באריכטן און אנאליזן
מאנטאג יולי 20, 2015 5:34 pm
צייטליך האט געשריבן:איך ריפרעש דעם פעידזש א גאנצן טאג פשוט ווייל קרית יואלער קרישקעלעך גייען מיר בנפשי, און...
עפעס קרית יואלער קרישקעלעך ביטע! אדער שאראפ!
טענקס
Advertisement
מאנטאג יולי 20, 2015 5:55 pm
האב איך געוואלט עפעס צולייגן צום פריערדיגן שמועס אבער אז מען שרייט שאראפ מוז איך אראפ לייגן די פענע.
מאנטאג יולי 20, 2015 6:05 pm
מען האט געבעטן אפצולאזן די נושא!
אבער איך מיין אז עס וואלט יא געווען אינטערסאנט אויסצושמועסן די נושא אז מען קען ב"ה אויסוואקסן גאר גרויס אין עשירות אן גיין שטודירן, און האבן אינסטאלירט א פילטער אויפן קאמפיוטער
אפשר וואלט כדי געווען צו מאכן אן עקסטערן אשכון דערוועגן.
עס איז דא א מעשה אז איינער האט געפרעגט רביה"ק פארוואס ער שיקט נישט זיין עולם שטודירן לצורך פרנסה, ווייל מען זעהט אז אלע סאטמערע אידן דארפן אנקומען צו פרעמדע אקאונטענטס (בימים ההם), אדע רביזנס לויערס וכדו'
האט די רבי אים געענטפערט, אז ווייל מיין עולם שטודירט נישט, קענען זיי נישט זיין קיין אקאונטענטס, וואקסן זיי אויס די בעלי בתים וואס פארדינען אסאך מער ווי די אלע.
כדוגמה די באקאנטע מעשה פון דער וואס האט נישט געקענט אינטערשרייבן זיין נאמען, און אויסגעוואקסן א באנקיר (געדענקט נישט יעצט די נאמען)
בנושא צי דאס איז גירא בעינא דשיטנא, איך קען נישט קיין איינעם פון אונזערע "היימישע" וואס זענען געגאנגען ספעציעל שטודירן און אויסגעוואקסן א גרעסערער עושר ווי אנדערע.
מאנטאג יולי 20, 2015 6:19 pm
חכמים הזהרו בדבריכם:
מיר האבן נישט געשריבן גירא בעינא דשטנא, ווייל חז״ל זאגן (סוכה) אז א מענטש זאל דאס נישט זאגן. מיר האבן געשריבן גירא בעינא דפוט-סטעפס.
מאנטאג יולי 20, 2015 6:32 pm
הגאון האט געשריבן:האט די רבי אים געענטפערט, אז ווייל מיין עולם שטודירט נישט, קענען זיי נישט זיין קיין אקאונטענטס, וואקסן זיי אויס די בעלי בתים וואס פארדינען אסאך מער ווי די אלע.
וואקסען זיי אויס די עשירים פאר וועם די אקקאונטענטס ארבעטן...
מאנטאג יולי 20, 2015 6:54 pm
מ'האט געבעטן קרישקעלעך, דא האט איר.
1) מיין אינגל פארציילט מיר אז ווען ער איז דורכגעפארן מיט זיין באס פרייטאג מטו"מ אויף 11 מירון האט ער געזעהן ווי די סטעיט-פאליס ארעסטירט א ערל. (צו ס'איז אמת אדער סתם א קינדערישע פאנטאזיע האב איך נישט וועריפייט).
2) די שארט קאוט צווישן סאטמאר דרייוו (ווי ס'דרייט זיך די גאס) און די שפיץ פון טעילער קט. (צווישן ר' יודל כהנא'ס הויז און להבחל"ח אחיו ר' יחזקאל ע"ה) האט לעצטענס באקומען שיינע געבויעטע האלצערנע טרעפ.
3) אויף געציל בערגער נעבן כהנא דרייוו און מירון איז דא עטליכע פאטהאלס שיריים פון ווינטער, גיבט אכט ביים דרייוון (אגב די געלע ליין פון אסאך גאסן איז שוין כמעט אינגאנצן אפגעמעקט, אויב זענט איר א גאסט אין שטעטל און איר באמערקט נישט א געלע ליין אויפן ראוד, מיינט עס נאך נישט אז ס'איז א וואן וועי סטריט).
4) דער אינגערמאן יוסף בנימין בן דינה לאה וואס האט היינט געהאט א שווערע עקסידענט אויפן סטעיט פאליס ראוד גייט יעצט דורך א קאמפליצירטע 4 ביז 8 שעה'דיגע אפעראציע, ביטע מתפלל זיין לרפואתו.
מאנטאג יולי 20, 2015 6:58 pm
כתב איך סטאפ נישט לאכן
מאנטאג יולי 20, 2015 7:05 pm
צים פינטעל האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:\
עפעס קרית יואלער קרישקעלעך ביטע! אדער שאראפ!
טענקס
ברעקינג ניוס!
פון היינט און ווייטער וועט מען קענען קויפן גאזאלין ביי די וועלערא רעסט עריע לעבן קרית יואל
און וואס איז געווען ביז היינט ביי וועלערא, נישט קיין גאזאלין סטאנציע.
מאנטאג יולי 20, 2015 7:08 pm
פער בריסטאו האט געשריבן:כתב איך סטאפ נישט לאכן

ניין טעג
מאנטאג יולי 20, 2015 7:22 pm
כתב ולשון האט געשריבן:1) מיין אינגל פארציילט מיר אז ווען ער איז דורכגעפארן מיט זיין באס פרייטאג מטו"מ אויף 11 מירון האט ער געזעהן ווי די סטעיט-פאליס ארעסטירט א ערל. (צו ס'איז אמת אדער סתם א קינדערישע פאנטאזיע האב איך נישט וועריפייט).
יא ס'איז אמת. מ'האט ארעסטירט א גוי (ער איז שוין אפאר מאל געזיצן) פאר גנב'ען פון מוסדות בני יואל.
מאנטאג יולי 20, 2015 7:42 pm
געווען אויף שבת אין קרית יואל זעה איך ווי די פרויען רעדן ענגליש צווישען זיך
פרעג איך מיין שוועסטער וואס פשט זאגט זי מיר אז דאס איז היינט די סטייל
מאנטאג יולי 20, 2015 7:45 pm
נעכטן זאגט מיר א ווילידזש ארבעטער אז די נייע ראוד גייט ברוך השם אלעס ווי געפלאנט מהאפט און די קומענדיגע וואך צוויי צי גיסן פעיווינג ווי אויך זאגט ער מיר אז די פלאן איז נאכדעם וואס די נייע ראוד גייט אריין און קראפט גייט גארפיעלד ווערן א 2way
מאנטאג יולי 20, 2015 8:18 pm
וואס האט גארפילד 2 וועי מיטן נייעם ראוד? ממנ״ש פארוואס האט מען עס געמאכט פאר א וואן וועי אין פערסט פלעיס?
מאנטאג יולי 20, 2015 8:20 pm
אין אנדערע נייעס, איז היינט געזעהן געווארן אין די קרית יואל׳ע הימלען אזא לופט באלון, אדווערטייזמענט פאר direct TV אויב האב איך גוט געליינט. און די סיטי זעהט מען עס מער אפט, ביי אונז איז עס א חידוש.
שאלה: זיצט איינער אינעוויניג, אדער ווערט עס קאנטראלט רימאוטלי?
מאנטאג יולי 20, 2015 8:24 pm
פער בריסטאו האט געשריבן:כתב איך סטאפ נישט לאכן

Be careful
דיינע מילצן קענען זיך חלילה צורייסן
מאנטאג יולי 20, 2015 8:53 pm
שאהן הענניטי האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, איז היינט געזעהן געווארן אין די קרית יואל׳ע הימלען אזא לופט באלון, אדווערטייזמענט פאר direct TV אויב האב איך גוט געליינט. און די סיטי זעהט מען עס מער אפט, ביי אונז איז עס א חידוש.
שאלה: זיצט איינער אינעוויניג, אדער ווערט עס קאנטראלט רימאוטלי?
איך האב פרובירט צו כאפן א שטיקל בילד, אבער ס'איז נישט אזוי געלונגען.
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג יולי 20, 2015 9:56 pm
קרישקעלע...
שווערע טרעפיק הערשט יעצט אויף די ריזשין גאס, צוליב קארס וואס זענען געפארקט אויף ביידע זייטן.
מאנטאג יולי 20, 2015 9:58 pm
צים פינטעל האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:\
עפעס קרית יואלער קרישקעלעך ביטע! אדער שאראפ!
טענקס
ברעקינג ניוס!
פון היינט און ווייטער וועט מען קענען קויפן גאזאלין ביי די וועלערא רעסט עריע לעבן קרית יואל
ביז היינט האט מען נישט געקענט?
הייסט די אלע טראנזאעקשענס אויפן קארטל פון וועלעראו איז נישט פון געז? די דרייווערס האבן דאך אריינגעגעבן די רעסיטס אז זיי האבן געספענד פאר געז?
אינטערסאנט רוב רעסיטס זענען אזעלכע נומערען ווי 4.50 און 5.75 וכדומה... ווער קויפט געז מיט אזאנע פרייזן? פרעגט מיר א היזיגער אקאונטענט (האט בדרך אגב יא געלערנט אין כולל אפאר יאר...)
מאנטאג יולי 20, 2015 10:23 pm
דעיס פרעגן איבעריגע פראגן האט ער זיך געלערנט אין כולל
מאנטאג יולי 20, 2015 10:33 pm
שאהן הענניטי האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, איז היינט געזעהן געווארן אין די קרית יואל׳ע הימלען אזא לופט באלון, אדווערטייזמענט פאר direct TV אויב האב איך גוט געליינט. און די סיטי זעהט מען עס מער אפט, ביי אונז איז עס א חידוש.
שאלה: זיצט איינער אינעוויניג, אדער ווערט עס קאנטראלט רימאוטלי?
איך האב געקוקט דערויף מיט א בינאקיולער
עס איז א באלון אין פין אינטען האט עס אויסגעקיקט ווי עס האט א דראון וואס מען קאנטראלירט פין אינטן
דינסטאג יולי 21, 2015 7:35 am
8:30 עס איז דא א פאליס ביי די לייט פין לעמבערג
דינסטאג יולי 21, 2015 8:15 am
שטארקע חסיד האט געשריבן:נעכטן זאגט מיר א ווילידזש ארבעטער אז די נייע ראוד גייט ברוך השם אלעס ווי געפלאנט מהאפט און די קומענדיגע וואך צוויי צי גיסן פעיווינג ווי אויך זאגט ער מיר אז די פלאן איז נאכדעם וואס די נייע ראוד גייט אריין און קראפט גייט גארפיעלד ווערן א 2way
ס'איז נישט נארמאל אויב גארפיעלד גייט ווערן א 2 וועי נאר אויב מען לייגט צו כאטשיג 10 פוס צו די ראוד
דינסטאג יולי 21, 2015 8:26 am
kyshtiper האט געשריבן:שטארקע חסיד האט געשריבן:נעכטן זאגט מיר א ווילידזש ארבעטער אז די נייע ראוד גייט ברוך השם אלעס ווי געפלאנט מהאפט און די קומענדיגע וואך צוויי צי גיסן פעיווינג ווי אויך זאגט ער מיר אז די פלאן איז נאכדעם וואס די נייע ראוד גייט אריין און קראפט גייט גארפיעלד ווערן א 2way
ס'איז נישט נארמאל אויב גארפיעלד גייט ווערן א 2 וועי נאר אויב מען לייגט צו כאטשיג 10 פוס צו די ראוד
און עטליכע סטאפ סיינס אינמיטן די גאס.
דינסטאג יולי 21, 2015 8:26 am
גדר פילטער האט זיך געקויפט א באסעלע
און געמאכט א מאביל אפיס
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג יולי 21, 2015 8:28 am
אלץ איינער וואס וואוינט נישט אין קרית יואל, און וואס זוכט נישט צו וויסן אלע חילוקי דעות בתוך תוכיות פון קרית יואל, אבער גלייכט יא די אייגנארטיגע זיסע שטעטעלישע קרישקעלעך, מוז איך קאמפלימענטירן און קאנגרעטולירן די שרייבער אויף דף 203 פון דיזען אשכול, שוין לאנג נישט געליינט אזוי געשמאק א לייוו אפדעיט מהנעשה והנשמע אין די ניו יארקער אפסטעיט ראיאן. לדעתי א ריכטיגע עקזעמפאל וויאזוי א "נייעס און קרישקעלעך" אשכול קען האבן א געשמאקע חן. ביטע ברענגט נאך אזאלכע, און לאזט ארויס אלע זייטיגע קשיות תירוצים און פירכות.