בלאט 7 פון 12

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 4:56 pm
דורך נאטרוליסט
מיסטעריעז האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:דער בילד וואס שאינו יודע האט פריער ארויפגעלייגט זאגט שוין אלעס.

דאס איז ניטאמאל קיין אפס קצהו פון וואס דער שרייבט דארט. פראצענטן מיט סטאטיסטיקס עד להפליא, 90% סמארטפאון באנוצער זענען מחללי שבתות (טאקע, גוי ששבת חייב מיתה...) ועוד ועוד


אויב ראבינאוויטש האלט אז 99 פראצענט קאר דרייווערס זענען מנוולים רח"ל און ווילן קוקן ראיות אסורות און זיך מטמא זיין די אויגן בפרשות דרכים - רוב וואס וועלן מסכים זיין מיט דעם - דרייוון נישט קיין אויטא.
די וואס זענען נישט מסכים - די אלע זענען קאר דרייווער!

אויב ראבינאוויטש האלט אזוי - דארפן זיך דעמאלט אלע קאר דרייווער אפשערן די בארד און פיאות אום יום הקדוש, און אויך אריינגיין אין קירכע און זיך שמד'ן, לקיים מה שצווה הרה"ק מבעלזא זי"ע.

אויב רעדן אומבא'שכל'ט איז אין סטייל, און עס קען נאך אפשר אויפטאן, אז אפילו איין איד וועט אויפהערן דרייוון א טמא'נע אויטא, האט זיך אלעס געלוינט, פינקט ווי רבי אברהם שאג זי"ע האט געזאגט.
וכו' וכו'.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:01 pm
דורך פלטיאל
אויב מעג איך אריינווארפן מיין שטימע אין די היציגע דעבאטע דא, יא ביודעי ומכירי קאמינא וואס האבן אויפגעגעבן דעם סמארט פאון, טייל אינגאנצן און טייל מינימיזירט דאס באנוץ אדאנק הרב ראבינאוויטש, דאס אז ער גייט אזוי עקסטרעם זעה איך נישט די פראבלעם דערמיט ווילאנג עס ברענגט די ערווארטעטע רעזולטאטן...

ואדרבא דאס אז מען דעבאטירט אים ווייזט אז זיין שטימע ווערט דערהערט בבחינת ווען א... בילט וכו', ווען העטער ווען געווען בלויז א מטורף גלייב איך נישט אז די אלע תגובות וואלטן בכלל דא געווען און קיינער וואלצעך נישט באצויגן צו זיינע ווערטער ודוק...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:10 pm
דורך SPUSMN
א טייערע שרייבער האט מיר געשיקט אין אישי, און נאכען נעמען רשות עס דא ארויף צו לייגען, לייג איך עס:
א גוטן רב ספוזמן... זעהנדיג די נושא וויל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט, אבער איך וויל נישט שרייבן ברבים.

איר שרייבט אפילו "נאר איין איד וועט זיך נישט אויס גליטשען אדער צוריק קומען צוליב אים"

איך האב געהאט א סמארטפאן (אפאר סארטן, בלעקבערי און אנדרויד) פאר דריי יאהר, ס'איז שוין קרוב צו צוויי יאהר וואס כ'האב דאס אופגעגעבן און איך באניץ זיך מיט א פשוט'ן פליפ-פאון, ס'איז זייער שווער אבער איך טוה דאס פאר מיך און פאר מיינע דורות.

איך פלעג מיך שפירן שטאלץ מיטן טוהן דאס, אבער זינט די קינד'ישע דרשות פון דעם ראבינאוויטש שעם איך זיך פשוט צו זאגן אז כ'האב שוין נישט קיין סמארט פאון....

יעצט לענינו, איך ווייס פון אסאך אידן (פינף אידן מיינע ידידים) מיט וועם כ'האב אסאך געשמועסט איבער די נושא, און מסביר געווען די פראבלעם דערפון און וויאזוי מ'קען זיך אן עצה געבן אן דעם, וואס האבן שוין גע'האלטן ביים אויפגעבן זייער סמארט פאון וועגן כמה סיבות, און צוליב ראבינאוויטש'ס דרשות שעמן זיי זיך צו טוהן דעם שריט...

