RingPlus.net - רינג פלאס - רינג+

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

RingPlus.net - רינג פלאס - רינג+

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

רינג+ איז א קאמפאני וואס געבט סעלפאון סערוויס (sprint) "בחינם". בחינם? יא, בחינם!
מען דארף איינצאלן אן איינמאליגע סכום (מיטן אויסרייד אז זיי וועלן עס נוצן אויב מען נוצט מער ווי די סכום וואס מען באקומט) אבער נאך דעם איז עס "גענצליך בחינם".

זיי האבן בחינם'דיגע און באצאלטע פלענס, מיט די באצאלטע קען איך מיך נישט אויס דערווייל... די בחינם'דיגע פלענער קען מען זעהן דא, ביי FREE PLANS. דאס איז זייערע יעצטיגע בחינם'דיגע פלענס:
plans.PNG

אין די ערשטע קאלום שטייט די נאמען פון די פלען (מאדנע נעמען...), אין די צווייטע שטייט אז עס קאסט $0 פער חודש, אין די דריטע שטייט וויפיל מען מוז איינצאלן, די ווייטערדיגע 4 קאלומס זאגן וואס די פלענס טוען פארשטעלן, און overages איז די געלט וואס זיי וועלן אראפרעכנען פון דיין אקאונט פער איבערגעצויגן שטריקל...

ווי איר זעהט איז יעדע פלען געשריבן צוויי מאל, די ערשטע מיט א גרעסערע אפצאל און די צווייטע מיט א קלענערע. די קאמפאני האט א פראגראם וואס הייסט מעמבער+ און די ביליגערע פרייז איז נאר פאר די וואס זענען מעמבערס אין די פראגראם (זעה ביים סוף דערוועגן).
פאר אייך - פרישע קאסטומערס - איז דאך די מעמבער+ אפציעס נישט וואליד, דאס מיינט אז פאר אייך איז יעצט דא דריי אפציעס א פלען פון 250 מינוטן, 250 טעקסטס, 250 פיקטשער מעסיזשעס און 250 מעגא בייטס מיט א אפצאל פון $9 +טעקס (געווענליך גייען אלע חלקים פון זייערע פלענער מיט די זעלבע צאל. למשל, אויב 250 דאן איז אלעס 250, און נישט אדער א מינוט "אדער" א טעקסט וכו', נאר פון יעדע באזונדער באקומט מען דעם צאל. ווייטער וועל איך זיך באציען דערצו מיט א פארקערצערונג, 'מטפ"מ'), 500 מטפ"מ מיט א אפצאל פון $18 +טעקס און א פלען פון 750 מטפ"מ פאר $27 +טעקס. (ווען איך האב זיי באזוכט די ערשטע מאל זענען די פרייזן געווען סאך ביליגער, אויך איז געווען מער אין די פלענס, למשל, 1000 מטפ"מ פאר $10 +טעקס. זעהט אויס זיי זענען אביסל געקומען צום שכל... אויך איז גוט צו וויסן אז זיי טוען אפט טוישן די פלען אפציעס און צולייגן פראמאושענעל פלענס, דא קען מען זעהן אויב עס קומט א פרישע פראמאושן, און ווען (אויף די archive קנעפל פון אויבן קען מען זעהן די אפגעלאפענע פראמאושענס). נאך פריער קען מען זעהן די פראמאושענס אויף זייער פארום.) ווי אויך א טרייעל פלען, 100 מטפ"מ, אהן קיין שום אפצאל אבער עס גילט נאר פאר איין חודש, נאך דרייסיג טעג עקספייערט עס.
היינט ביינאכט גייט זיין א פראמאושן וואס ביים אנהייב באקומט מען 4750 מטפ"מ און עס גייט די קומענדיגע 5 חדשים ארויפגיין יעדע חודש מיט 250 מטפ"מ, דאס מיינט אז אין 6 חדשים ארום גייט איר האבן 6000 מטפ"מ מיט א איינמאליגע אפצאל פון בלויז $38 +טעקס! די פראמאשונס גייט זיין עוועילעבל נאר מארגן ביינאכט, פון 9:30 ביז 12:00, און קען זיין פאר א וויילע אויף קורצשלוס אויב צו סאך מענשטן האבן עס געכאפט.

איר וועהלט אויס וועלכע פלען איר ווילט און דרוקט אויף Sign Up (רעכטס אויפן בילד) פון יענע שורה.

