Thank you האט געשריבן:קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:בסד האט געשריבן:די היינטיגע פליפּ פאונס זענען נישט געמאכט צו האלטן די אפערעיטינג סיסטעם וואס ליגט דערין. ווער רעדט נאך פון צולייגן אינפארמאציע וואס די טעלעפאון באנוצער לייגט צו. ווי קאנטאקטס, קאל רעקארדס און טעקסט מעסעדזשעס.
ס'איז ווי א וויליאמסבורגע דירה. קוים וואס די חתן כלה האבן פלאץ פאר א וואש מאשין. אבער מ'קוועטשט אריין עטליכע קינדער בליע"ה.
Kyocera איז די איינציגסטע וואס האט א נארמאלע פראסעסער מיט מעמארי צו ארבייטן.
די Sonim Xp3 Plus שטייגט שטארק איבער אלע אנדערע פאונס אפילו די קייעסערע מיט אירע ספעקס, און האט אויך אלע בענדס פאר אלע קעריערס.
גערעכט! אבער דערווייל איז נאך נישט דא קיין פילטער פאר דעם...
ריכטיג, אבער זיי האבן א פראדוקט וואס קומט פרי אינסטאללד וואס הייסט Sonim Scout, דאס איז אזוי ווי Device Control אויף די קייעסערס, און נאך אפילו מער סאפיסטיקירט, אויב איך האב נישט קיין טעות, געדענק איך איינער האט מיר געזאגט אז טעג אדער משומר האט עס פאר אים אויפגעסעט, און האלטן פאר אים די פעסווארד און סעטטינגס, מ'דארף דאס וועריפייען.
אבער לגבי אוועראלל יוזער עקספיריענס, גלייך איך נאך אלץ אסאך מער די קייעסערע (איך האב די E4810), קודם די XT9 איז די בעסטע וואס איז פארהאן, מיינע קאנטאקטס, קאלענדער און טעסקס איז סינקד מיט מיין אוטלאק אקקאונט, און מיין gmail ניץ איך מיט די אימעיל עפפ, די XP3 Plus קען מען נישט סינקן און האט נישט קיין אימעיל עפפ.