איך וואלט געשריבן: "אז אפילו נאר איין איד וועט זיך יא אויס גליטשען אדער נישט וועלן אויפגעבן זיין סמארטפאון צוליב אים, האט ער גאר אסאך צוגרינד געלייגט מיט זיינע דרשות"....

און דאס האב איך איך גע'ענטפערט:
דיינע ווערטער האבען מיר באנומען ווי א דינער אין מיטען טאג, און געמאכט טראכטען

אויב אזוי איז אפשר כדאי אויף צוקלערען דעם הרב ראבינאוויטש אז ער טוהט גוט אבער מאכט אויך קאליע, און ער זאל זיך שטארק מתבונן זיין און טוישען זיין מהלך און אויף וואס ער האקט.

איך האב טעקסט און איך זעה נישט קיין שום פראבלעם.

א דאנק פאר מיר שרייבען די צווייטע זייט פון די מטבע.

מעג איך עס ארויף לייגען בעילום שמו?

דא האט איר דער אנדערע זייט פון די מטבע; איך מיין אז פלטיאל [איין תגובה פאר מיינס] האט עס גוט ארויס.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:17 pm
דורך יואל שווארטץ
מיסטעריעז האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:דער בילד וואס שאינו יודע האט פריער ארויפגעלייגט זאגט שוין אלעס.

דאס איז ניטאמאל קיין אפס קצהו פון וואס דער שרייבט דארט. פראצענטן מיט סטאטיסטיקס עד להפליא, 90% סמארטפאון באנוצער זענען מחללי שבתות (טאקע, גוי ששבת חייב מיתה...) ועוד ועוד

איך קען אפאר מחללי שבתות גראדע, כ׳וואלט עס אבער נישט אנגעלייגט נאר אויפן סמארטפאון. (און אין געוויסע פעלער וואלט איך אפי׳ באשולדיגט אזאנע אידן (אדער ... ווי פלטיאל שרייבט) דערין).

---
שפושמנ האקט, גאנץ ענליך.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
SPUSMN האט געשריבן:א טייערע שרייבער האט מיר געשיקט אין אישי, און נאכען נעמען רשות עס דא ארויף צו לייגען, לייג איך עס:
א גוטן רב ספוזמן... זעהנדיג די נושא וויל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט, אבער איך וויל נישט שרייבן ברבים.

איר שרייבט אפילו "נאר איין איד וועט זיך נישט אויס גליטשען אדער צוריק קומען צוליב אים"

איך האב געהאט א סמארטפאן (אפאר סארטן, בלעקבערי און אנדרויד) פאר דריי יאהר, ס'איז שוין קרוב צו צוויי יאהר וואס כ'האב דאס אופגעגעבן און איך באניץ זיך מיט א פשוט'ן פליפ-פאון, ס'איז זייער שווער אבער איך טוה דאס פאר מיך און פאר מיינע דורות.

איך פלעג מיך שפירן שטאלץ מיטן טוהן דאס, אבער זינט די קינד'ישע דרשות פון דעם ראבינאוויטש שעם איך זיך פשוט צו זאגן אז כ'האב שוין נישט קיין סמארט פאון....

יעצט לענינו, איך ווייס פון אסאך אידן (פינף אידן מיינע ידידים) מיט וועם כ'האב אסאך געשמועסט איבער די נושא, און מסביר געווען די פראבלעם דערפון און וויאזוי מ'קען זיך אן עצה געבן אן דעם, וואס האבן שוין גע'האלטן ביים אויפגעבן זייער סמארט פאון וועגן כמה סיבות, און צוליב ראבינאוויטש'ס דרשות שעמן זיי זיך צו טוהן דעם שריט...

איך וואלט געשריבן: "אז אפילו נאר איין איד וועט זיך יא אויס גליטשען אדער נישט וועלן אויפגעבן זיין סמארטפאון צוליב אים, האט ער גאר אסאך צוגרינד געלייגט מיט זיינע דרשות"....

און דאס האב איך איך גע'ענטפערט:
דיינע ווערטער האבען מיר באנומען ווי א דינער אין מיטען טאג, און געמאכט טראכטען

אויב אזוי איז אפשר כדאי אויף צוקלערען דעם הרב ראבינאוויטש אז ער טוהט גוט אבער מאכט אויך קאליע, און ער זאל זיך שטארק מתבונן זיין און טוישען זיין מהלך און אויף וואס ער האקט.

איך האב טעקסט און איך זעה נישט קיין שום פראבלעם.

א דאנק פאר מיר שרייבען די צווייטע זייט פון די מטבע.

מעג איך עס ארויף לייגען בעילום שמו?

דא האט איר דער אנדערע זייט פון די מטבע; איך מיין אז פלטיאל [איין תגובה פאר מיינס] האט עס גוט ארויס.

דער אישי ליינט דא? אויב יא וויל איך אים זאגן אז זיינע ווערטער קוקן אויס זייער זייער איבערגעטריבן. עס איז מיר זייער שווער צו גלייבן אז איינער גיט "נישט" אויף זיין טעלעפאון צוליב ראבינאוויטש.

הייסט דאס ער האלט אז האבן א סמארט פאון טויג, נישט און ער האלט עס ווייל.... ראבינאווישט? עפעס קלעבט נישט. אפי' פאר איינעם, נאך דערצו פינעף, נעע.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:43 pm
דורך למעלה משבעים
מן הסתם מיינט דאס די בושה פון די ארום, וואס מען וועט אים זאגן, הע, האסט זיך ראבינאוויטשט, הא?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:53 pm
דורך מיסטעריעז
ווידעראמאל, ער "טוט אויף!", די שאלה איז צו ער מאכט "אויך" קאליע. די עצם מערכה און אין לאנג-טערם.


אפי' דער אין אישי זאל האבן רעכט (לא מסתבר, אבער דאך) איז דאס
SPUSMN האט געשריבן:אויב אזוי איז אפשר כדאי אויף צוקלערען דעם הרב ראבינאוויטש אז ער טוהט גוט אבער מאכט אויך קאליע, און ער זאל זיך שטארק מתבונן זיין און טוישען זיין מהלך און אויף וואס ער האקט.

סייווי אוממעגליך! ער האט אנגענומען די מהלך אז דער וואס שרייט העכער געווינט...
שוין געזעהן ווי אידן פראבירן רעדן צו איהם, פשוט אוממעגליך, ער וועט צוריק שטיל מאכן דעם ביהמ"ד, מאכן א וויץ (מיט א משל ונמשל) אויפן חשבון השואל, און רעדן גאר הויעך, און אויטאמאטיש איז יענער פארענטפערט, מופרך און וואס נישט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
למעלה משבעים האט געשריבן:מן הסתם מיינט דאס די בושה פון די ארום, וואס מען וועט אים זאגן, הע, האסט זיך ראבינאוויטשט, הא?

כ'הער, באט למעשה איז פאר יעדן פארשטענדליכען מענשט זייער פארשטענדליך די חורבן פון סמארט פאונס, און צו זאגן אז מען וועט אים אפחוזקן, נאר איינער וואס איז א גרויסער נאר, אדער א פארפוילטער.

שלום עליכם ידידים נאמנים

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 6:04 pm
דורך ידידי נאמן
מיינע טייערע פריינט
בדידי הוי עובדא
איך האב מיטגעהאלטן לייוו אין א ביהמ''ד בעיר מאנסיווי גאר גאר קנאפע אינגעלייט
זענען שטארק נתעורר געווארן א דאנק הרב שליט''א
און אריבער א שעה צייט האבן די יונגעלייט ארומגעקאכט איבער די כלי השחתה בדורינו

אשריך רבי שאול יצחק
אלמלי ראיתיו לא האמנתיו

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 6:26 pm
דורך מה פתאום???
עליכם השלום, שפירט אייך היימיש. (א סך האבן שוין געזאגט אז די נושא דא איז צו עס קען "אויך" שאדן מאכן).

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:04 pm
דורך מטעמים
איך קען רעדן נאר פאר מיך, נאכען אים הערן רעדן סאומהאו פיל איך גילטי פארען האבען א סמארט פאון.