עס וועט ארויפקומען א פאפ-אפ
pop up.PNG

איר קליקט אויף וועלכע עס איז ריכטיג אין אייער פאל. (די פאונס וואס זיי פארקויפן זענען נישט זייער ביליג, אלזא אויב קויפן דאן טוט עס ערגעץ אנדערש... עס מוז זיין א פאון וואס ארבעט מיט ספרינט. א ספרינט-פריפעיד פאון, א Boost Mobile פאון אדער א Virgin Mobile פאון וואס איז גענוצט ווייניגער ווי 12 חדשים וועט נישט ארבעטן, נאך 12 חדשים נוצן דארף עס יא צו ארבעטן.)
אלזא גייען מיר מיט די גרינע אפציע.

עס וועט זיך עפענען א בלאט וואו מען פילט אויס א פאָרם, דארט דארף מען אויספילן ווי פאלגענד:
  • אי-מעיל אדערסס
  • מאכן א פעסווארד
  • מאכן א ניק נעים (זיי האבן א פארום מיט איך-ווייס-נישט-וואס נאך וואו מען דארף עס)
  • די MEID/ESN פון די פאון
  • די ICC ID, ביי 4G פאונס
  • די קרעדיט קארד אינפארמאציע (לויט דעם רעכנט זיך די טעקס, און די טעלעפאן נאמבער וואס מען באקומט)

נאכדעם "רעקאמענדירן" זיי זאכן וואס איר זאלט צולייגן צו אייער פלען, נאך מינוטן, נאך טעקסט וכו' אבער פאר אסטראנאמישע סכומים, אז מען קליקט נישט אויף קיין איינס באקומט מען עס נישט און מען באצאלט נישט פאר עס.

דאן - אויב איר זענט גרייט פאר די מקח - קליקט אויף Register My New Account. (פארשטייט זיך אז אייער קארטל וועט ווערן געטשאדזשט די באשטימטע סכום...)
עס וועט זיך עפענען א פעידזש מיט אינפארמאציע וויאזוי צו עקטיוועיטן די פאון, קלארע דעטאלירטע אינפארמציע פאר יעדע סארט פאון. און עס וועט זיין א קעסטל וואו איר מוזט קליקן צו באשטעטיגן אז איר האט געהאט סוקסעס מיטן עקטיוועיטן די פאון. וזהו, אייער פאון איז אקטיוו מיט די פלאן וואס איר האט אויסגעוועהלט און איר קענט עס נוצן תיכף ומיד.

יעדע חודש וועט זיך אייער אקאונט אנפילן מיט די סכומים וואס אייער פלען האט און זיי טשארדזשן נישט גארנישט, נישט קיין באהאלטענע אפצאלונגען וואס מען פארזעהט ביים אויפסיינען און נישט "נאר טעקס", בחינם ווי כינים.

געוואלדיג, ניין? יאפ
אבער, מהיכן ירק זה חי? זיי מוזן דאך מאכן געלט אויף עפעס א אופן. אנשטאט די געווענליכע קלינגען וואס מען הערט ביז די צד שכנגד הייבט אויף דאס טרייבל טוען זיי דארט לופטערן אדווערטייזמענטס און נייעס (צומאל אויך מוזיק, צום באדויערן), עס איז נישט קיין פראפעסיאנעלע עדס, עס קוקט אויס ווי גוגל עדס פארגעליינט דורך א טעקסט-טו-ספיטש סיסטעם :grin: און אזוי אויך די נייעס. (איינמאל מען האט א אקאונט קען מען זיך סובסקרייבן צו געוויסע פון זייערע טשענעלס, איך מיין אז אויב מען סובסרייבט זיך דאן הערט מען נאר יענע, אויב יא דאן איז דאס די עצה אנצושטעלן צו הערן נאר רעדעס נישט מוזיק.)
עס איז א חסרון פאר איינער וואס וויל זיי נוצן פאר טאלק, אבער עס הערט זיך ערגער ווי עס איז באמת...
אזוי אויך איז נישטא קיין קאסטומער סערוויס, אבער נישטא מיין "נישט דא!" נישטא מיט וועם צו רעדן. אבער, אלעס קען אויסגעפירט ווערן אנליין. אפיציעל איז דא מיט וועם צו טשעטן, אויך קען מען שיקן פראבלעמען דורך אימעיל.




