IPOD הילף

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

IPOD הילף

תגובהדורך Jewboy » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2007 6:24 pm

איך קען מיר נישט אויס מי די אייטעם אבער אלץ כיבוד אב עפן איך דעם אשכול.

מיין טאטע שיחי' וויל קויפן א איי פאד פון ארום 80 גיגא בייט.
וואס זענען די פרייזן? וועלכע איז גוט? ווי לוינט זיך צו קויפן? <אין ניו יארק)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2007 8:01 pm

בי ענד עידזש, איז נישט קיין סך טייערער, וואו אנדערע.

איך ווייס נאר נישט, וויפיל די גרעסטע איי פאד איז.

לכאורה וועלען זיי האבען די גרעסטע אויסוואהל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2007 8:23 pm

אין עפל סטאר אין ניו יורק, אבער ענדערש שטיצן אידישע קינדער סאו גיי צו בי ענד עיטש......"YOU GO RO BNH"

עס איז דא IPOD נענא, IPOD שאפפל, און נאכער די גרעסערע מיט די סקרינס און אסך גיגל.

אגב, אויב ווילסטו א גוטן אייפאד בערך גרויס ווי א בלעקבערי, נאר דיננער, מיט א יודזש סקרין, דאן האנדל דיר איין די נייע אייפאדס מיט סאפארי בראוזער און פול עפעל ווייעכגעצייג (סאפטווער)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 2:45 pm

וואס זענען יעצט די פרייזען פאר אן אייפאד 80 און 160 גיגעלעך???
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קנאקער
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 17, 2007 7:00 pm

תגובהדורך קנאקער » מיטוואך ינואר 09, 2008 11:48 pm

250 און 350
דאטנט טעיז מי בראט

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך ינואר 09, 2008 11:57 pm

אזוי? איך האב געמיינט א סך ביליגער.

איך האב שוין געטראפען פאר 200 און 300, כאנאר געוואלט וויסען אויב ס'דא פאר ביליגער.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג ינואר 10, 2008 11:37 am

איך האב געהאט אן 80'ער
יעצט האב איך א 160'ער.

אן 80'ער קען מען באקומען פאר בערך 225
א 160'ער איז די ביליגסטע בערך 330.

אויב טרעפסטו ווער עס גיט ביליגער, זענען זיי שווינדלער. אדער איז עס רעפירבישט.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג ינואר 10, 2008 2:02 pm

איך האב געטראפען אויף איבעי.

קען זיין אז זיי זענען גנבים און שווינדלער, אבער זיי געבן עס געסיעלט אינעם ארגינעלען שאכטעל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

אייפד "זינגט" נישט

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג פאברואר 16, 2009 2:56 pm

מיין iPod Classic 160GB איז אויף סטרייק, כ'קען אים אנצינדען, באזוכן אלע מעניו'ס, א.א.וו. אבער ווען כ'פרוביר צו סעלעקטן א ניגון קומט ארויף די פלעי סקרין אבער... שטיל אין קול ואין עונה מ'קען הערן ווי ס'פרובירט אנצוהייבן שפילן אבער ס'בלייבט ביי 0.00 וואס קאן עס זיין?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:44 am

פרוביר א ריסעט. מ'דרוקט אינאיינעם דעם צענטער קנעפל און דעם אויבערשטן קנעפל, מ'האלט דאס אן ביז ס'לעשט זיך אויס און ס'קומט ארויף א בילד פון אן עפל.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 11:39 am

איך זוך איינער וואס קען מיר העלפן מיט אזא כמו-אייפאד
DELL DJ.bmp
DELL DJ.bmp (128.53 KiB) געזעהן 5388 מאל

קענזיין אז נישט יעדער וויייסט, אבער DELL מאכט אויך דיזשיטיל מוזיק דיווייסעס, און מיט 5 יאר צוריק ווען איך בין געווען א בחור איז דאס געווען אין סטייל, עס איז א 20 GB עם-פי-שלוש פלעיער

