קויפן לאקאלע סים קארטלעך אין אייראפע

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

קויפן לאקאלע סים קארטלעך אין אייראפע

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:30 pm

האט איינער עקספיריענס מיט קויפן א סים קארטל און אייראפע אליינס? למשל אין בודאפעסט אדער אין ווארשא עירפארט,
די וואס פארדינגען דא ארבעט אמאל יא און אמאל נישט, האב איך געהערט פון איינעם א צייט צוריק אז מקען קויפן דארט און אריינלייגען אינעם טעבלעט און סארבעט פיין,

(אגב אויב איז א אשכול ווי מרעדט פון דעם ביטע אהינפירן)

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:33 pm

קענסט קויפן דארט. דו דארפסט אבער האבן אן אנלאקד טעבלעט
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:38 pm

עין טובה האט געשריבן:קענסט קויפן דארט. דו דארפסט אבער האבן אן אנלאקד טעבלעט

דעס האבעך, קען איך דארט קויפן איינס וואס זאל ארבעטן אין אלע לענדער אדער איך מיז קויפן יעדע לאנד עקסטער?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:02 pm

אסאך וועלן ארבעטן אין אנדערע לענדער. אבער זייער טייער (ווערייזאן למשל, האט א פלאן פאר 10 דאללער א טאג און ס'ארבעט אין א געוואלד מיט פלעצער, מיט די מעלה אז דו בלייבסט מיט דיין לאקאלע נאמבער -וואס איז בעצם נישט שייך אויף א טאבלעט)
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:02 pm

די מציאות וואס מ'טרעפט דארט איז נאר יעדע לאנד עקסטער - אבער מ'קען זיך פיין אפבריען דערמיט, ווי אויך קען מען עס נאר אנפילן ביי די גאז סטאנציעס וכדו'

אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:00 pm

תגובהדורך פאפקארן » דינסטאג מאי 09, 2017 8:15 am

כ'וויך אנהאנדלען unlocked פאון מיט א סים קארד וואס זאל ארבעטן ספעציפיש אין אייראפע (ווי מער לענדער אלץ בעסער) פאר טאלק און טעקסט, האט איינער עקספיריענס דערמיט,
וואס דארף מען זוכען?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מאי 09, 2017 8:57 am

דו דארפסט א GSM unlocked פאון, דערנאך דארפסטו קויפן א סים קארד פאר יעדע לאנד באזונדער, אבער ווי יוראפ זאגט, מ'קען זיך פיין אפבריען ווען מ'איז למשל אין אוקריינע און דו קענסט עס נאר אנפילן ביים גאז סטאנציע (אין אוקריינע ספעציפיש האב איך גענוצט א סים קארד פון די ארטיגע פירמע 'לייף'. אבער ווען איך בין א אריבער די גרעניץ קיין פוילן איז עס געווען משוגע טייער)
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

Efroiach
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » דינסטאג מאי 09, 2017 8:58 am

האט שוין איינער געהאט עקספיריענס מיט ״ספרינט גלאובעל ראומינג״ אין אוקריינע, ראמעניא? איך וויל וויסן צו ס׳ארבעט גוט.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג מאי 09, 2017 9:16 am

Efroiach האט געשריבן:האט שוין איינער געהאט עקספיריענס מיט ״ספרינט גלאובעל ראומינג״ אין אוקריינע, ראמעניא? איך וויל וויסן צו ס׳ארבעט גוט.

ספרינט גיבט פרייע 2G Data (שוואך אבער נוצבאר), מען קען אבער צוצאלן אז עס זאל יא זיין שנעלער.

עס ווענדט זיך אבער די מערסטע אין וועלכע פאון דו האסט און צו עס האט די ריכטיגע בענדס וואס די אייראפעישע קאמפאניס נוצן אין יענעם לאנד.


דא קענסטו טשעקן אויב עס איז Compatible
https://www.frequencycheck.com/

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מאי 09, 2017 9:25 am

למעשה האצעך מיין T-Mobile טעבלעט פיין אויסגעארבעט, וועיז און גוגל מעפס האבן פיין געארבעט און אלע לענדער ווי איך בין געווען, איך האב עטליכע מאל אהיימגערופן דורך גוגל hangout, איך האב פרובירט נישט צו ניצן קיין סתם אינטערנעט ווייל דעס ניצט אסאך דעטע, ווי סיז געווען ווייפיי האבעך מיך קאנעקטעד צום ווייפיי, און סהאט נישט געקאסט קיין פעני מער ווי דעס וואס איך צאל דא,


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט