lazy האט געשריבן:פרא-חסיד האט געשריבן:למעשה נאך אסאך זיך מיטשענען און נאכן קויפן 3 דיווייסעס, האב איך אויף געגעבן און געטוישט צו טי מאביל, און ביי זיי קען מען עס אפיציעל מאכן, און איך בין זיך מחיה.
מה יקר?
איז אזוי, ביי טי מאביל קאסט 3 ליינס 105 נאך טעקסיס.
סארבעט אז איין ליין איז די געהעריגע ליין (ענדינג למשל 0000), די צווייטע ליין איז אויך א געהעריגע ליין (ענדינג למשל 1111), יעצט אויפן צווייטע פאון דאונלאד מען א טי מאביל עפפ וואס מאכט אז אלע אוטגאוינג און אונקאמינג קאלס אויף די 0000 נאמבער קומען אויך אן צו די 1111 פון, אויך אוטגאואנג קאלס פון די 1111 פאון קומען ארויף ווי 0000 אויב מען נוצט די עפפ צו קאלן,
אבער עס האט א פראבלעם, ווייל די עפפ ארבעט מיט דעטע, סא די קלארקייט פונעם קאל ווענדט דיך אין די דעטע קאננעקשאן, און היות מען קען נישט דאונלאדן דעם עפפ אויף א פשוטע פאון, קומט אויס אז מיין סמארטפאון וואס איז מיין עיקר פאון, האט אביסל אומקלארע קאלס, ווייל מיין עכטע נאמבער ליגט אינעם כשרע פאון און די עפפ אויפן סמארטפאון,
סא, האבעך גערעדט אין אישי מיטן ניק @thank you און נאך שבת וועט ער פראבירן צו מאכן דעם עפפ ארבעטן אויף כשרע פאונס, דאן וועט די פראבלעם זיין געלעזט.