אלנפאלס, כ'האב שוין דעם כלי פאר לערך 5 יאר, און לעצטענס האט ער אנגעהויבן אונטערצופאנפערן, ער ווערט מיר זייער שנעל הונגעריג אזש אז ער ליגט מער אין ריטשארדזשער ווי ביי מיר, אבער דאס וואלט איך נאר מוחל געווען, וואס האט מיר געברענגט זיך צו ווענדן נאך הילף דא איז אז ער האט פשוט אויפגעהערט צו קאפערירן רח"ל, איך דרוק און דרוק און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, כ'רעדט פון די שווארצע קנעפל אינמיטן וואס ס'איז געמאכט צו סקרולן ארויף & אראפ און צו סעלעקטן, סקרולן ארבעט נאך (והא ראי' ער הערט מיר נישט אויף צו סקולן די נערוון..) אבער ווען ס'קומט צו סעלעקטן קאפערירט ער נישט! ס'הייסט איך דרוק די מעניו קנעפל און איך וויל סעלעקטן -צב"ש- די מוזיק לייברערי און ער כאפט נישט, דערווייל איז ער געבליבן ביי די אלבום וואס כ'האב סעלעקטעט ס'לעצטע מאל ווען ער איז געווען געזונט, וויפיל מאל קען איך איבערהערן די זעלבע אלבום?.. איינער האט א עצה? לייגן אין רייז? זאגן פרק שירה? כ'האב דארט א געוואלד מיט מוזיק, איך וויל עס נישט דארפן לייגן אין מיסט קאסטן, שלמי, ווייסט פון וואס כ'רעדט? דו האסט דאך מיר עס געקויפט אויף איבעי...

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » זונטאג נובעמבער 08, 2009 12:35 am

Jewboy האט געשריבן:איך קען מיר נישט אויס מי די אייטעם אבער אלץ כיבוד אב עפן איך דעם אשכול.

מיין טאטע שיחי' וויל קויפן א איי פאד פון ארום 80 גיגא בייט.
וואס זענען די פרייזן? וועלכע איז גוט? ווי לוינט זיך צו קויפן? <אין ניו יארק)

the 80 gb is not for sale any more
but the 160 gb is sold for abot 235 -240 by B&H
here is the link
Apple ipod 160 GB

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 10:48 am

ווייסט איינער אויב סאיז שייך היברו אוי וויי נישט היברו מיינעך יידיש מיינעך אזוי צו זאגן אויף עפל'ס אייפאד ?
און אז יא וואו מען קען עס קריגן ?
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » זונטאג נובעמבער 15, 2009 9:59 am

http://www.idigital.co.il./ipodHE
(פלעגטעס האבן) די אידיש איז נאר פאר די עלטערע אייפאד'ס עד דור חמישי (ועד בכלל) אויב איינער קען מיר טרעפן אידיש פאר די נייערע דור, ביטע לאזט אייך הערן.
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » זונטאג נובעמבער 15, 2009 10:49 am

קראצער די לינק איז עפעס פעלערהאפטיג ,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » פרייטאג דעצמבער 11, 2009 12:51 am

ווי פרייזן פאלן.

ליינט פון אנהייב אשכול און זעט ווי די פרייזן פארן אראפ און די גיגאבייטס פארן ארויף.

געהערט פון א חבר אז מ'קען באקומען א 160 גיג אייפאד פון עפל אליינס פאר 199.

אמת, ס'רעפורבישד. אבער גלויבט מיר אז אויב ס'קומט פון עפל איז א קליינער נפק'מ צווישן אריגינעל און רעפורבישד.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » פרייטאג דעצמבער 11, 2009 1:09 am

פרייליכערהייט,

איך האב געהערט אז בלויז אויף די ערשטערע מאדעלן פונעם אייפאד קען מען ארויפלייגן אידיש, אבער נישט די שפעטערע און נייערע.

עס איז געווען איינע פון די תורה טעיפ קאמפאניס וואס פלעגט אזוי פארקויפן זייערע סחורה און געבן אלטע אייפאדס מיט אידישע אותיות דערויף.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 11:39 am

אךשמח האט געשריבן:אמת, ס'רעפורבישד. אבער גלויבט מיר אז אויב ס'קומט פון עפל איז א קליינער נפק'מ צווישן אריגינעל און רעפורבישד.

רעפורבישד איז א מזל זאך

    1. אמאל איז עס כמעט ווי ניי איינער האט עס לאמיר זאגן געקויפט און צוריקגעגעבן אין די דרייסיג טעג און ס'האט שוין א קריץ למשל
    2. און אמאל איז עס א צובראכענע וואס מ'האט עס גענוצט צוויי יאר נאר מ'האט עס געפיקס און געטוישט אפאר פארט'ס, בעיקר לייגט מען א נייע פעיס פלעיט, סקרין וכו' סזאל אויסזעהן ניי
    3. אדער ערגעץ אינדערמיט
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 11:38 am

דאס איז טאקע ווען מ'קויפט עס ערגעץ אויף עמעזאן אדער אנדערע פלעצער, אבער איך רעד דא וואס עפל אליינס פארקויפט אלס רעפורבישד און דאן האט מען א יאר וואראנטי וואס זיי פאררעכטן פאר סיי וועלכע פראבלעם.

