Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יולי 19, 2015 10:41 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מארק מיי ווארדס:
מארקאו רוביאו איז ווייט פון טאוסט.

פארוואס ?
אז רוב פון זיינע אייגענע ברודער אין די זונשיין שטאט, גלייכן דעם בוש, וויאזוי קען ער אנגיין ?

Advertisement

זונטאג יולי 19, 2015 10:49 pm

א שמוץ צוריק צום טראמפ-מעקעין נושא. עס איז ריכטיג אז אינערליכע פארטיי רייבערייען שאדן פארן פארטיי, אבער דאנעלד טראמפ שאדט נאך מער, דעריבער דארף מען אים זעהן ארויס צו ווארפן ווי אמשנעלסטן בעפאר ער מאכט 'נאך מער' שאדן פארן פארטיי. ער גייטעך סייווי פליען, טא פארוואס אויסווארטן. יפה שעה אחת קודם

זונטאג יולי 19, 2015 11:27 pm

דאנעלד טראמפ מאכט נאר שאדן ווייל די אנדערע קאנדידאטן האבן זיך געלאזט פון די אלטע מידיע געים פון צוברענגען רעפובליקאנע קאנדידאטן זיך צו שלאגן צווישן זיך.

אפי׳ רוביאו, וועלכע האט שוין געדארפט היינט ענטפערן אויף די פראגע ״היתכן עטץ האטס ענק נישט אנגערופן פריער קעגן טראמפ?״, האט געזאגט אז טראמפ איז ידוע צו מאכן קאנטערווערסיאלע קאמענטס און קיינער האט אים אפי׳ נישט גענומען צו ערנסט. איי וואס האסטע יעצט דיסיידעד? זעהסט ער שלאגט ווארצלען אין די פארטיי, הא? נאר איינער: שמייס אין אראפ אויף פאליסי! מאך אים ענטפערן אויף זיינע אימיגראציע שטעלונגען פון 2012! אז דו קענסט נישט צוליב דיינע לויזע שטעלונגען, שיק דעם רעפארטער פרעגן הילערי ווי אירע אימעילס זענען; אבער ניין. ער גייט פארדאמען איינער וואס ער אליין זאגט יעדער ווייס איז א לויז צונג.

טראמפ האט נישט קיין שאנס ביי א רעפובליקאנע דעבאטע. ער איז נישט א רעפובליקען! האבן אבער די קאנדידאטן, צו פאר זייער מעקעין סטייל פראבע צו ווייזן אז זיי זענען מעסיג צו פאר בלויזע אטענשין, מחליט געווען אז זיי גייען גיין וואן אן וואן פערזענליך.

הילערי קלינטאן לאכט.

מאנטאג יולי 20, 2015 12:17 am

עקזעקטלי מיי פוינט! טראמפ איז נישט קיין רעפובליקען; אים פארדאמען הייסט נישט פרענדלי פייער, עס איז פרעזערווירן דעם רעפובליקאנער פארטיי!

מאנטאג יולי 20, 2015 12:27 am

ער איז אין די רעפובליקאנע פריימערי. יו קענט העלפ איט. אים בלויז פערזענליך פארדאמען ווי איידער צושטויסן מיסודו צינדט בלויז א פייער וואס די מידיע איז מער ווי העפי צו צעשפרייטן.

מאנטאג יולי 20, 2015 9:04 am

כאפטס אריין, ווייל עני טיים סון איז טראמפ אינדרויסן,
איך האב נישט געטראכט אז די שפיל גייט זיך אזוי פרי ענדיגן,

אויך האב איך נאכנישט געזעהן קיין באמבאסטישע סטעיטמענטס פון קריסטי, וואס איז מיט אים ?

מאנטאג יולי 20, 2015 9:23 am

ער האט פאריגע וואך, נאכן אריינשמייסן עטליכע מאל אין טראמפ (און פאול און קרוז), געזאגט אז ער וועט מער נישט רעדן פון אים.

מאנטאג יולי 20, 2015 11:06 am

א פרישע אייאווע אנקעטע:
וואקער 22
טראמפ 13
קארסאן 8
בוש/קרוז 7
האקעבי 6
פאול/רוביאו 5
דזשינדאל 4
סענטוראם/פערי/פיארינא 3
קעסיטש 2
קריסטי 1
גרעהעם 0
(פאטאקי איז נישט אויסגערעכנט.)

אסאך אנאליסטן האלטן אז טראמפ האט נעכטן געמאכט א פאטאלן טעות אין אייאווע ווען ער האט זייער ביליג גערעדט פון רעליגיע. אלע קאנדידאטן וואס האבן אויפגעטרויטן ביי א געוויסע סאמיט דארט האבן ארויסגעברענגט זייער שטארקע קשר מיט רעליגיע, אבער טראמפ האט געלאכט דערפון און בעיסיקלי געזאגט אז ער איז נישט עכט רעליגיעז.

לויט רעפארטער דארט האבן די באטייליגטע דארט מער גערעדט פון דעם ווי זיינע קאמענטארן אויף מעקעין, און זיי האבן נישט גערעדט דערפון אין א שיינעם וועג. זיי האלטן אז טראמפ האט זיך שטארק פארפאטשקעט מיט דעם און וועט אים שטארק שאדן.

מאנטאג יולי 20, 2015 11:15 am

דער טראמפ מיט זיין גרויס מויל (איידעל גערעדט) לייגט זיך אזוי אין דער ערד

מאנטאג יולי 20, 2015 11:34 am

ביי די פאריגע וואלן, האט טראמפ געמאכט א גרויסע פרעסע קאנפרעץ, ווי ער האט באמבאסטיש אינדארסירט ראמני.

כ'מיין אז ביי די יעצטיגע סייקל האט ער זיך שוין אזוי מיאוס פאררעדט, אז יעדער גייט שטיין ווייט פון אים, קיינער גייט זיך נישט זוכן די כבוד צו באקומען זיין אינדארסירונג...
לעצט פאראכטן דורך שייקע אום מאנטאג יולי 20, 2015 11:36 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג יולי 20, 2015 12:36 pm

חוץ 'טעד קרוז'.

מאנטאג יולי 20, 2015 1:15 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:לויט רעפארטער דארט האבן די באטייליגטע דארט מער גערעדט פון דעם ווי זיינע קאמענטארן אויף מעקעין, און זיי האבן נישט גערעדט דערפון אין א שיינעם וועג. זיי האלטן אז טראמפ האט זיך שטארק פארפאטשקעט מיט דעם און וועט אים שטארק שאדן.

טראמפ׳ס ווערסיע פון אוועקדרייען די נעגאטיוו אטענשאן - צרות אחרונות משכחות הראשונות

מאנטאג יולי 20, 2015 2:33 pm

אין א רעדע היינט נאכמיטאג האט דזשעב בוש פארגעשלאגן אז די מיטגלידער פון סענאט און קאנגרעס זאלן ווערן געצאלט לויט וויפיל זיי באטייליגן זיך ביי די אפשטימונגען אויף קעפיטאל היל.
.

http://www.washingtonpost.com/blogs/the ... 7413629919


וויאזוי עס וואלט אפעקטירט זיינע קעגנער.
עטעטשמענטס
img20150720_153230.jpg

מאנטאג יולי 20, 2015 11:05 pm

.
עטעטשמענטס
image.jpg

דינסטאג יולי 21, 2015 9:28 am

איך פארשטיי נישט דא עפעס, עס איז דאך דא דער פרייהייט פון רעדן, אויב דיר געפעלט נישט יענעמס רעדן דאן שטימט נישט פאר איהם, זוך דיר א צווייטן און עס איז דא דא דאס מאל א גרויסע אויסוואל פון קאנדידאטן. אבער ווי אזוי קענסטו זאגען פאר איינעם זאג אפ פון לויפן צוליב דעם וואס דו האסט נישט ליב וואס יענער זאגט?

קריסטי איז שטיל דערווייל, ער ווארט דער ריפאבליקען סטעידש זאל זיך עטוואס אויס ליידיגן דערנאך וויל ער דאס איבער נעמען מיט א שטארקייט. נו, נראה ונחזה.

דינסטאג יולי 21, 2015 9:33 am

ישלהוסיף האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דא עפעס, עס איז דאך דא דער פרייהייט פון רעדן, אויב דיר געפעלט נישט יענעמס רעדן דאן שטימט נישט פאר איהם, זוך דיר א צווייטן און עס איז דא דא דאס מאל א גרויסע אויסוואל פון קאנדידאטן. אבער ווי אזוי קענסטו זאגען פאר איינעם זאג אפ פון לויפן צוליב דעם וואס דו האסט נישט ליב וואס יענער זאגט?

פרייהייט פון רעדן, זיי מעגן בעטן ער זאל זיך אפזאגן פון לויפן און ער קען זיי אנפייפן.

דינסטאג יולי 21, 2015 9:33 am

די פרייהייט פון רעדן גיבט פונקט אזוי די ערלויבעניש פאר די צייטונג אים צו זאגן טראג דיך אפ פון דא.

מאניימער האקט די זעלבע

דינסטאג יולי 21, 2015 10:13 am

Freedom of speech goes in both directions
Oops

דינסטאג יולי 21, 2015 10:41 am

א פרישע ABC אנקעטע גיבט פאר טראמפ גאנצע 24 פוינטס, איינס נאך אים איז וואלקער א ווייטער צווייטער ביי 13 פוינטס.

דינסטאג יולי 21, 2015 10:49 am

Ohio Gov. John Kasich enters 2016 presidential race, joins 15 other GOP candidates

דינסטאג יולי 21, 2015 11:24 am

אהייא גאווערנער דזשאן קעיסיטש האט היינט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר די נאמינאציע פאר פרעזידענט.

ער איז די 16'סטער קאנדידאט פאר די 16' קאמפיין, האלטענדיג 16 טעג פאר די ערשטע דעבאטע (וואו ער וועט נישט קענען זיין לויט די "ביז יעצטיגע "פאולס...).

עס ווערט אונטערגעשטראכן אז ער האט די שטערקסטע רעקארד פון אלע ביז יעצטיגע קאנדידאטן. ער איז צוויי מאל געווארן ערוועלט אלס גאווערנאר אין די גאר וויכטיגע בעטלגראונד סטעיט אהייא. ער האט געדינט כמעט צוואנציג יאר אין קאנגרעס, פון וואס זעקס יאר האט ער געדינט אלס טשערמאן פון די הויז בודזשעט קאמיטע. און אזוי אויך האט ער געארבעט אין די פרייוועט סעקטאר.

דינסטאג יולי 21, 2015 12:28 pm

מצב כללי האט געשריבן:א פרישע ABC אנקעטע גיבט פאר טראמפ גאנצע 24 פוינטס, איינס נאך אים איז וואלקער א ווייטער צווייטער ביי 13 פוינטס.


ער פארהארגעט בעסער אנדערע ווי זיך אליין.

דינסטאג יולי 21, 2015 12:46 pm

שייקע האט געשריבן:אהייא גאווערנער דזשאן קעיסיטש האט היינט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר די נאמינאציע פאר פרעזידענט.

ער איז די 16'סטער קאנדידאט פאר די 16' קאמפיין, האלטענדיג 16 טעג פאר די ערשטע דעבאטע (וואו ער וועט נישט קענען זיין לויט די "ביז יעצטיגע "פאולס...).

עס ווערט אונטערגעשטראכן אז ער האט די שטערקסטע רעקארד פון אלע ביז יעצטיגע קאנדידאטן. ער איז צוויי מאל געווארן ערוועלט אלס גאווערנאר אין די גאר וויכטיגע בעטלגראונד סטעיט אהייא. ער האט געדינט כמעט צוואנציג יאר אין קאנגרעס, פון וואס זעקס יאר האט ער געדינט אלס טשערמאן פון די הויז בודזשעט קאמיטע. און אזוי אויך האט ער געארבעט אין די פרייוועט סעקטאר.

שטערקסטע רעקארד אין וואס ?

דינסטאג יולי 21, 2015 12:50 pm

דער בדחן-מיט-ביליאנען וואס איז פראנטראנער אויפן רעפובליקאנער זייט האט נארוואס ארויסגעגעבן לינדזי גרעהעם'ס פריוואטע סעלפאון נומער, און געהייסן זיינע שטיצער זאלן אים רופן משוגע מאכן!

http://www.politico.com/story/2015/07/d ... 20414.html
Screenshot_2015-07-21-13-54-14~01.png

דאנאלד-דער-טראמפ ליינט פאר לינדזי גרעהעם'ס פריוואטע סעלפאון נומער פאר א גרופע שטיצער ביי א קאמפיין ראלי!!
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דינסטאג יולי 21, 2015 12:59 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יולי 21, 2015 12:58 pm

ס'גייט שוין ארויס פון אלע גלייזן, באט הו קעירס... דער מיסטער טראמפ וועט במילא פרעזידענט פון אמעריקא נישט זיין אין דעם גלגול.
שרייב א תגובה

Advertisement