אפו יעצט האב איך א גיטען פילטער קוק איך מיר גיט אן און איך פרעגן מיר אפשר דאך וויל איך טוהן לפנים משורת הדין און אין זכות פון דעם וועט מיר דער אויבערשטער העלפען מיט גאר גיטע קינדער.

עס איז זייער שווער זיך צו טוישען נישט סתם שווער, עס איז ביטער שווער צו טוישען ספעציעל אויב א מענטש ווערט עקסעסעבל דורעך וואטסעפפ און באקומט אכציג ביז ניינציג פראצענט פון זיין אינפארמעישאן דורעך דעם עפפ פילט מען זיך ממש ווי א איד פון מדבר אויב האט מען עס נישט.

איך פלאן נישט צו טוישען פאר יעצט, אבער ער טוהט ביי מיר אויף אז איך פיהל גילטי אויב איז אבער נישט ריכטיג און איך דארף באמת נישט פיהלען שלעכט פארען האבען וואטסעפפ איז נישט ריכטיג וואס ער טוהט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:41 pm
דורך פליגל
צי זאגן אז מען האט חרטה פארן ע"ס אוועקקווארפן ווייל ר' שאול יצחק רעדט אזוי, איז נישט מסתבר. וואלט ער געזאגט אז ער גיבט נישט אויף וועגן אים וואלט'ך ענדערש אנגענומען אז דאס איז נאר אן אויסרייד.

ער'ז נעבעך גערעכט, מעגליך אז געוויסע פונקטן טרייבט ער איבער, דער ביכעל זיינער מיט די (במחילת כבודו) שטותים מאכן נארמאלע מענטשן אים אנקוקקען ווי א וואנזיניגער, אבער קבל את האמת ממי שאמרו, דאס זיין ציגעבינדען צו די כלים (און יא, וגם אני בתוכם) ברענגט מיט זיך פראבלעמען.

און יא, ער מאכט מיר האבן גילטי קאנטשעס פארן זיך ארומדרייען דערמיט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:37 pm
דורך מילכיגער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:מן הסתם מיינט דאס די בושה פון די ארום, וואס מען וועט אים זאגן, הע, האסט זיך ראבינאוויטשט, הא?

כ'הער, באט למעשה איז פאר יעדן פארשטענדליכען מענשט זייער פארשטענדליך די חורבן פון סמארט פאונס, און צו זאגן אז מען וועט אים אפחוזקן, נאר איינער וואס איז א גרויסער נאר, אדער א פארפוילטער.

איך קען גראדע א שיינע פאר פארשטענדליכע מענטשן וואס זעהן נישט דעם חורבן פון געפילטערטע סמארטפאונס. עקטשועלי, גאר אסאך האלטן אז סמארטפאונס זענען 100% כשר מיט א גוטן פילטער ווען מ'קויפט עס פאר נארמאלע סיבות (לאפוקי פון קויפן און נוצן פאר פיור ענטערטעינמענט סיבות ווי אלע שנה ראשונה אינגעלייט אדער אסאך פרויען וואס נוצן עס נאר פאר וואצעפ וכדו').

און יא, איך קען פערזענליך א וואוילער איד וואס וויל נישט מאכן קיין גדרים וסייגים אויף זיין סמארטפאון באנוץ (נישט קיין אידישקייט אישוס ממש, ווייל ער האט גדר/משומר אבער סתם גדרים אווי נישט נוצן אין פאבליק אדער נאך זיין ארבייט וכדו') ווייל ער וויל מאכן א סטעיטמענט אז ער איז נישט קיין משוגע'נער אדער א גוי. איז ער גערעכט? זיכער נישט. מיינע גדרים וואלט איך נישט אין דעם אנגעוואנדן אבער יא, ס'דא אזוינס.

קלאר ווי די טאג אז צו נישט האבן א סמארטפאון איז אויפן וועג פון ווערן א "ראבינאוויטש" משוגעת. טאמער ביז נישט לאנג איז נאך שייך געווען פארצוווארפן א חשוב'ער אינגערמאן וואס כאפרוח שלא נפתחו עיניו האט ער זיך גלייך פארשאפט א אמה על אמה איז עס היינט אויפן וועג פון ווערן גראד אפגעענטפערט מיט א ביטול שמייכל.