נאכן נוצן א יאר ברויך ווען ארויסקומען אלע פראבלעמען וואס קען זיין דערויף.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג ינואר 12, 2010 7:39 am

היי
ס'האט זיך מיר באקומען א חשק צו קויפן א אייפאד, איך בין אסאך אויפן וועג אין כ'וויל קענען הערן גוטע זאכן.

יעצט האביך א באנטש שאלות:

איזעס פיל בעסער ווי די מוזיק שפילער פון מיין בלעקבערי? איך קען האבן א 16 גיג קארטעל אויפן בערי אין פיניש, למעשה אויפן בערי העריך כמעט קיינמאל נישט, כ'טראכט אפשר די אייפאד איז באקוועמער צו וואס וועליך עס נוצן מער?.

אויב לוינט עס יא צו קויפן וועכע מינע איז די בעסטע? כ'ברויך נישט קיין ווידאו (פוי) אדער אנדערע גוי'שע זאכן, פלעין אזא וואס מ'קען הערן ר שמייע'ס חומש רש'י שיעורים...

איך האב געזוכט אויף בי ענד עדזש האביך געזען אז מ'קען האבן פאר 166 דאלער א נענא 16 גיגע בייט, איך האב מורא צו ס'איניש צו ווייניג מעמארי?

עני וועי ווער ס'האט אביסל עקספיריענס פליז לעט מי נאו

יישר כח

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דינסטאג ינואר 12, 2010 9:25 am

עס ווענדט זיך וועלכע טעיפס דו ווילסט הערן. אז דו ווילסט טאקע נאר הערן ר' שמעי'ס טעיפס מאך דיר א חשבון וויפיל טעיפס דו האסט.
א מוזיק טעיפ וועט געווענליך אנפילן א גוטע 700MB =בערך 22 טעיפס, א תורה טעיפ וועט געווענליך זיין בערך 80MB =בערך 200 טעיפס (איך רעד פון 16GB נענאו).
אז דו נוצט אסאך ר' בערלען וועט זיך אפשר דיין בעטערי אויסנוצן צו שנעל אויב דו הערסט טעיפס דערויף.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג ינואר 12, 2010 5:29 pm

שכח פאר דיין אינפוט, כ'מיין אבער אז די האסט א טעות, א מוזיק טעיפ איניש קיין 700 מעגע, אויב מ'מאכט עס אין א מוזיק פארמעט אויף א סידי פילט עס אן די גאנצע 700 מעגע בייט אבער ס'מיינט נישט אז די מוזיק איז טאקע אזוי גרויס כידוע.

נאך עמיציר קען עפעס צולייגן צום נושא?

וואס טוט זיך וועגן אידיש, די נענא'ס קענען טאקע נישט קיין אידיש?

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דינסטאג ינואר 12, 2010 6:10 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:שכח פאר דיין אינפוט, כ'מיין אבער אז די האסט א טעות, א מוזיק טעיפ איניש קיין 700 מעגע, אויב מ'מאכט עס אין א מוזיק פארמעט אויף א סידי פילט עס אן די גאנצע 700 מעגע בייט אבער ס'מיינט נישט אז די מוזיק איז טאקע אזוי גרויס כידוע.


אדרבה, פרוביר עס אויס.
נעם א מוזיק סידי און דריי עס ארום וועסטו זען א ליניע מער צו די דרויסנדיגע זייט (כמעט ביים סוף), דאן נעם א תורה סידי - נישט MP3 - און טוה די זעלבע זאך וועסטו זען די ליין איז מער אינמיטן.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג ינואר 12, 2010 9:15 pm

דעס מיינט גארנישט.

יעצט געקוקט אויף עטליכע מוזיק סידי'ס זענען אלע אונטער 70 מעג, עטליכע אונטער 50 מעג.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 5:54 pm

טאמער דארפסטו דוקא אידיש ווייס איך דיר נישט וואס צו זאגן, איך פאר מיר ניץ איך א סאנסע פון סען דיסק, די מעלה עס איז פיל בילגער וואו איי פאד, פאר מיר איז עס פונקט גוט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט