באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:31 am
דינסטאג פארנאכטס האט אן ארעסטאנט אין קייטלען באוויזען צו אנטלויפען פון פאליס.
דאס האט פאסירט בעת די פאליציי האט אים ארויסגעפירט פון סטאנציע צו א ווארטענדיגע קאר וואס האט אים געדארפט נעמען צו סענטראל באוקינק, ער האט זיך אויסגעריסן פונם פאליציאנט וואס האט אים געפירט און געמאכט פליטה אויף די שטאטישע גאסען מיט די הענד פון הונטען! אויב דאס איז נישט גענוג אינטרעסאנט וועט אבער זיכער זיין אינטרעסאנט די נייעס אז איבער 30 שעה דערנאך איז ער נאך אויף די פריי! סארא לוזערס
Advertisement
דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:56 am
ת'הא ש'נת ע'רעסטירטע ה'נטלויפן
דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:41 am
א שוואכע יאר פאר פאליציאנטן, אנגעהויבן פון די פראטעסטן, און איצט די אנטלויף אקציעס.
----
כתב ולשון איך מיין אז אזוי איז בעסער:
ת'הא ש'נת ע'ריקת ה'אסורים.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:35 am
תכלה שיגענע ענטלאפענע הארעסטאנטען
זונטאג יוני 28, 2015 6:41 pm
וואדקע האט געשריבן:אינטרעסאנט די נייעס אז איבער 30 שעה דערנאך איז ער נאך אויף די פריי! סארא לוזערס
נאך אלס אויף דער פריי?
זונטאג יוני 28, 2015 7:00 pm
וואס איז דאס דען א חידוש, היינטיגע פאליציאנטן זענען שוואכלינגען, זיי טרויען זיך נישט צו ספראווען מיט ריכטיגע פארברעכער, זיי גיבן דערפאר אויס זייער ענערגיע צו הערעסן סתם ציווילע דורך ברוטאל פארסירן מינדערוויכטיגע פארברעכענס און טיילן טיקעטס. דו"ק ותשכח.
צב"ש, צוליב מיין דזשאב, מאכט זיך אז יעדן דאנערשטאג נאכט פאר איך אינעם טאון אוו מאנרא נעבן מילפאנד פארקוועי. צוויי וואכן, איינע נאכ'ן צווייטן, האב איך באקומען טיקעטס פאר'ן נישט מאכן א טוירן סיגנאל ביים זיך איינדרייען. איינמאל דורך א ווילידזש אוו מאנרא פאליציאנטן, דאס אנדערע מאל דורך א סטעיט פאליציאנט, קאמענטארן זענען איבריג
מען רעדט פון 2:00 ביינאכט,
פארשטייט זיך אז דאס איז נארמאל. איז דען אפילו שייך צו פארקוקן אזא שווערע פארלעצונג וואס שטעלט אין געפאר גאנץ ניו יארק סטעיט. פאליסינג בתפארתה
זונטאג יוני 28, 2015 7:59 pm
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:וואס איז דאס דען א חידוש, היינטיגע פאליציאנטן זענען שוואכלינגען, זיי טרויען זיך נישט צו ספראווען מיט ריכטיגע פארברעכער, זיי גיבן דערפאר אויס זייער ענערגיע צו הערעסן סתם ציווילע דורך ברוטאל פארסירן מינדערוויכטיגע פארברעכענס און טיילן טיקעטס. דו"ק ותשכח.
צב"ש, צוליב מיין דזשאב, מאכט זיך אז יעדן דאנערשטאג נאכט פאר איך אינעם טאון אוו מאנרא נעבן מילפאנד פארקוועי. צוויי וואכן, איינע נאכ'ן צווייטן, האב איך באקומען טיקעטס פאר'ן נישט מאכן א טוירן סיגנאל ביים זיך איינדרייען. איינמאל דורך א ווילידזש אוו מאנרא פאליציאנטן, דאס אנדערע מאל דורך א סטעיט פאליציאנט, קאמענטארן זענען איבריג
מען רעדט פון 2:00 ביינאכט,
פארשטייט זיך אז דאס איז נארמאל. איז דען אפילו שייך צו פארקוקן אזא שווערע פארלעצונג וואס שטעלט אין געפאר גאנץ ניו יארק סטעיט. פאליסינג בתפארתה
פארוואס מאכסטו נישט קיין בלינקערס? נישט קיין חילוק וויפיל אזייגער
זונטאג יוני 28, 2015 8:03 pm
יעקב ביטע, יעדער האט שוין געזעהן דיין מיינונג מער ווי איין מאל אין עטליכע אשכולות איבער טיילן טיקעטס פאר דרייוון פארלעצונגען, קענסט שוין אויפהערן צו פארדרייען אשכולות
א דאנק.
זונטאג יוני 28, 2015 10:05 pm
אפשר דארף מען יעצט בעטן די גאווענער אריבער צו ברענגען די 1200 אגענטען און די בראנקס אויף צוזוכען ???
אויב געלונגט מיין קלוגע עצה וויל איך מאכען די 100000 ....
זונטאג יוני 28, 2015 11:29 pm
דערווייל נאך אויף די פריי.
NYPD האט פשוט געהאט מזל אז די העדליינס זענען געווען פארנומען מיט די צוויי אנדערע אנטלאפענע ווייל די בושות איז גרויס, א געקייטעלטער ארעסטאנט ווערט געפירט דורך צוויי פאליציאנטען, דער ארעסטאנט הייבט פוס מיט די הענט נאך אלס פון הונטען (נישט גרינג צו לויפן אזוי) און די צוויי לויפן תיכף נאך און ער איז נישטא!
מאנטאג יוני 29, 2015 6:47 am
די שאלה איז ווי זיי האבן שוין געהאלטן מיטן פראסעס מיט אים, אויב זיי האבן שוין געהאלטן נאכן נעמען בילדער, אידענטיפיקאציע, דאן וועט זיין שווער פאר דעם יעניגן זיך ארויסצודרייען, אויב האבן זיי אבער נאך געהאלטן בעפאר אלעם דאן קענען די פאליציי לכאורה זאגן בורא נפשות מיטן שם ומלכות.
מאנטאג יוני 29, 2015 8:56 am
איך האלט אז מען זוכט אים בכלל נישט, מיט אדער מיט אהן א בילד.
מאנטאג יוני 29, 2015 7:28 pm
זיי האבן זיין בילד מיט אלע אינפארמאציע. זיין גענג ניק ווייסען זיי אויך
מאנטאג יולי 20, 2015 10:30 pm
מען האט עם געכאפט אין הארלעם
דינסטאג יולי 21, 2015 6:02 am
און דער חכם האט אין די פאר וואכן זיך נישט געקאנט שיידן פון הארלעם צו אנטלויפן ערגעץ
?
דינסטאג יולי 21, 2015 9:28 am
מ׳וואלט אים ערגעץ אנדערש פונקט אזוי געכאפט, זיין בילד איז זיכער געווען ביי די נאציאנאלע דאטאבעיס וואו יעדער האט עקסעס.
דינסטאג יולי 21, 2015 10:11 am
ווי קריגט מען עקסעס צו דעם דעטעבעיס?
דינסטאג יולי 21, 2015 10:14 am
יעדער אין די לאו ענפארסמענט
דינסטאג יולי 21, 2015 12:57 pm
שאהן הענניטי האט געשריבן:יעדער אין די לאו ענפארסמענט
הייסט אז די מנהלים דאהי האבן דערצו עקסעס.