען די דיעל אין קעפיטעל היל.
(אן אריינגיין צו איר זענט מסכים מיט'ן דיעל צו נישט).

#פערסאנעל פילינג. נישט געבויט אויפ'ן ליינען עני נייעס באריכט איבער די קאנגרעס/סענאט דעבאטעס. בלויז געבויט אויף די מהלך וואס ער האט גענומען/נעמט און זיין ציגאנג צום דיעל...


וכבר אמרו חז"ל: #ימים ידברו!
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו

אוודאי אזוי,

דער עולם גלייכט צו זעהן זאכן פארטיג, דא איז דערווייל נישטא קיין אלטערנאטיוו, און ער גיבט שי 'פיללינג' ווי די זאך ווערט מסודר

אקוראט ווי מאניש. מען וויל זיין פארטיג, און נישטא קיין אלטערנאטיוו.

דינסטאג יולי 21, 2015 1:18 pm

יאפ אמעריקע איז טאקע פינישעד, מ'מוף מיר אויף בלומינבורג. געגאנגען!!

דינסטאג יולי 21, 2015 1:24 pm

וועט מען טאקע זיין דארט אזוי אויס געטוהן פון אמעריקע און דער וועלט. אפילו א פריוואטע עירפארט שטעלט צו לאם.

דינסטאג יולי 21, 2015 1:42 pm

נישט געזארגט די איראנער זענען נאך אויך נישט גרייט!
דער ניו יארק טיימס טוט באריכטען אז די איראנער געזעצגעבער וועלן ערשט אין 80 טעג ארום וואויטן אויפ'ן אפמאך.

Iran Lawmakers to Wait 80 Days Before Voting on Nuclear Deal
http://mobile.nytimes.com/2015/07/22/wo ... -vote.html

דינסטאג יולי 21, 2015 1:56 pm

Around the world in eighty days
https://en.wikipedia.org/wiki/Around_th ... ighty_Days

אזא באבע מעשה ווי דאס.

דינסטאג יולי 21, 2015 2:19 pm

צייטונג האט געשריבן:נישט געזארגט די איראנער זענען נאך אויך נישט גרייט!
דער ניו יארק טיימס טוט באריכטען אז די איראנער געזעצגעבער וועלן ערשט אין 80 טעג ארום וואויטן אויפ'ן אפמאך.

Iran Lawmakers to Wait 80 Days Before Voting on Nuclear Deal
http://mobile.nytimes.com/2015/07/22/wo ... -vote.html

יאפ, און ס'הערשט דארט אויך ריזיגע קעגנערשאפט צום דיעל!

ס'קען זיך נאך גאר אויסשטעלן אז קאנגרעס זאל באשטעטיגן די דיעל און איראן זאל זיין די וואס וועלן שטימען קעגן...

דינסטאג יולי 21, 2015 2:33 pm

איז אזוי.

בעצם האט קערי א גוטע טענה. דאס הייסט אז "יעצט" האט ער א גוטע טענה. געמאכט א דיל וואס איז אומגינסטיג פאר אמעריקע - איך רעדט יעצט נישט פון די עצם אפמאך צו עס איז גינסטיג צו נישט, איך רעדט פון די חלק וויפיל קאנטראל אמעריקע האט אין "יא אדער נישט" לאזן די דיל אריבערגיין -.

לאמר זאגן אמעריקע ווערט געוואר עפעס גאר גאר שלעכט בנוגע איראן, און זי וויל באמת אפשטעלן די אפמאך, האט קערי צוגעשטעלט אזא מין אפמאך וואס גיט פאר אמעריקע א זייער קליינע ווארט עס אפצושטעלן.

דהיינו:

די סאנקציעס פון אמעריקע, די יו-ען, די אייראפישע פאראיין אא"וו זענען נישט פארבינדן. דאס הייסט אמעריקע אליין קען באשליסן נישט אראפצונעמן די סאנקציעס, און די אנדערע לענדער וועלן ווייטער יא אראפנעמען. און דאס פארשטייט מען אז אויב נאר אמעריקע האט סאנקציעס, איז עס פיל שוואכער ווי ווען אלע לענדער האבן.

אזוי אויך - כאטש עס הייסט אז קערי האט נישט געוואלט נאר די אנדערע לענדער האבן אים געצווינגען - איז קערי איינגעגאנגען, אז די אפשטימונג אין די אמעריקאנער קאנגרעס צו מען נעמט יא אדער נישט אן די דיל, וועט ערשט פארקומען נאכדעם ווי די יו-ען שטימט אויף דעראויף. דאס איז אויך זייער אומגינסטוג פאר אמעריקע.

ווייל אויב וועט קאנגרעס עווענטואל שטימען קעגן די אפמאך און עס וועט טאקע נישט קענען ווערן דורכגעפירט מיט די צושטימונג פון אמעריקע - זייער א ווייטע מהלך אז אזונס וועט פאסירן, ווי מען וועט שוין אויסשמועסן - מיינט דאס, אז אמעריקע גייט קעגן די יו-ען. די יו-ען זאגט אז מען זאל אראפנעמען די סאנקציעס, און די קאנגרעס לאזט נישט. איי הו קעירס? זאל די יו-ען ווערן הייזעריג און אמעריקע וועט טאן וואס מען דארף, אבער עס איז א טו וועי סטריט! ווען אמעריקע וועט בעטן רוסלאנד, כינע צו אפילו פריינד ווי ענגלאנד דייטשלאנד מ"י וכו' אויסצופאלגן די יו-ען, וועלן די דערמאנטע זיך אויסלאכען! הייסטעס איך דארף פאלגן, און דו נישט? דיין קאנגרעס לאזט נישט? מיינס אויך נישט!!

די צוויי זאכען האט קערי אריינגעלייגט אינעם אפמאך. און וואס איז די אויפטו פאר קערי?

די אויפטו איז, אז לאמיר זאגן עס וועט זיין א קאנגרעסמאן\סענאטאר, ואוס וועט באמת זיין איבערצייגט אז די ביל טויג נישט און וועט וועלן שטימען דערקעגן, וועט אין קערי קענען זאגן, הער אויס: דיר שמעקט טאקע נישט די ביל, אבער אויב שטימסטו קעגן די ביל, איז נאך ערגער!!

דאס איז א געוואלדיגע געלונגענע האלד-אפ!! כ'מיין וועט וועט דען נישט געבן דאס געלד, אויב יענער סטראשעט מיטן לעבן?? וועלכע סענאטאר וועט צוריקווייזן שטימען אויפן ביל, ווען די אלטערנעטיוו איז אז איראן וועט ווייטער טאן וואס זיי ווילן, און אמעריקע וועט שטיין איז די זיין מיט אייגענע אויסגעשפילטע סאנקציעס, און א אפגעשוואכטע כח אין די יו-ען?

נא, וועלן די סענאטארן צושטאפן די נעזער, און מיט א געבראכען געמיט שטימען פארן ביל.

און קערי האט דאס געמאכט א חלק פון די דיל. דאס איז זייער א גוט אויסגערעכענטע אקציע!!

אבער!!!

אז מען טראכט אריין, איז עס בכלל נישט אזוי.

וואס וועלן די וואס קאמפיינען יעצט קעגן די ביל ענטפערן? וואס האקטס עטס אין קאפ? מען גייט דאך גארנישט האבן פון אנידערשטימען די ביל?

אבער לאמיר אריינטראכטען א טראפעלע טיפער. איראן זיכט דאך א וועג אנצופייפן די גאנצע געשעפט. יעצט אויב אמעריקע ציט ארויס פון די אפמאך, איז דאס דא א פערטיגע תירוץ פאר איראן אוועקצושפאצירן פון טיש. איינס ווייל די אפמאך איז געבראכען, און צווייטענס, ווייל די סאנקציעס פון אמעריקע - כאטש זיי זענען טאקע נאר א טייל פון די וועלטליכע סאנקציעס - אבער דאך זענען זיי זייער מאכטפול. און דאס מיינט אז איראן גייט באמת נישט קענען קומען צו זיך עקאנאמיש פולקאם אפי' נאר מיט די אמעריקאנער סאנקציעס. טא, איז זייער מסתבר אז איראן וועט ארויסבעקן פון די אפמאך.

יעצט לאמיר זעהן וועס גייט געשען.

קודם די ערשטע זאך, גייט מ"י ווייטער אנהייבן סטראשענען מיט אטאקע. און פונקט ווי פאריגעס מאל, האבן די סטראשערייען געברענגט די וועלט לענדער צום טיש - יא יא.... נישט איראן, באט אמעריקע ענגלאנד און דייטשלאנד, און בעיקר כינע און רוסלאנד - וועט די זעלבע זאך נאכאמאל געשען.

די וועלט לענדער גייען נישט באשליסן אז זיי נעמען אראפ די סאנקציעס און לאזן איראן טאן וואס זיי ווילן. בעסער געזאגט, איראן וועט דאס ווילן פארמיידן. זיי האבן פון די באמבאדירונגען מער מורא ווי פון די סאנקציעס.

און נאך מער, די וועלט לענדער - עכ"פ א טייל פון זיי - ווילן דאך באמת נישט אז איראן זאל האבן די סחורה. כאטש וואס זיי האבן מ"י אין דער ערד, האבן אבער יענע לענדער אלע צו טאן מיט עקסטרעמע מוסלאמענער, צו אלס שכן, צו אלס בירגער, און נאך דאס פעלט זיי אויס אז א ווילד מוסלעמענער לאנד האט די סחורה.

און דאס אז סאודיע אראביע זאגט אז זיי גייען אויך בויען נוקליער, מיינט דאך דאס אויב אזוי, אז ביידע זייטן אין די קריג - סיי איראן, סיי סאודיע אראביע ,סיי די שיע, און סיי די סוני - וועלן האבן די סחורה, טא מיט וועלעכע זייט אין די אראבישע וועלט, וועט זיין א ציטער פון א נוקליארע קריג.

דאס מיינט, אז אויב אמעריקע ציט ארויס, וועט די אפמאך צופאלן, און דאן וועלן די וועלט לענדער בע"כ מוזן ווייטער פארהאנדלען וואס מען טוט צו די איראן פראבלעם.

און לאמיר גיין נאך ווייטער.

לאמיר זאגן אז די לענדער וועלן זיך נישט דערשרעקן. אבער איראן ווייסט דאך אז אויב זי וויל זיך ערהוילן פון די עקאנמישער לאגע אין וואס זי שטייט, וועט זי דארפן האבן ביזנעס אין לאנד. נא, וועלכע נארמאלע פירמע וועט אינוועסטירן אין א לאנד, וואס איז נאר דא די מעגליכקייט אז מארגען גייט מ"י דעליווערן מתנות?

קומט אויס, אז אנדערש ווי קערי לייגט עס אראפ, אז אויב אמעריקע ציט זיך ארויס, וועט די אפמאך צופאלן און איראן וועט מאכען א לעבן, פונקט פארקערט, די אפמאך וועט צופאלן, און די אנדערע לענדער און איראן וועלן קומען וויינען אויף אלע פיר פאר א נייע אפמאך.

און דאס וועלן די קעגנער פון די אפמאך טענה'ן. שטום אראפ די ביל, לאז די דיל גיין קראכען, און ווען זיי וועלן קומען בעטן פאר א נייע דיל וועט אמעריקע פארבעסערן איר שטעלע, און קומען מיט א שטערקערע האנט, פארלאנגען צוריק די אלע זאכען וואס אמעריקע האט געדארפט נאכגעבן דאס מאל - די 24 טעג, די נאך 5 יאר און 8 יאר אראפמענען די מיליטערישע סאנקציעס אא"וו. און איראן אירע פריינד און די איבריגע אייראפישע לענדער וועלן נישט קענען שטערן אמעריקע, ווייל די קאנגרעס שטייט און קוקט.

דינסטאג יולי 21, 2015 2:37 pm

כאפצעם האט געשריבן:
צייטונג האט געשריבן:נישט געזארגט די איראנער זענען נאך אויך נישט גרייט!
דער ניו יארק טיימס טוט באריכטען אז די איראנער געזעצגעבער וועלן ערשט אין 80 טעג ארום וואויטן אויפ'ן אפמאך.

Iran Lawmakers to Wait 80 Days Before Voting on Nuclear Deal
http://mobile.nytimes.com/2015/07/22/wo ... -vote.html

יאפ, און ס'הערשט דארט אויך ריזיגע קעגנערשאפט צום דיעל!

ס'קען זיך נאך גאר אויסשטעלן אז קאנגרעס זאל באשטעטיגן די דיעל און איראן זאל זיין די וואס וועלן שטימען קעגן...

גלייב נישט אז עס וועט געשעהן; און חוץ דעם האבען זיי דען די פרייהייט צו שטימען קעגען? דארט וועט זיין א שפיל אזוי ווי דא, טייל וועלען וואוטען פאר און טייל קעגען (אבער מיט רשות). ווייטער דא וועלען אלע וואס האלטען באמת אדער דארפען וואטען קעגען וועלען וואוטען קעגען, און די איבעריגע וועלען וואוטען פאר אבער דורך לאזען דער דיעל.
---
לכתחילה האקט (כ'האף שטיקער), גיימער ליינען.
---
שוין געליינט. יא, זיך נישט אנטוישט; לייגט גוט אראפ די צדדים און מעכאניקס און דברים למחשבה.

דינסטאג יולי 21, 2015 2:48 pm

דאנקע שעין לכתחילה,

איך מיין אבער אז איראן איז גרייט צו באגיין עקאנאמישע זעלבסטמארד און ווייטער פארן מיט זייער פראגראם, און אנדערע ווערטער, ס'איז נישט אזוי זיכער אז זיי וועלן קומען צו לויפן אויף אלע פיהר.

חוץ פון דעם וואס צו מסביר זיין פארן פאלק אזא קאמפליצירטע חשבון איז נישט שייך, און במילא וועט זיין פובליק פרעשור אז מ'זאל יא שטימען אויף דעם דיעל,

דינסטאג יולי 21, 2015 2:50 pm

סמארט גאי האט געשריבן:דאנקע שעין לכתחילה,

איך מיין אבער אז איראן איז גרייט צו באגיין עקאנאמישע זעלבסטמארד און ווייטער פארן מיט זייער פראגראם, און אנדערע ווערטער, ס'איז נישט אזוי זיכער אז זיי וועלן קומען צו לויפן אויף אלע פיהר.

חוץ פון דעם וואס צו מסביר זיין פארן פאלק אזא קאמפליצירטע חשבון איז נישט שייך, און במילא וועט זיין פובליק פרעשור אז מ'זאל יא שטימען אויף דעם דיעל,

די וועלטליכע לענדער אבער יא. און איראן וועט מורא האבן אז מ"י וועט באקומען א גרינע ליכט, אויב זי שטעלט זיך נישט צו.

דינסטאג יולי 21, 2015 2:51 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:דאנקע שעין לכתחילה,

איך מיין אבער אז איראן איז גרייט צו באגיין עקאנאמישע זעלבסטמארד און ווייטער פארן מיט זייער פראגראם, און אנדערע ווערטער, ס'איז נישט אזוי זיכער אז זיי וועלן קומען צו לויפן אויף אלע פיהר.

חוץ פון דעם וואס צו מסביר זיין פארן פאלק אזא קאמפליצירטע חשבון איז נישט שייך, און במילא וועט זיין פובליק פרעשור אז מ'זאל יא שטימען אויף דעם דיעל,

די וועלטליכע לענדער אבער יא. און איראן וועט מורא האבן אז מ"י וועט באקומען א גרינע ליכט, אויב זי שטעלט זיך נישט צו.

האלטסט טאקע אז מ"י גייט באומען א גרינע ליכט ווילאנג ס'איז נישט קיין 'אימינענט' סטראשע ?

דינסטאג יולי 21, 2015 2:56 pm

א אומאפיציעלע, און טאקע אפיק נאר אזא מעגליכקייט, וועט אפהאלן איראן פון זיך רירען ווייטער.

דינסטאג יולי 21, 2015 4:25 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א אומאפיציעלע, און טאקע אפיק נאר אזא מעגליכקייט, וועט אפהאלן איראן פון זיך רירען ווייטער.


רבותי וואס וועלן מיר האבן פון דעבאטירן, לאמיר ווארטן 80 טעג וואס איז באלד דריי חדשים, און דעמאלסט, אויב וועט משיח נישט קומען וועלן מיר ווייטער פירן די פאליטיק פון דא.
שרייב א תגובה

Advertisement