איז ספרינט טאקע אזוי שלעכט ?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

איז ספרינט טאקע אזוי שלעכט ?

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 24, 2009 12:43 am

חברים;
איך פארמאג יעצט דריי ליינס מיט ווערייזאן, עס קאסט מיר א מאנאט ארום 160 דאלער, איך באקום דערפאר 2100 מינוט.
לעצטן חודש האב איך זיי אנגעקאלט אראפצונידערן צו 1400 וואס וועט מיר שפארן 20 דאלער.

איך האב מיך יעצט מיישב געווען צו וואס ווערייזאן בכלל, איך מוז דאך נישט האבן די בעסטע.
האו עבאוט פארטן מיינע נומערן צו ספרינט, אין ערגסן פאל טוען זיי דאך ראומען צו ווערייזאן נעטווארק טא וועל איך געניסן פון ביידע.
אויך וויל איך צולייגן אינטערנעט און אימעיל פלאן, איך ווייס נישט צי איך גיי מיך עפעס שפארן בכלל.


וויל איך אבער באשטעטיגן דריי לשון הרע'ס איבער זייער סערוויס און ביללינג.
1) זייער נעטווארק האט גאר אסך 'לעכער' וואו עס כאפט נישט אין היימישע געגענטער, אפגערעדט פון קאנטרי - איז דאס אמת?
2) זייער ביללינג איז זייער נישט האננעסט, קענען צולייגן נישט געשטויגענע זאכן, מען דארף קוקן די בילל בשבע עינים זיכער מאכן אז ס'יז אלעס שטימט.
3) די קאסטומער סערוויס איז ממש געפערליך, קענען נישט קיין ענגליש, רעדן איין באבקעס, נעמט שעות ארוכות.
4) וואסערע נאך "סורפרייזעס" קען איך ערווארטן מיט א ספרינט ליין?


ביי ווערייזאן איז באקאנט אז די ביללינג איז זייער האנעסט, זיי ריפּן נישט אפ. און די קאסטומער סערוויס איז נארמאלע מענטשן פון דאהי, עס נעמט עטליכע מינוט און ביסט מסודר.
די איינציגסטע זאך איז ס'קאסט טאקע פול מער פון ספרינט צוליב דעם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » זונטאג מאי 24, 2009 8:39 am

Let me explain you. Its true that there customer service and billing are not so good as verizon but accordingly to the price. It pays to have sprint.

Also if you contact me in ishy I have for you a few options.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 24, 2009 9:10 am

viewtopic.php?f=59&t=4473

ליין דא, ווי אויך די אשכולות וואס ווערן צוגעלינקט ותמצה נחת.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 24, 2009 10:51 am

שוועמל:

איך האב ספרינט און כ'בין א וועטעראן פון ווערייזאן אין איך קען דיר זאגן אז יעס_אר_נא איז גערעכט אז וויפיל שוואכער ספרינט איז לוינט זיך עס נאך אלס

ואענה על ראשון ראשון

1. אויף די לעכער איז פאראן א סערוויס פון ספרינט וואס הייסט ראומינג ד.ה. אז אויב ספרינט כאפט נישט מאיזה סיבות ולעכער דאן נעמט ווערייזאן'ס נעטווארק איבער די קאלס פאר די טיים ביאינג (יא! דו הערסט גוט)

2. זייער נישט האנעסטע ביללינג איז א זאך וואס אחב"י האבן הנאה דערפון, יעדער קעריער לייגט אמאל צו טשארדזשעס ביודעים ובלא יודעים, אבער ווען דו רופסט אן ספרינט מיט א ספיק ספיקא נישט געשטויגענע טשארדזש געט ער דיר תיכף קרעדיט ווייל ער ווייסט אז ס'קען אפשר זיין אמת, ווערייזאן מאכט אויך טעותים אבער קענסט אמאל רעדן צום ונתנה תוקף
    (איינער האט מיר געזאגט א שטיקל הסבר פארוואס ווען איינעם'ס ווערטער פאלט אויף טויבע אויערן זאגט מען: קענסט רעדן צום ונתנה תוקף, דהיינו, שריי שריי וויפיל דו ווילסט, קיינער הערט דיך עניוועי נישט אויס ווייל יעדער שרייט יעצט העכער פון דיר ותשובה! ותפלה! וכו')

איך האב אמאל געהאט ביי ווערייזאן אז ס'אז געווען ולילה כיום יאיר, די נייטס זענען גערעכענט געווארן אלס געהעריגע מינוטן פאר אפאר חדשים!, נאר געווענליך האב איך מילא נישט גערעט קיין סאך ביינאכט, ויהי היום איין ביזי חודש האב מיר איבער גערעדט, ויהי לפלא! ווייל איך האב קלאר געוויסט אז בעיקר קאלס זענען געווען ביינאכט, ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילני, נאר צום סוף האט דער רעפרעזענטעטיוו 'רחמנות' געהאט אויף מיר און מיר צו געגעבן א פעקעדזש אויף די אווערידזש מינוטן ס'זאל מיר כאטש נישט קאסטן 60 צענט א מינוט אין מיר נאך צוגע'מוסר'ט איך זאל זען ס'זאל מער נישט פאסירן! הערסט! ער זאגט מיר נאך מוסר!

3. ס'איז דא עצות אויף דעים, איך קען שוין נישט מאריך זייך איך מיין מ'רעדט שוין פון דעים דא ערגעץ ווי (ועיין בהלינק שהביא יאנאש)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מאי 24, 2009 1:58 pm

איך האב אויך ספרינט, די פאקט זאגט זייער גוט! אבער מען דארף וויסן אז ס'איז נישט אזוי געפערליך ווי ס'קוקט אויס אויסערליך.

ווען ספרינט הערט נישט קען איך זאגן אז 90% פון די קרעדיט וואס זיי גיבן זענען זיי נישט מחיוב צו געבן! "זיי" זענען געווענטליך גערעכט און "איך" באקום די קרעדיט...

אבער דעס איז נישט קיין חודש'ליכע זאך ביי מיר ב"ה. עס קען דורך גיין א שיינע פאר חדשים אן דארפן בכלל רעדן צו זייער קאסטומער סירוועס.

און וועגן די אויסלענדישע ארבעטער וואס זיי האבן, דאס איז נאר אין געוויסע דיפארטמענט'ס, אז מען קען זיך אביסל אויס קען מען זיך פארשאפן א נארמאלע מענטש דארט אויך.

דרך אגב וועגן די אויסדריקן פודינו ומצילנו וכדו'... האביך געליינט אמאל כ'מיין אין מעלות, אז די אויסדריקן קומען פון די כופרים רח"ל.
עס האט געמיינט צו זאגן אז דער פודינו ומצילנו וועט נישט העלפן, דער אמת איז אז ער העלפט יא! פודינו ומצילנו מעולם הוא שמך...

צו ס'איז אמת אז די אויסדריק קומט פון די לינקע צו נישט ווייסעך נישט אבער אזוי האט יענער געשריבן, און אויב איז עס טאקע אזוי דארף מען שטייצעך זיך אפהאלטן פון עס נוצן.

אוועטאר
גארנישט
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 30, 2008 8:36 pm

תגובהדורך גארנישט » זונטאג מאי 24, 2009 2:49 pm

שוועמל האט געשריבן:3) די קאסטומער סערוויס איז ממש געפערליך, קענען נישט קיין ענגליש, רעדן איין באבקעס, נעמט שעות ארוכות.
.


די אמת איז אז לאז געמאכט און די פאקט און יא אדער ניין זענען גערעכט איך האב אויך ספרינט און געעווענליך בייקום איך מער קרעדיט פון וויפיל סקומט זיך מיר.

דרך אגב האב איך א נומבער וואס מען זאל נישט דארפן ווארטן אויפן טעלעפאון נאר איינער הייבט גראד אויף

1866-516-8519

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 24, 2009 3:02 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:דרך אגב וועגן די אויסדריקן פודינו ומצילנו וכדו'... האביך געליינט אמאל כ'מיין אין מעלות, אז די אויסדריקן קומען פון די כופרים רח"ל.
עס האט געמיינט צו זאגן אז דער פודינו ומצילנו וועט נישט העלפן, דער אמת איז אז ער העלפט יא! פודינו ומצילנו מעולם הוא שמך...
צו ס'איז אמת אז די אויסדריק קומט פון די לינקע צו נישט ווייסעך נישט אבער אזוי האט יענער געשריבן, און אויב איז עס טאקע אזוי דארף מען שטייצעך זיך אפהאלטן פון עס נוצן.

די אויסדריק מיסודו איז פארקערט דאס פלעגט מען נוצן אינדערהיים ביי מוסר זאגן אז אויף דער וועלט קען מען מיט אביסעלע תפלה און מעש"ט אלעס מבטל זיין אבער מיין נישט אז קענסטו זיך פארלאזן אויף רחמים לאחר מאה ועשרים ווייל אויף "יענע וועלט" וועט שוין נישט העלפען קיין פודינו ומצילנו.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג מאי 24, 2009 5:37 pm

1) דארפסט האבן מזל צו וואוינען/ארבעטן אין א פלאץ ווי זייער נעטווארק כאפט עכט גוט, לעצטענס ווערט עס נאר ערגער, סיי אינעם ביהמ"ד ווי כ'דאווען (גערעכט, מ'דארף עס טאקע נישט נוצן אין שוהל..) סיי ביי מיין לאקלען סופער-מארקעט - איז ממש נישט דא קיין סערוויס לעצטענס. אפילו אויב געלונגט מיר שוין יא צו קלינגען איינעם, וועט זיך עס גלייך אפהאקן (און איך שטיי און רעדט ווייטער צום.... דופן!), ווער רעדט נאך פון אינטערנעט קאנעקשאן אין די פלעצער..

אמת, מ'קען טאקע סוויטשען צו "ראומינג", אבער קודם דארפסטו וויסן אז זייער ראומינג איז נישט קיין "ווערייזאן-נעטווארק". עס איז פשוט א שטערקערע ווערסיע פון ספרינט'ס נעטוווארק וואס זיי ווילן זיך נישט צופיל באנוצען דערמיט ווייל ס'קאסט זיי טייערער. והראיה, ביי אסאך פון די לעכער וועסטו אפילו מיט ראומינג נישט קענען קאלן - און א ווערייזאן קאסטומער וועט יא קענען! איי וויאזוי קענזיין אז ווען מ'איז אויף ראומינג הייבט אויף א ווערייזאן אפערעטאר? ווייל אסאך טורד-פארטי נעטווארקס וואס זענען נישט גענוג גרויס אויפצוהאלטן א אייגענע קאסטומער סערוויס -ובתוכם, ספרינטס ראומינג נעטווארק- נוצן ווערייזאן אפערעטארס. (א"ה, כך שמעתי פון דער סעלפאון דילער אויף ראבלינג, אני כשלעצמי בינעך נישט אזוי איבערצייגט אין זיין טעאריע, אבער עכ"פ מיט זיין ראיה איז ער זיכער גערעכט..)

צווייטענס, אפילו ספרינט שרייבט טאקע ביי רוב פעקעדזשעס "פרי יונייטעד סטעיטס ראומינג אינקלאדעט", איז עס אבער נישט "אנלימיטעד", כ'האב שוין געהערט פון עטליכע וואס זענען געטשארדזשט געווארן פארן נוצן ראומינג אין די וועלט אריין, ווייל זיי האבן געמאכט די זעלבע חשבון וואס זאל איך צאלן די הויזן פאר ווערייזאן ווען איך צאל האלב פאר ספרינט אין כ'סוויטש צו ראומינג... עס האט א לימוט ביז וויפיל מ'מעג נוצן א חודש ראומינג.

דריטענס, ביי בלעקבערי איז ראומינג כמעט נישט בעסער ווי זייער געהעריגע סערוויס. ווען די פאלסט אריין אין איינע פון זייערע לעכע"ר וועט עס האלטן אין איין שפרינגן פון ראומינג און צוריק אבער קיין סערוויס וועסטו נישט האבן.. (עכ"פ אזוי געשעהט ביי מיר)

2) אזויווי די זאגסט, און ס'איז נישט זייער "ביללינג" איז זייער נישט האננעסט, ס'איז דער גאנצער סיסטעם דארט אנגעהויבן פינעם CEO און גענדיגט ביים CPR... איז איין שטיק "קארופציע".
ווי באקאנט האבן זיי מיט א שטיק צייט צוריק איבער-געפרישט די גאנצע הנהגה זייערע, אויפגענומען א נייע CEO, געהייערט נייע קאסטומער-סערוויס אגענטן, - מכלומר'שט מיטן ציל צו פארבעסערן די קאסטומער-סערוויס און זיין מער אויפריכטיג... (און מהאי טעמא האבן זיי געסטאפט די אלע דריידליך אויף וואס אחב"י זענען געווען שטארק אנגעוויזען דערויף...) למעשה, האלטענדיג שוין איבער א יאר מיט די נייע מענעדזשמענט, שטעלט זיך ארויס פונקט ס'פארקערטע, אנשטאט די קאסטומערס זאלן באהנדלט ווערן מער ביושר, האבן זיי גאר גענומען א נייע שווינדלערישע צוגאנג! דהיינו, מען גייט נעמען טשארדזשען אבי אין די וועלט אריין! פארוואס נישט? וויפיל מענטשען קוקן דען אדורך זייער גאנצע ביל בשבע עינים? (נאך אינדערצו א ביל פון 300 פעידזשעס...), און וויפיל מענטשען וואס וועלן שוין יא באמערקן א פאלשע טשארדזש וועלן נעמען די מיה און אריינקאלן קאסטומער-סערוויס? ווער האט דען צייט צו פארברענגן א גאנצן טאג מיט זיי אויפן פאון??, איי ס'וועלן דאך אבער יא זיין אפאר אידעלעך וואס וועלן זיך נישט לאזן און וועלן פארפירן אז מ'האט זיי איבער געטאשרדזשט אין אלף השישי אריין.. נו, פאר זיי וועט מען טאקע צוריק קרעדיטן זייער אקאונטס, דארפסטו יעדן חודש האבן די מיה זיך גיין משוגע מאכן מיט זיי..( א שטייגער וואס הערשט מיט די טרעפיק/פארקינג טיקעטס ביי אונז אין די סיטי, קודם - א טיקעט, איי ס'איז נישט דא קיין באס-סטאפ אויף די גאנצע בלאק??? דעס עסטי ענטפערן פארן דזשארדזש... טענקס - בלומבערג) אבער געדענק! אנליין-פעימענט-ענראלמענט איז קוויק ענד איזי! (ניטאמאל האסטו די געלעגנהייט דורכצוקוקן דיין ביל פארן עס צאלן... וואס קען זיי זיין גרינגער ווי דעם צו באקומען "דיין" געלט...)

3) ס'איז טאקע דא געוויסע אפטיילונגען וואס דו קענסט טרעפן איינער וואס האט באקומען א 100% אויף זיין ענגליש טעסט, אבער ס'מיינט נאכנישט אז וועסט שנעלער דורכקומען מיט זיי, ביי אסאך פעלער זענען זיי נישט אוטאראזירט אראפצונעמען א טשארדזש, לייגן זיי דיר אויף האלד ווי לאנג זיי באקומען רשות פונעם בי"ד של מעלה...

צום שלוס, איך בין נאך אלץ מיט זיי, ווייל ווערייזאן איז א טייער בחור (יא! ווייל זיי זענען טאקע "די מאוסט רילייבעל נעטווארק" אזויווי זיי פאמפעגאנדירן), אבער אויב בלייבסטו יא מיט ווערייזאן, זאלסטו כאטשיג וויסן וואס צו אפרישיעטן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 24, 2009 7:36 pm

איך האב נישט וואס צוצולייגן, איך בין גאנץ צופרידן מיט ספרינט, אבער איך וואלט געוואלט האבן א ווערייזען צו די זייט.
די ראומינג מעג נאר זיין 50% פון די קאלס, אין דעם ביללינג פיריעד.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 24, 2009 10:50 pm

א יישר כח פאר אלע מגיבים דא.

איך ווייס איך ווייס אז ספרינט איז נישט גוט, די סיבה פארוואס איך וויל טוישן איז ווייל כ'אב יעצט באקומען אן אפפער פאר א ספרינט ליין, אנלימיטעד דעיטע, אנלימיטעד טעקסט, 3000 מינוטס, פרי נייט וויקענדס פאר א נישטיגן סכום פון 25 דאלער א חודש. עטליכע חברים האבן די פלאן און דאס איז די פרייז טאקע.

צי דער פלאן אין אויסגעהאלטן צי נישט, איז א דעבאטע פאר זיך. איך ווייס נישט וויזוי ס'יז מעגליך אזוי ביליג. אבער ס'יז א פאקט. ווען נישט עטליכע חברים פון דא האבן די פלאן וואלט איך נישט געגלייבט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 8:45 am

איז דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט א cellphone booster
מיין ספרינט סיגנעל אין ארבייט איז נישט ווי עס ברויך צו זיין. איך וואלט געוואלט הערן פון איינעם וואס האט אזא באאסטער
א דאנק פון פאראויס

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 5:05 pm

תגובהדורך לובלין » פרייטאג מאי 06, 2011 2:03 am

צענדליגע טויזענטער קונדען פון די היימישע פירמע -ספרינט האבן יעצט פארלוירן די מעגליכקייט צו שיקן און ערהאלטן טקסט סמ"ס מעסיזשעס פון זייערע פאונס,
ווען דו טרייסט אויס דיין פאון אויב ס'ארבייט ביי דיר פליעז שיק נישט צי מיר!

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » פרייטאג מאי 06, 2011 4:58 pm

איך בין העכסט צופרידן פון ספרינט!

נישט דווקא ווייל זיי זענען די ביליגסטע.

ועוד, אין די לעצטע פאר מאנאטן בין איך סורפרייזד ווי שנעל איך באקום א קלאר רעדנדן רעפרעזענטעטיוו גראד ווען איך קוועטש דעם 0 קנעפל.

נישט אומזיסט זענען זיי געשטיגן אין די יערליכע רעיטינג פון די בעסטע סעלפאון פראוויידערס וואס קאנסומער רעפארטס פירן דורך איטליכער יאר.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יוני 05, 2012 11:34 am

אךשמח האט געשריבן:איך בין העכסט צופרידן פון ספרינט!

נישט דווקא ווייל זיי זענען די ביליגסטע.



ס'איז דא פלעצער וואס פעידזש-פלאס כאפט נישט, און ספרינט ארבעט א מחי'
kraitchmah עט גימעיל

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג יוני 05, 2012 3:07 pm

איך האב געהאט א ספרינט פאון זינט זיי האבן זיך צוזאמען געשטעלט מיט נעקסטעל, און די מעין סיבה פארוואס איך האב מיר געהאלטן מיט זיי איז פשוט וועגן די פרייז, איך האב געהאט די $100 פלען וואס האט אינקלאדעד טאלק/טעקסט/דעיטא אהן קיין לימיט. איין זאך וואס איך האב נישט געהאט איז געווען סערוויס, און איך רעד נישט פון קוסטומער סערוויס איך רעד פון אזא סערוויס אז איך זאל האבן די פריוויליגיע צו קענען רעדן אויפן פאון אדער ניצן די דעטא ווען אימער ס'הארץ גלוסט מיר.
אבער היינט קען איך שוין רעדען ווען וואו און וויפיל איך וויל, און היינט מיינעך טאקע היינט, ווייל מיר האבן זיך אריבער געצויגן קיין ווערייזאן נעכטען שפעט נאכמיטאג.
סיז נישט ווערט די פאהר דוללער וואס מען שפארט זיך און דערנאך נישט קענען ניצן ס'פאון 50 פראצענט פון די צייט.
ממילא אויף די שאלה וואס דו פרעגסט צו איז ספרינט אזוי שלעכט, דער תירוץ איז ניין! נישט אזוי שלעכט, נאר אסאך ערגער!

לאנג לעבן זאל ווערייזאן



א"ה, אנטשולדיגט פארן ענטפערן 3 יאר נאכן פרעגן...

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג יוני 10, 2012 12:29 am

שנאפס האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:איך בין העכסט צופרידן פון ספרינט!

נישט דווקא ווייל זיי זענען די ביליגסטע.