עקסטרעמיזם האט אייביג א טייערע פרייז. זייער א סאך מאל איז עס א פרייז וואס מ'וויל באצאלן אבער צו לייקענען אז זאכן האבן א פרייז? אה נא.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:44 pm
דורך מילכיגער
פליגל האט געשריבן:צי זאגן אז מען האט חרטה פארן ע"ס אוועקקווארפן ווייל ר' שאול יצחק רעדט אזוי, איז נישט מסתבר. וואלט ער געזאגט אז ער גיבט נישט אויף וועגן אים וואלט'ך ענדערש אנגענומען אז דאס איז נאר אן אויסרייד.

ער'ז נעבעך גערעכט, מעגליך אז געוויסע פונקטן טרייבט ער איבער, דער ביכעל זיינער מיט די (במחילת כבודו) שטותים מאכן נארמאלע מענטשן אים אנקוקקען ווי א וואנזיניגער, אבער קבל את האמת ממי שאמרו, דאס זיין ציגעבינדען צו די כלים (און יא, וגם אני בתוכם) ברענגט מיט זיך פראבלעמען.

און יא, ער מאכט מיר האבן גילטי קאנטשעס פארן זיך ארומדרייען דערמיט.

ביי מאנכע ווי געשריבן איז פארקערט. ס'נעמעט אוועק די גילטי קאנטשענס מיט די קלעסיקל מעשה נחש פון כשם שאין מיתה בנגיעה וכו'. די חלקים פון זיין צוגעבינדן וכו' האט דאך גארנישט מיט אים און נישט פון דעם רעדט ער.

זיין הויפט ארגיומענט איז איינס. אז די ריבוי הסמארטפונים (כשר'ע) איז גורם א רייץ און אט דאס איז שולדיג אין דעם בחור'ס אומגעפילטערטע. כ'הער און דא איז נישט די פלאץ אים אפצווענדן אבער אלענפאלס מיטן זיין ווייניגער צוגעבינדן האסטו גארנישט אויפגעטון לויט אים.

פאררקערט. די צד שכנגד זיינע האלט אז מ'דארף זיין ווייניגער צוגעבינדן, מער גדרים וסייגים, נאר נוצן לצרך וכדו'. ער שרייט אז די וואס מאכן די גדרים וסייגים זענען די בעה"ב וואס סאבאטאזשירן די מערכה...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:52 pm
דורך מצלמה
דאס האלטן דרשות קעגן טעקסט מעסעדזשעס אז ס׳איז דאס ארגסטע - העלפט נישט ארויס.

מיט׳ן גיין ווי א קיצוני מאכט ער מער שאדן ווי נוצן.

סיכום

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:31 am
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
ער האט אסאך ווילדע געדאנקען רוב זענען שטותים אבער עטליכע זענען צום פינטעל.
אין אנדערע ווערטער בשעת רוב מגידים פאטשען פון די נאנט מיט א שטעקן פון וואס מען קען ווערן צוקלאפט שיסט ראבינאוויטש שארפע שפיזען פון דערוויטענס רוב פון זיי גייען אפילו נישט אין די גוטע דירעקציע (בל״א החדש) אבער עטליכע וואס גייען יא זענען שארפע שפיזען נישט סתם א פאטש פון א שטעקן.
ער טוט זיכער אויף, וויפיל ער מאכט קאליע איני יודע אבער איך גלייב אז ער טוט מער אויף.
צו ער טוט רוכטיג איך מיין אז ביי יענעם אין ביהמ״ד האט ער נישט קיין רעכט ועוד כמה טענות שאכהמ״ל.
שכר מן השמים וועט ער בע״ה בייקומען פאר אלץ וואס ער האט אויפגעטוען.
ווען ער וואלט געוועהן א נארמאלע מענטש וואלט איך געזאגט מען זאל אים מסביר זיין ווי אזוי ארויס צושניידען די שטותים ועוד ועוד עצות טובות, אבער ווי עס זעהט אויס ווען ער וואלט געוועהן נארמאל וואלט ער נישט געוועהן פארנומען מיט די גאנצע עסק און וואלט נישט אויפגעטוען.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:28 am
דורך יש ברירה
איך האלט מיך שוין צירוק א שטיק צייט פון דאס שרייבן ווייל איך וויל זיך נישט אפשטעמפלן ווי אן אויפגעקלעהרטער אבער איך מיין אז קיינער האט נאכנישט אויפגעברענגט דעם פונקט

לדעתי העני איז די גאנצע מערכה פון טעקס נישט קיין
פארשטענדליכע, יעדער דרייט זיך ארום מיט די זעלבע צוויי דריי מעשות פון מכשולות וואס זענען דערפון ארויסגעקומען

אין לאמיר שוין זאגן אז עס איז דא מער, אפילו צעהן יחידים וואס זענען אדורך געפאלן אדער גאר צוואנציג, איז ציליב איינס פון 5,000 סעלפאנס זענען ארויסגעקומן א מכשול קען מען אסרן טעקס? (יא איך וויס אז ער פארקויפט ציפערן פון דורכפעלער אבער איך גלייב יעדער פארשטייט אז עס האט נישט האפט פונקט ווי זיינע מחללי שבתים סטאטיסטיקס)

עס זענען פארהאן פיל זאכן אויף דער וועלט וואס די פראצענטען זענען פיל העכער און מען אסרט זיי נישט!

נאר וואס דען ער קוקט דאס אן ווי א איבריגע זאך וואס מען קען אסרן בדחיה כל דהו

עס איז אבער נישט אזוי, די מעלות וואס טעקסט האט זענען ענדלאז.

צווישן אנדערע,

שיקן א טעקסט ווען איינער הייבט נישט אויף ווייל ער ווייסט נישט ווער עס רופט אדער ווייל ער איז אויף א פלאץ/מצב וואס ער קען נישט אויפהייבן א.ד.ג

שיקן פאר איינעם א ליסטע אדער רימיינדער אדער א קרעידיט קארד נומבער א.ד.ג.

סתם אן איינלאדענונג אן דארפען רעדן צי יענעם א האלבע שעה פארדעם אין נאכדעם וועגן די וועטער...

די מעגליכקייט צי מולטי טעסקען רעדן מיט דריי מענטשען אויף איינמאל אין ערלעדיגן זאכן

שיקן א מעסעדש ווען יענער האט נישט קיין סערוועס/בעטערי אז עס זאל אנקומען ווען יענער וועט יא האבן,

זיך איבערבעטן מיט איינעם וואס סאיז שווער צי רעדן (יא איך ווייס דא ליגט די הינט באגראבן...)

קענען שיקן א טעקסט ווען מען קען נישט רעדן צים ביישפיל ווען מען זיצט ביי א מיטונג (לאו דוקה ביזנעס) אדער ביי א חתונה מיט משפחה אדער אין בית הכבוד

ארויסשיקן א mass text צי אסאך קאנטאקטס אויף איין מאל ווען מען זיכט א נומבער אדער הילף אין א נושא א.ד.ג.

די ליסט גייט אסאך ווייטער אין רוב מענטשען וואס האבן עס כאפן ניטאמאל וויפיל צייט אין געלט עס פארשפארט זיי ביז זיי האבן עס נישט פאר צעהן מינוט

אז מען טראכט אריין קען מען עס נישט אסר'ן אן א געהעריגע סטאטיסטישע נומבער פון מכשולות וואס זאל זיין אפילו נאנט צי אנדערע מכשולות וואס מען האט געאסרט א שטייגער ווי טעלעוויזיע אדער אינטערנעט אדער אפילו ראדיא

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 8:41 am
דורך קרייסלער
ברשות כל האייוועלט ותושבי׳
מהרי״י מסאטמאר האט אנגענומען א מהלך פון ליבערשט שטיין און האקן אויפן אינטערנעץ אזש ווען דער רבי וואלט ווען געלעבט וואלט ער עס זיכער גע׳אסר׳ט וכו׳ האט רע אהער געשטעלט א טאפ קוואליטי פילטער אז יעדער וואס וויל זיין א איד מיט שמירת עינים זאל קענען ווייטער פירן זיינע געשעפטן ( און זיך דרייען ביי אונז אין וועלטעל) אויפן סמארט פאון.
צו ארום לויפן שרייען אז עס ארגער פון טעלעוויזשאן און אז ווער סהאט א סמארט פאון איז א גוי און פסול לעדות איז לענ״ד א מהלך וואס איז הונדערט פראצענט קאונטער-פראדאקטיוו
כוואלט געראטן פארן הרב רבינוביץ צו טוישען זיין נוסח און ארומגיין מעורר זיין אז מזאל לייגן פילטערס.
ווען רבותינו שבאייראפע זענען גיקומען קיין אמעריטשקע האבן זיי נישט פאר פירט אז מטאר נישט עסן פלייש נאר אדרבה זיי האבן זיכער געמאכט אז עס איז דא בשר כשר און אויפגעפאדערט דעם ציבור צו קויפן נאר מיט א גוטע הכשר. מה נשתנה סמארט פאון פאר די וואס ברויכן עס ?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:31 am
דורך שאינו יודע
א פיינע מענטש האט געשריבן:די וועלכע האבן סמארטפאון'ס האקן אויף אים. און די וועלכע זענען זיך פורש האלטן אז טוט גיט. דו"ק ותשכח.

ממילא איז די שאלה נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט ודי למבין.


דקדקתי ולא שכחתי, ווי שוין געזאגט איך האב נישט קיין סמארטפאון

אויפשטעלן א שטרוי מענטש אין א מערכה איז בערך אזוי פראדוקטיוו ווי ראבינאוויטשעס קונטרס

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:27 am
דורך צווייפעל
דער אשכול באלאנגט אין קרעטשמע, ביטע אהין פירן

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:19 pm
דורך א. טראכטער
מילכיגער האט געשריבן:
און יא, איך קען פערזענליך א וואוילער איד וואס וויל נישט מאכן קיין גדרים וסייגים אויף זיין סמארטפאון באנוץ (נישט קיין אידישקייט אישוס ממש, ווייל ער האט גדר/משומר אבער סתם גדרים אווי נישט נוצן אין פאבליק אדער נאך זיין ארבייט וכדו') ווייל ער וויל מאכן א סטעיטמענט אז ער איז נישט קיין משוגע'נער אדער א גוי. איז ער גערעכט? זיכער נישט. מיינע גדרים וואלט איך נישט אין דעם אנגעוואנדן אבער יא, ס'דא אזוינס.

קלאר ווי די טאג אז צו נישט האבן א סמארטפאון איז אויפן וועג פון ווערן א "ראבינאוויטש" משוגעת. טאמער ביז נישט לאנג איז נאך שייך געווען פארצוווארפן א חשוב'ער אינגערמאן וואס כאפרוח שלא נפתחו עיניו האט ער זיך גלייך פארשאפט א אמה על אמה איז עס היינט אויפן וועג פון ווערן גראד אפגעענטפערט מיט א ביטול שמייכל.

עקסטרעמיזם האט אייביג א טייערע פרייז. זייער א סאך מאל איז עס א פרייז וואס מ'וויל באצאלן אבער צו לייקענען אז זאכן האבן א פרייז? אה נא.


אנטשולדיגט איך ווייס נישט וועלכע וואוילער איד איר קענט, אבער עס איז קלאר אז א געפילטערטע סמארטפאון אינדערהיים, איז קלאר קעגן די ריכטיגע ליניע פון חינוך הבנים און שלום בית.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 5:27 pm
דורך מר. גרין

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 7:36 pm
דורך אלטן דור
דאס האט גאנישט מיט ר' שאול יצחק

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:11 am
דורך סאדאם חוסעין
עס האט גארנישט מיט ר' שאול יצחק נאר איך האב דורך געבליקט צו די שמיעס ביז יעצט וויל איך צולייגן מיין פאר פוינטס.
1] א איד וואס האט שוין געהאט צוויי וואכן אויפן די אינטערנעט אן קיין פילטער, און זאגט אז ער ווייסט נישט וואס די פראבלעם איז, איז א ליגענער פון ערשטע קלאס, אין אדם אשר יעשה טוב ולא יחטא, עס איז א מציאות, גייטס עס נאך.
2] לגבי די חלק פון מחללי שבתות, עס איז ליידער נישט קיין סוד אז נישט יעדע שטריימעל אין בעקעטשע היט שבת, [ניין 90% סמארט פאונס איז אבי געשאסן] והא ראיה אז ...........נאפס לאמיר זיך איינהאלטען פון שרייבן די ריאה, אבער צו די סמארט פאון איז שילדיג, לכאורה נישט ווייל פאר 7/8 יאר צירוק זענען אויך געווען מחללי שבתות מיט שטריימעל און בעקעטשע [האב מיר אונז דען אין ישיבה נישט געקענט טרעפן אמאל א אנגעצינדענע לעקטער וואס ווען די עולם איז ארויס פון די רום האט זיך עס פונקט אויסגעלאשען וכדו' .......... איך האב געלערנט אין א גוטע ישיבה ] נאר וואס דען די סמארט פאון מאכט אז מען זאל וויסען פון זיי, ווייל זיי שעמען זיך נישט צו שריייבן אין פאבליק, און עס ברענגט אויך אז מען זאל זיך אפלערנען פון זיי,
3] לגבי גדר און משומר, עס איז ביידע גוטע פילטערס, [אין מיין אפיס איז דא ביידע כרצון איש ופיש] ביידע פילטערס זענען זייער גוט און מען קען זיין רואיג אויב מען האט דעי פילטערס, נאר, מען קען ביידע אויסשיפלען פארשטייט זיך נאר א מומחה אבער מען קען [יא זיי קענען כאפן אז מען האט זיי אויסגעשפילט אבער ביז וואס ווען ווי איז מען שוין ליידער אפגע'שחט'ן ברוחניות און א גרעסערע מומחה קען אויך מאכן אז מען זאל דעס אויך נישט קענען באמערקן], ועוד אז ביי יעדע דיווייס מאכט זיך צייטן וואס מען דארף פיקסען ריפראגרעמען וכדו', ווען מען דארף אויסלעשען די פילטער פאר אפאר טעג, און אויב האט מען דעמאלטס א שוואכע מינוט און מען קניפט אן א קשר מיט וועם מען דארף נישט, העלפט שוין נישט קיין פילטער ווייל נאכדעם גייט עס שוין נאר מיט טעקסט/טשעט וכדו', סא מען קען בלייבן געדעמשט אויף איייביג ווייל מען האט אפאר שעה נישט געהארט קיין פילטער,
3] לגבי א פליפ פאון איז אסאך גרינגער צו קענען אראפ נעמען די פילטער, כמדומה לי אז איין קאמפעני קען עס זעהן און איין קאמפעני נישט באט איים נאט שאר, און יא א פליפ פאון האט שוין אויך צוגרינט געלייגט ערליכע אידן ליידער, איך ווייס איינער וואס איז געגאגען צו טערעפי פאר זיין עדיקשען צו די נעט, ער האט אנגעהויבן טועם זיין וואס די עולם הזה פארקויפט פון א פשוטע פליפ פאון, וואס די קאמפעני האט בטעות אנגעצינדען צירוק די נעט [ווען ער האט שוין געהאלטען נאכן וואטשען די ערגסטע קליפעס האט ער געקויפט ערשט א סמארט פאון אבער אנגעהויבן האט זיך עס מיט די פליפ פאון]
4] לגבי טעקסט דארף יעדער זיך אליין קענען ווייל פאר א פלעינע מענטש שאדט עס נישט אבער איינער וואס ווייסט אז ער האט א נטיה יותר לרע וחבירים רעים, בפרט א בחור אין ישיבה וואס טעקסט מיט בחירים איז עס זייער געפערליך,

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:15 am
דורך פלעסטיק גלעזער
ש'קויעח.
האסט א פיונט