נאכדעם שטעלן זיי צו נאך א צאל באקוועמליכקייטן.
  • מען קען זעהן די אקאונטס קאללינג היסטערי אנליין, צו וואו מען האט געקאללט און ווילאנג מען האט גערעדט. צו וועם מען האט געשיקט א טעקסט (נישט די תוכן). ווען מען האט גענוצט דאטא און ווי סאך. די ביללינג היסטערי.
  • טוישן טעלעפאן קען מען אליינס טוהן אנליין, אינסטענטלי. (עס קאסט אבער $1.99 וואס ווערט אראפגענומען פון די געלט וואס איר האט איינגעלייגט ביים עפענען די אקאונט. ביי פעידזשפלאס איז עס טאקע בחינם, אבער ביי מעטרא-פי.סי.עס. קאסט עס אויך געלט, און מער ווי $1.99...)
  • עס האט אייך פארשמעקט א נייע טעלעפאן נאמבער? פאר $0.99 באקומט איר איינס תיכף ומיד...
  • אריבערברענגען אייער אלטע נאמבער, מען טוט דאס אויך אליינס! עס קאסט $6.99 (נישט ביי יעדעם, איך ווייס נישט ווען יא און ווען נישט)
  • איר קענט גענצליך אויסלעשן טעקסט, אדער פיקטשער מעיל, אדער דאטא! אויך קענט איר אנשטעלן צייטן ווען עס זאל זיין אויסגעלאשן (טעגליך). (טאלק קען מען נישט אויסלעשן, עס איז דאך א טעלעפאן נאך אלעם...)
  • מען קען רעקארדירן טעלעפאון קאללס, בחינם. אויב מען רעקארדירט א קאלל ווערט אויך אראפגעשריבן א טראנסקריפט דערפון, די פונקטליכקייט ווענדט לויט ווי סאך עס האט פארשטאנען... מען קען עס נאכדעם דאונלאודן פון אין די אקאונט, און אויך שיקן זיי עס אין א אימעיל, מיט די טראנסקריפט.
  • א רעקארדירונג פון וואויסמעילס (מיט א טראנסקריפט...) קומען אן אין אימעיל, מען קען אויסלעשן די אפציע. אויך קען מען אנשטעלן צו מען זאל באקומען א טעקסט ווען עס איז דא א וואויסמעיל. (ביי דיפאולט הערט דער אריינרופער א אפציע צו הערן אייערע לעצטע טוויטס אויף טוויטער... מען קען דאס אויסלעשן. אויך קענט איר אנשטעלן אז עס זאל געבן דעם אריינרופער א מעגליכקייט אייך צו שיקן א אויטאמאטישע טעקסט אז איר זאלט איהם צוריקרופן, אנשטאט דאס לאזן א וואויסמעיל. צו עס נעמט אראפ פון די סכום הטעקסטס? גוטע שאלה...)
  • מען קען בלאקירן נאמבערס, אדער בלאקירן אלע אינקאמינג קאוללס. ווי אויך אנשטעלן נאמבערס וואס נאר יענע זאל מען קענען רופן.
  • מען קען אלץ רופן מיט ווייפיי קאללינג עפפס, בחינם. עס רעכנט נאר אראפ די צאל פון אייערע מינוטן.


דאס איז מער ווייניגער אלע בעיסיק זאכן וועגן רינג+. צו די מעמבער+ פראגראם קען מען זיך איינשרייבן נאר נאכן זיין רעגיסטרירט (אויך מיט די פראבע-פלען), עס האט בענעפיטן אבער עס קאסט $99 א יאר אדער איינמאל $120 פאר אייביג, עס האט בענעפיטן ווי הנחות ביים איינקויפן נאך א ליין (איך מיין אז מען קען האבן ביז 10 ליינס פער אקאונט), ביים אפגרעידן צו א גרעסערע פלען (אויב מען איז נישט קיין מעמבער+ מעמבער קען מען געווענליך נישט סתם אזוי אפגרעידן, אפי' מיט א אפצאל, ביי די היינטיגע פראמאושן וועט מען יא קענען, אבער נישט היינט נאר מארגן) און ביים איינקויפן זייערע פאונס.

פאר די וואס דארפן און האבן א סמארטפאון און ווערן רעקאמענדירט עס צו האבן אלס "צווייטע סעלפאון" (אדער איינער וואס וויל סתם אזוי ענדערש נוצן א בעיסיק פאון אלס "פאון") איז דאס גאר גוט, מען דארף נאר זיכער מאכן צו מאכן א קאלל איין מאל אין 60 טעג כדי צו אנהאלטן די סערוויס.
פאר איינער וואס וויל עס אויף צו שפארן אפאר (אפאר?!) דאללער איז עס אויך נישט שלעכט, נאכדערצו אויב מען קען טאקע אנשטעלן אז עס זאל נאר לאזן הערן עדס.
אויף צו האבן א טעלעפאון צו געבן פאר א קינד איז עס שטארק נוצבאר, נאכדערצו מיט די מעגליכקייטן צו בלאקן דאטא און טעקסט און אנשטעלן מען זאל נאר קענען רופן אהיים, צום טאטן און מאמע וכדו'.
ועוד.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

Wow thanks for the info
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

יישר כח
איך זעה אז ביי זייערע פרימיום פלענס קען מען האבן אנלימיטעד טאלק-טעקסט פאר 3.99 א חודש וואס איז אויך א fortune.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אויף אזא לאנגס און ברייטס האבן מיר זיך נישט געראכטן, אזוי שיין צוקליבן דעם נושא על כל פרטי' ודקדוקי', יישר כח!

איין קליינע הערה, עס איז שווער צו נוצן רינג פלאס אלץ א קביעות'דיגע סעלפאון, ווייל זייערע קאלס זענען נישט אלעמאל אזוי קלאר.

זיי ארבעטן טאקע אויף ספרינט'ס נעטווארק, אבער ס'איז א עקספערימענט נעטווארק, וואס קען האבן א נישט קלארע קאנעקשאן.

אויך פאר ווער עס נוצט עס בלויז פאר דעטע, זאל טאקע מאכן זיכער צו מאכן קאלס פון צייט צו צייט, און לכה"פ איינמאל אין 60 טעג, ווייל אז נישט האקן זיי אפ דעם ליין.
---
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ייש"כ מיסטער יעז.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

מיסטעריעז האט געשריבן:היינט ביינאכט גייט זיין א פראמאושן וואס ביים אנהייב באקומט מען 4750 מטפ"מ און עס גייט די קומענדיגע 5 חדשים ארויפגיין יעדע חודש מיט 250 מטפ"מ, דאס מיינט אז אין 6 חדשים ארום גייט איר האבן 6000 מטפ"מ מיט א איינמאליגע אפצאל פון בלויז $38 +טעקס! די פראמאשונס גייט זיין עוועילעבל נאר מארגן ביינאכט, פון 9:30 ביז 12:00, און קען זיין פאר א וויילע אויף קורצשלוס אויב צו סאך מענשטן האבן עס געכאפט.
ועוד.


א גרויסן ישר כח, און מיר ווארטן אויף מער דיטאלן וועגן די באצאלטע פלענס, וואס קען אויך זיין אינטערסאנט.
לגבי די פראמאשן, דאס גייט ווייטער גיין אויף נאך 5 חדשים? דאס הייסט מ'האט 6000 מינוט פאר אומזיסט אויב מ'רעדט נישט איבער?

לגבי אריבער ברענגען א נומבער, מ'קען אריבערברענגען פון ספרינט אויך אפילו זיי נוצן ספרינטס נעטווארק?

און אפשר האב איך נישט גוט פארשטאנען, ווי איז אוועילאבל די פראמאשנס, ביי די רעגולאר סיין פראסעס, קומט דאס ארויף אין די באשטימטע צייט?

א גרויסן דאנק נאכאמאל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

היינט נאכט 9:30 וועט עס זיין אין די ליסטע פון FREE PLANS. פון 6 חדשים ארום וועט איר האבן 6000 מטפ״מ חודש׳ליך בחינם! (חוץ אויב עפעס ערנסט וועט געשעהן מיט זיי...) פארגעס נישט אז איבעררעדן קאסט נישט נאכאמאל פון די טאש ווילאנג מען נוצט נישט אויס די גאנצע טאפ-אפ געלט וואס מען האט איינגעצאלט.
ווארשיינליך דארף מען קענען אריבערברענגען א נאמבער אפילו פון ספרינט אליינס, און ווי געשריבן טוט מען דאס אריבערברענגען ווען די ליין איז שוין אקטיוו (אויף א נייע נאמבער וואס זיי געבן).

א דאנק פאר די דאנקען, מיי פלעזשער.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

קענעך עס מאכן מיט א פאון וואס איך האב נישט מיט מיר אבער איך האב די אינפארמאציע
ודוק
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ודוק »

דאס גייט זיין עוועילבל היינט נאכט אדער מארגען נאכט?
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

לתועלת הרבים:
געהאט ביי זיי א פלאן כ'האב עס געמוזט אויפגעבן ווייל די ליינס זענען אסאך מאל נישט קלאר, יעדע שטיק צייט האט זיך געמאכט אז כ'האב נישט געקענט ארויסרופן און כ'האב נישט באקומען אסאך אינקאמינג קאלס.
כ'האב פראבירט קאסטומער סערוויס און יא זיי האבן געענטפערט אבער ערשט נאך 3 טעג אזוי איז געווען יעדע מאל וואס כ'האב געווארט אויף זייער אנטווארט. כ'האב פראבירט די עצות וואס זיי געבן אבער אן ערפאלג.
איי א וועלט!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

תורה לערנער האט געשריבן:קענעך עס מאכן מיט א פאון וואס איך האב נישט מיט מיר אבער איך האב די אינפארמאציע

טעכניש ווארשיינליך יא.

ודוק האט געשריבן:דאס גייט זיין עוועילבל היינט נאכט אדער מארגען נאכט?

היינט נאכט. איך האב עס געשריבן נעכטן און היינט געפאוסט און פארגעסן צו טוישן דעם צווייטן ׳מארגן׳...
פאר אפגרעידס וועט עס זיין נאר מארגן (אויב עס וועט נישט זיין אויסגעכאפט).

בשבילי און אויך מיר, איך האב עס שוין גענוצט אויף צוויי פאונס, אויף די גוטע פאון איז עס אלעמאל געווען קלאר און אויף די שוואכע אלעמאל קראצעדיג (איך האב עס נישט גענוצט זייער אסאך, און נאר פאר צו מאכן קאללס). פארדעם איז טאקע בעסער - פאר די וואס ווילן עס נוצן פאר זייער טאלק פאון - צו פראבירן מיט די טרייעל פלען פון בעפאר.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

פון ווי האב איך א סים??
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איךהאב עס אויף א פאון מיט א ספרינט סים.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
ודוק
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ודוק »

אויף זייער וועבסייט שטייט פון 6:30 ביז 9:00 נישט פון 9:30 ביז 12
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ווייל זיי זענען אין קאליפארניע און רעכענען מיט די Pacific Time Zone.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מ'באקומט צוריק די אומגעניצטע טאפ-אפפ געלט פון מען סטאפט די אקאונט?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך וואלט נאך אלץ ענדערש גענומען די באצאלטע פלען 4 דאלער אנלימעטעד ווי איידער איינלייגן 40 דאלער פאר די פרי, וואס איז 10 חדשים ווערט...
דארף מען נאר וויסן צו איינער דא האט עקספיריאנס מיט די באצאלטע.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שיעור נישט פארגעסן, א ריייייייזזזזזזן דאנק פאר מיסטעריעז פארן ברענגען די זאך און עס אזוי שיין צולייגן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

זאכליך האט געשריבן:מ'באקומט צוריק די אומגעניצטע טאפ-אפפ געלט פון מען סטאפט די אקאונט?

איך מיין אז נישט.

זאל ער קומען האט געשריבן:איך וואלט נאך אלץ ענדערש גענומען די באצאלטע פלען 4 דאלער אנלימעטעד ווי איידער איינלייגן 40 דאלער פאר די פרי, וואס איז 10 חדשים ווערט...
דארף מען נאר וויסן צו איינער דא האט עקספיריאנס מיט די באצאלטע.

אויב דו נעמסט עס פאר די טאלק&טעקסט דאן האסטו רעכט (עס איז מער ווי $40, $38+טעקס וועט זיין בערך $45-50).
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איינער וואס וויל נעמען די גרויסע פלען און איז באזארגט וואלט איך געראטן צו פראבירן מיט די טרייעל איידער ער לייגט איין געלט, כמעט יעדע וואך איז דא פראמאושנס.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

אזא גוטע פראמאשען אויך?
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

ארבעט עס נאר אויף סמארט פאונס אדער אויך אויף בעסיק?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:ארבעט עס נאר אויף סמארט פאונס אדער אויך אויף בעסיק?

אויך אויף בעסיק פאונס
---
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איך לייג דא ארויף וואס איך האב געשריבן פאר איינעם אין אישי, אולי וועט עס פאר איינעם צונוץ קומען.

=ס'איז דא צוויי נייע זאכן וואס רינג פלאס טוט לעצטענס אנדערש ווי זיי פלעגן טוהן ביז יעצט.

זייער וועג פון מאכן געלט ביז יעצט איז געווען אויף צוויי וועגן, איינס פון די אדווערטייזמענטס ביי די רינגטאונס בשעת'ן מאכן א קאל, און אויך אז זייער סעלפאון סערוויס איז נישט געגאנגען אויף די געהעריגע ספרינט נעטווארק, נאר אויף א עקספערימענטאלע נעטווארק (Beta Network) וואס ספרינט האט זיי געלאזט אויספרובירן, און איז דערפאר טאקע נישט געווען אזוי קלאר אלעמאל.
(ס'איז דא וואס זאגן אפילו אז ספרינט אליינס שטייט אונטער די גאנצע רינג פלאס, און זיי טוען עס פאר ריסערדזש צוועקן צו זעהן וויאזוי די Beta נעטווארק ארבעט זיך אויס)

אצינד האט זיך רינג פלאס דערזעהן מיט צוויי פראבלעמען, איינס אז אזויווי וואיס איז נישט צו קלאר נוצן עס נישט צופיל מענטשן, און אויך אז זיי קענען נישט מאכן געלט נאר אויף קאלס און נישט אויף דעטע, און מענטשן גלייכן זייערע פלענס מער פאר די פרייע דעטע ווי פאר די פרייע קאלס.
האבן זיי קודם כל צוגעלייגט נייע פלענס וואס די קאלס ארבעטן יא אויף די געהעריגע ספרינט נעטווארק, און דאס איז יא געהעריג קלאר, ס'קאסט טאקע אביסל, אבער נאכאלץ אסאך ביליגער פון וואס אנדערע קאמפאני'ס בעטן.

דערנאך האבן זיי אויסגעארבעט א נייעם וועג וויאזוי צו מאכן געלט פון דעטע (Monetize the free data בלע"ז) דורך בעטן די רעכט פונעם באנוצער צו אנאליזירן די דעטע וואס ער נוצט און אריינלייגן אדווערטייזמענטס אינעם בראוזער וכדו' (בערך די זעלבע וואס גוגל טוט מיט דיר אן בעטן רשות), און אויף דעם ארויף זענען זיי גרייט צו געבן א שיינעם סכום פון פרייע דעטע, וויל זיי קענען שוין מאכן געלט דערפון.
---
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

געווען אמאל...
http://bit.ly/Important-Plan-Info

אין קורצן, יעדע פלען וואס די ווארט Mad איז נישט אין איר נאמען ווערט דיסקאנטיניוד! איך מיין אז דאס נעמט אריין אלע בחינם׳דיגע פלענער פון ביז יעצט.

אויב אייער רינועל דעיט איז בעפאר דעצעמבער דער ערשטער דאן וועט זיך אייער פלען נאך באנייען פאר די איין חודש און וועט בלייבן אקטיוו ביז יאנואר דער ערשטער, אויב נישט דאן נישט נאר וואס עס וועט זיך מער נישט באנייען, נאר דעצעמבער דער ערשטער ווערט עס דיסקאנטיניוד אפילו אייער חודש איז נאכנישט פארענדיגט, און איר באקומט א צייטווייליגע פלען וואס וועט גילטן זיבן טעג, עס וועט באשטיין פון 200 מטפ"מ. ביז די טאג וואס אייער פלען ווערט גענצליך עלימינירט קענט איר זיך אויסוועלן איינע פון די איצטיגע פלענער און טוישן דערצו אנע אפצאהל, ווילאנג אייער טאפ-אפ באלאנס איז גענוג גרויס פאר די פלען וואס איר גייט נעמען. נאך די זיבן טעג אדער יאנואר דער ערשטער, אויב האט איר נישט אויסגעוועלט א נייע פלען ווערט אייער אקאונט סוספענדירט און אייער טאפ-אפ באלאנס גייט לאיבוד.

כעת איז איין גיג די מערסטע דאטא וואס א בחינם׳דיגע פלען פארמאגט.

זיי זאגן אז זיי האפן צו האבן מיט די צייט פרישע גוטע פלענס, ונזכה ונראה.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”