ס'איז דא פלעצער וואס פעידזש-פלאס כאפט נישט, און ספרינט ארבעט א מחי'

זומער האב איך פעידזש פלאס און איך קען עדות זאגן די זעלבע. איך האב אפילו געקלערט מער נישט צו נעמען דאס יאר, ווייל אין רוב מקומות ארבעטן זיי אייניג.

יור פרענד,

איך גלייב אז דו וואוינסט נישט אין ברוקלין.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Sprint Picture Mail

תגובהדורך green sunday » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:32 pm

האט נאך איינער באקימען א מעסידזש פין SPRINT אז זיי גייען סטאפען ? Picture Mail
Farewell, Sprint Picture Mail.
As is the case with all technology, there comes a day when what was once useful, no longer is. That day has come for Sprint Picture Mail.

After April 30th, 2014, the Picture Mail service will no longer be available on your device.

So what does this mean for you and your Picture Mail?

If you subscribe to the Picture Mail service, you will simply no longer be charged for it. No action is required by you.
After April 30th 2014, you will not be able to send or receive pictures, audio files, movie clips, etc. via Picture Mail.
For now, we suggest you use Picture Mail to send any important pictures to another phone or to an email address. After April 30th, you can take your phone to a Sprint Repair Center to have your photos uploaded to a flash drive, which you provide.
Third party applications and email may still be used to share pictures, audio files, movie clips, etc. after April 30th.
If you would like the ability to text pictures and other files, we suggest you upgrade to an MMS-capable device.

וואס מיינט MMS-capable device ווייסט איינער?

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » מיטוואך אפריל 02, 2014 3:25 am

אריין אין וויצען אשכול

פארוואס שטייט מר ליבערטי מיט די הענט ארויף? ווייל ער פארמאגט א ספרינט פאון.....

ערנסט גערעדט עס איז אלעס שטיות איך פלעג האבן ספרינט און איך האב געהעריג געהאט סערוויס אין די אויבערשטע טייל מאנהעטן און אויך חלקים פון וויליאמסבורג....

----

גרינער זונטאג ממס שטייט פאר מולטימידיא מעסעדזינג סערוויס, די עביליטי צו באקומען מידיא פיילס אויף טקסט, אלטע פאונס האבן עס נישט

יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 8:42 pm

תגובהדורך יש דברים בגו » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:39 am

ווייסט איינער וואס גייט פאר מיט ספרינט. איך האב יעצט באקומען א Galaxy s5 און ער לאט נישט ניצן data בשעת מען האלט אימיטן א phone call. איך האב קיינמאל נישט געהאט די פראבלעם פארדעם. איז עס עפעס א setting אדער גאר א נייע משוגעת פון ספרינט?

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:45 am

יש דברים בגו האט געשריבן:ווייסט איינער וואס גייט פאר מיט ספרינט. איך האב יעצט באקומען א Galaxy s5 און ער לאט נישט ניצן data בשעת מען האלט אימיטן א phone call. איך האב קיינמאל נישט געהאט די פראבלעם פארדעם. איז עס עפעס א setting אדער גאר א נייע משוגעת פון ספרינט?

וואס האט עס מיט ספרינט אייביג געווען אזוי ביי מיר מיט ווערייזען

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:52 am

private האט געשריבן:
יש דברים בגו האט געשריבן:ווייסט איינער וואס גייט פאר מיט ספרינט. איך האב יעצט באקומען א Galaxy s5 און ער לאט נישט ניצן data בשעת מען האלט אימיטן א phone call. איך האב קיינמאל נישט געהאט די פראבלעם פארדעם. איז עס עפעס א setting אדער גאר א נייע משוגעת פון ספרינט?

וואס האט עס מיט ספרינט אייביג געווען אזוי ביי מיר מיט ווערייזען

אייפאון? ווייל אנדערע טעלעפאונען ביי ווערייזאן ארבעט יא די דעטע בשעת א פאון קאל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:00 am

איך ווייס נישט אויב ס'איז אזוי שלעכט
אבער ספרינט אינקאמינק
ארבעט נאר פון אנדערע ספרינט און נישט פין אנדערע נעטווארקס

http://downdetector.com/status/sprint


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט