הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל - ומלחמתו

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

derech eretz האט געשריבן:היים פאון, קאר, וכדו' וואס איז נוצבארע זאכן פארן טאג טעגליכען לעבן, פארשטייט יעדער אז ס'ווערט נישט אסור אויב מאנכע נוצן עס אויף נישט גוטע זאכן,

טעקסט איז פאר מאנכע נאכנישט פארשטענדליך אז ס'איז א נארמאלע קאמיוניקאציע מיטל, פארפירן זיי נאך דערוועגן, רוב האבן עס יא אנערקענט און האבן שוין טאקע אפגעלאזט די פירצה.

והוא הדין אינטערנעט און סמארטפאונס, די וואס האבן שוין אנערקענט די נוצבארקייט דערפון האבן געטוישט די נוסח המחאה, און זענען נאר מעורר אויף די גדרים וואס פעלט טאקע זייער וויכטיג אויס, ראבינאוויטש ודעימי' פארשטייען עס נאכנישט דערווייל, איז נישט.

(ס'איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דעם אז ער טוט אויף, דער וואס דארף עס נישט און געט עס אויף וועגן אים, אשרי לו)

ער איז ווייט פון א שוטה ער ווייסט זייער גוט וואס די אלע זאכן זענען. איך האב דיר דאס נאר געוואלט זאגן אז די זאלסט נישט מיינען אז ער ווייס נישט וואס גייט פאר, ער ווייסט מער וואו אינץ אלע.
לעצט פארראכטן דורך אמביציע אום מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מיסטעריעז האט געשריבן:גערעכטער, האסט שוין געהערט אמאל ראבינאוויטש רעדן? נישט זיכער צו ער ווייסט "וואס" טעקסט "איז", און אפי' ווען יא, וואס און וויאזוי א פילטער טוט ווייסט ער "נישט!". און דערפאר שרייט ער און פארפירט מיט שקרים גמורים אז אפי' גדר און משומר זענען "גארנישט" ווערד.

דער זעלבער בחור'ל וואס ער זאגט אז ווערט אנגערייצט פון א סמארטפאון ווערט געוואויר אז זיין טאטע וואס צאלט ממון ודמים צו האבן א מעכטיג שטארקע פילטער האט נישט מער און נישט ווייניגער ווי א שטיק גילוי עריות און אפיקורסות אין טאש, אדער אז זיין טאטע וואס האלט זיך איין מיט אייזענע כוחות פון קויפן א סמארטפאון ווערט - מחמת זיין פשוטע פליפפאון וואס האט די מאנסטערישע "טעקסט" קליפה - א פשוטע רשע! ווייל איכא דרכא אחרינא! וכמעט יצא שכרו בבפסידו.

איך עגרי מיט דיר מלה במלה,
הק' איש ימיני
ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקוועטשטער »

איעדע סארט טעקנאלידזשי האט מען נישט געמאכט אז מען גרינגער אפהיטען די תורה הק' ומצוות, ממילא קען מען גראד שרייען אז מען זאל אוועקשטיין דערפון, אבער א היים טעלפאון איז געווען א נייע זאך 70 יאר צוריק און מען קען גרינג אנקומען צו געפערליכע פלעצער דערמיט, אבער מען פארשטייט אז פונקט ווען מען גייט אין גאס קען מען אנקומען צו נישט גוטע פלעצער און אעפ''כ ווייסט מען ווי יא צי גיין און ווי נישט, עס איז קיינעם נאך נישט בייגעפאלען צי שרייען אז מען זאל נישט גיין אין גאס ווייל מען קען אנקומען אין שאול תחתית, אבער איעדער פארטייט אז ער גייט דאך נאר צי מקומות המותרים, אזוי האט קיינער גע'אסר'ט היים טעלפאון ווייל מען רופט נאר צו מקומות המותרים. כמו כן כאן ביי טעקסט, יא עס פירט אין שאול תחתית ווען עס ווערט מיסבאניצט אבער צי זאגן אז דאס עצם טעקסט איז א פראבלעם איז א מיסטעיק.

און די וואס ברויכן דאס נישט האבן בכלל וכלל לא די זאלן עס אפשר טאקע נישט האבן. טייטש, נישט אז עס איז אזוי מותר ווי כשר פלייש, נאר עס איז נאר פאר ווער עס ברויך עס.

נאכאמאל, דער איד ברויך אנגיין מיט זיין מערכה ווייל עס ברויך אריינגיין מענטשן אין קאפ אז באמת איז דאס א פראבלעם און מען זאל דאס ניצען נאר בהכרח, דהיינו נישט זיין אויף גרופס וכדומה ווי געווענליך פארט דארט סתם לשון הרע אדער סתם מחלוקת אדער וויצן וואס גייט אריין אין כלל פון במושב לצים לא ישב וכו' וכו'

אקעי, איך מיין אז איך האב שוין גענוג געזאגט וואס איך טראכט...
א גוטע נאכט
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ציקוועטשטער האט געשריבן:איעדע סארט טעקנאלידזשי האט מען נישט געמאכט אז מען גרינגער אפהיטען די תורה הק' ומצוות, ממילא קען מען גראד שרייען אז מען זאל אוועקשטיין דערפון, אבער א היים טעלפאון איז געווען א נייע זאך 70 יאר צוריק און מען קען גרינג אנקומען צו געפערליכע פלעצער דערמיט, אבער מען פארשטייט אז פונקט ווען מען גייט אין גאס קען מען אנקומען צו נישט גוטע פלעצער און אעפ''כ ווייסט מען ווי יא צי גיין און ווי נישט, עס איז קיינעם נאך נישט בייגעפאלען צי שרייען אז מען זאל נישט גיין אין גאס ווייל מען קען אנקומען אין שאול תחתית, אבער איעדער פארטייט אז ער גייט דאך נאר צי מקומות המותרים, אזוי האט קיינער גע'אסר'ט היים טעלפאון ווייל מען רופט נאר צו מקומות המותרים. כמו כן כאן ביי טעקסט, יא עס פירט אין שאול תחתית ווען עס ווערט מיסבאניצט אבער צי זאגן אז דאס עצם טעקסט איז א פראבלעם איז א מיסטעיק.

און די וואס ברויכן דאס נישט האבן בכלל וכלל לא די זאלן עס אפשר טאקע נישט האבן. טייטש, נישט אז עס איז אזוי מותר ווי כשר פלייש, נאר עס איז נאר פאר ווער עס ברויך עס.

נאכאמאל, דער איד ברויך אנגיין מיט זיין מערכה ווייל עס ברויך אריינגיין מענטשן אין קאפ אז באמת איז דאס א פראבלעם און מען זאל דאס ניצען נאר בהכרח, דהיינו נישט זיין אויף גרופס וכדומה ווי געווענליך פארט דארט סתם לשון הרע אדער סתם מחלוקת אדער וויצן וואס גייט אריין אין כלל פון במושב לצים לא ישב וכו' וכו'

אקעי, איך מיין אז איך האב שוין גענוג געזאגט וואס איך טראכט...
א גוטע נאכט

גיט געזאגט.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

גערעכטער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:גערעכטער, האסט שוין געהערט אמאל ראבינאוויטש רעדן? נישט זיכער צו ער ווייסט "וואס" טעקסט "איז", און אפי' ווען יא, וואס און וויאזוי א פילטער טוט ווייסט ער "נישט!". און דערפאר שרייט ער און פארפירט מיט שקרים גמורים אז אפי' גדר און משומר זענען "גארנישט" ווערד.

דער זעלבער בחור'ל וואס ער זאגט אז ווערט אנגערייצט פון א סמארטפאון ווערט געוואויר אז זיין טאטע וואס צאלט ממון ודמים צו האבן א מעכטיג שטארקע פילטער האט נישט מער און נישט ווייניגער ווי א שטיק גילוי עריות און אפיקורסות אין טאש, אדער אז זיין טאטע וואס האלט זיך איין מיט אייזענע כוחות פון קויפן א סמארטפאון ווערט - מחמת זיין פשוטע פליפפאון וואס האט די מאנסטערישע "טעקסט" קליפה - א פשוטע רשע! ווייל איכא דרכא אחרינא! וכמעט יצא שכרו בבפסידו.

איך עגרי מיט דיר מלה במלה,

סארי
לופטיגע רייד
הרב ראבינאוויטש, דער באשעפער זאל אים געבן אסאך געזונטע לאנגע יארן און הצלחה און כוח, טוט א געוואלדיגן דזשאב. וואס דער בחור טראכט צי טראכט נישט, מ'קענען מיר האבן א דעבאטע איבערדעם, אבער זאלסט וויסן דער בעסטער וואס האט ארויס דעם מהות פון א טאטן איז דער בחור. ער דארף נישט הרב ראבינאוויטש'ן צו קענען דעם טאטן בכוסו, 'בכיסו' (סמארטפאון) ובכעסו
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

איך האב גראדע נאך קיינמאל נישט געהערט הרב ראבינאוויטש האקן אויף משומר, גדר, דאס איז אבער קלאר אז א סמארטפאון אפילו מיט א פילטער איז ווייט פון א גוטע זאך, פשוט וועגן דעם ווייל עס רייצט בחורים, פאר א פארנומענעם אינגערמאן וואס איז פארנומען איבער'ן קאפ מיט אלערליי דאגות וטרדות איז א סמארטפאון נישט אזא געפאר ווי א בחור, וזה פשוט מאד לכל מי שיש לו בחורים בבית ויש לו שכל בראש
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך האב נישט קיין פראבלעם אז מען איז מחולק מיט מיר, נאר עס איז גוט אז מען לעהזט איידער מען איז מגיב, און נאכדערצו ווען מען פסק'נט אפ אלס לופטיג.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די פראבלעם וואס מיסטעריעז ברענגט ארויס לגבי טעקסט לייגט זיך גאר שטארק אויפן שכל וויבאלד ער אליין זאגט דאך אז ער האקט אויף טעקסט כדי מ'זאל אים קומען זאגן אז אינטערנעט איז ערגער און אזוי זיך כאטש אפהיטן פון אינטערנעט. ווייל לפי"ז האט ער נישט קיין פראבלעם מיט טעקסט און דאס קינד זעהט און זיין טאטן א רשע.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס איז ראבינאוויטש נישט קיין רבי צו זאגן א מיינונג
ער איז א רבי'ש קינד, זיין זיידע איז געווען א בארימטער פוסק מורה הוראה ואיש קדוש, זיין פאטער איז א מנהיג קהלה קדושה נאה וחסודה, און ער האלט אז ער איז ממלא מקומו ממשיך דרכו, פרע"ח, אא"וו
וואסי?, ער הייסט נישט טייטלבוים אויפן לעצטן נאמען?

אין הכי טאקע, און ביי זיך אין ביהמ"ד פאר אלפי תלמידי וחסידיו הסרים למשמעתו קען ער זאגן וואס ער האלט, אבער לויפן צו אנדערע קהלות און משוגע מאכן די מענטשהייט למשל וואס ער האט געטון אין באבוב ווי מ'האט אים פון דארט ארויסגעפירט, איז אבסורד

??
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

כתר ישועה האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס איז ראבינאוויטש נישט קיין רבי צו זאגן א מיינונג
ער איז א רבי'ש קינד, זיין זיידע איז געווען א בארימטער פוסק מורה הוראה ואיש קדוש, זיין פאטער איז א מנהיג קהלה קדושה נאה וחסודה, און ער האלט אז ער איז ממלא מקומו ממשיך דרכו, פרע"ח, אא"וו
וואסי?, ער הייסט נישט טייטלבוים אויפן לעצטן נאמען?

אין הכי טאקע, און ביי זיך אין ביהמ"ד פאר אלפי תלמידי וחסידיו הסרים למשמעתו קען ער זאגן וואס ער האלט, אבער לויפן צו אנדערע קהלות און משוגע מאכן די מענטשהייט למשל וואס ער האט געטון אין באבוב ווי מ'האט אים פון דארט ארויסגעפירט, איז אבסורד

??

איך האב גראדע ליב זיינע דרשות, און אפי׳ אז טייל מאל רעדט ער שטותים איז אויך נישט געפערליך דא אינעם קרעטשמע רעדן אויך אסאך שטותים, אבער דאס ווייסט יעדע נארמאלע מענטש אפילו א געלט גייער אז מען גיט נישט קיין דרשות ביי יענעם אין ביהמ״ד אן יענעם׳ס רשות, חוץ אויב הרב ראבינאוויטש האלט אז עס פקוח נפש און עס איז דוחה אלץ יכול להיות.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מיסטעריעז האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם אז מען איז מחולק מיט מיר, נאר עס איז גוט אז מען לעהזט איידער מען איז מגיב, און נאכדערצו ווען מען פסק'נט אפ אלס לופטיג.

עס איז נישט מנהג המקום אפצולייינען יענעם פארן מחולק זיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אפליינענדיג נאך אביסל פון זיין קונטרס בין איך געוואר געווארן עטליכע חידושים

1.א געפילטערטע טעלעפאן איז ערגער פון א נישט געפילטערטע ווייל עס ווייזט אז מען קען בלייבן א ערליכע איד מיט א טעלעפאן

2.משומר,גדר, איז גוט ווייל א האלבע פונט חזיר איז בעסער פון זעקס פונט חזיר (לכאורה סותר על הנ"ל וצ"ע)

3. עכט האלטן די רבי'ס אויך אז מען טאר נישט האבן געפילטערטע טעלעפאן נאר די עשירים לאזן זיי נישט זאגן

4. טעקסט איז געפערליך

און זאגטס מיר צו ער פאר'הרג'עט נישט די מערכה.

קוקטס צו די ויכוח די לעצטע צוויי בלעטער, די גאנצע דיון איז צו ראבינאוויטש פארשטייט יא צו נישט וואס טעקסט איז, צו עס איז בכלל שעדליך צו עס הייסט עוצם עיניו צו נישט וכו'
על כל פנים ווייסט קיינער נישט וויאזוי און וואס טעקסט איז פונקטליך (איך אויך נישט)
און דאס אלעס זאגט ער בנשימה אחת מיט געפילטערטע נישט געפילטערטע סמארטפאון פארוויקלט אין א דיקע מאסע פון קארני דזשאוקס, באקומט אלעס די זעלבע פנים

מען מאכט די טעלעוויזשאן פאר ראדיא נישט די ראדיא פאר טעלעוויזשאן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

שאינו יודע האט געשריבן:אפליינענדיג נאך אביסל פון זיין קונטרס בין איך געוואר געווארן עטליכע חידושים

1.א געפילטערטע טעלעפאן איז ערגער פון א נישט געפילטערטע ווייל עס ווייזט אז מען קען בלייבן א ערליכע איד מיט א טעלעפאן

2.משומר,גדר, איז גוט ווייל א האלבע פונט חזיר איז בעסער פון זעקס פונט חזיר (לכאורה סותר על הנ"ל וצ"ע)

3. עכט האלטן די רבי'ס אויך אז מען טאר נישט האבן געפילטערטע טעלעפאן נאר די עשירים לאזן זיי נישט זאגן

4. טעקסט איז געפערליך

און זאגטס מיר צו ער פאר'הרג'עט נישט די מערכה.

קוקטס צו די ויכוח די לעצטע צוויי בלעטער, די גאנצע דיון איז צו ראבינאוויטש פארשטייט יא צו נישט וואס טעקסט איז, צו עס איז בכלל שעדליך צו עס הייסט עוצם עיניו צו נישט וכו'
על כל פנים ווייסט קיינער נישט וויאזוי און וואס טעקסט איז פונקטליך (איך אויך נישט)
און דאס אלעס זאגט ער בנשימה אחת מיט געפילטערטע נישט געפילטערטע סמארטפאון פארוויקלט אין א דיקע מאסע פון קארני דזשאוקס, באקומט אלעס די זעלבע פנים

מען מאכט די טעלעוויזשאן פאר ראדיא נישט די ראדיא פאר טעלעוויזשאן

דער איד האט שוין אפגעהאלטן טויזענטער אידן פון סמארט פאון'ס און פון טעקסט און פון אינטערנעט. מען דארף נישט ליב האבן זיין ספיצעפישע מהלך. אבער מען טוט נאך אלץ מער אויף ווי שווייגן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

די משנה האט אויך געוואוסט אז מיטן רעדן טוט מען מער אויף ווי שווייגן ועכ"ז האבן חז"ל געפינען פאר וויכטיג צו זאגן א סטעיטמענט ווי סיג לחכמה שתיקה
ס'איז דא היבש מענטשן וואס דרייען זיך מיט סמארטפאונס, ווייל אז טעקסט איז די זעלבע ווי וואטס עפפ, בין איך בוחר וועלכע ס'איז באקוועמער
נטורי קרתא טוט אסאך אויף אז מ'ווייסט אז די ציונים פארטרעטן נישט כלל ישראל, אבער וויפיל מאכן זיי חרוב?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

.
אטעטשמענטס
נעבעך
נעבעך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

היסטאריע חזר'ט זיך (ליידער) איבער! הארכט יעצט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

כד הוינא טליא מיט 40 יאר צוריק בערך, איז געווען א איד א זקן מופלג ותלמיד חכם גדול, וואס האט גע'דרש'נט יעדן טאג אין פארנט פון די מקוה.
דער איד הרב הצדיק ר' משה וו. זצ"ל מיט די לאנגע ווייסע בארד כזקני הרבנים האט גערעדט - געשריגן און פארפירט טאג איין טאג אויס - געליארמעט און געפאכעט. געמאכט צעקות ויללות און מעורר געווען גאר וויכטיגע זאכן ווי די שרעקליכע פלאג פון די טריפה'נע אמעריקע, דאס נאכלויפן ביזנעס, נאכלויפן דעם דאלער, און געהאט א לאזונג אז דאלער בגימ' עמלק (אויב ספעלט מען "דולר" רח"ל).

אלזא האט דער מוכיח בשער הרה"צ רבי משה וו. זצ"ל געשריגן מיט באנומענע קולות:
דאלער - עמלק! טריפה'נע אמעריקע, אידן געבן זיך נאך אלע תאוות רעות רח"ל וכהנא רבות.

אלזא, דער גרויסער צדיק ר' משה זצ"ל בערוב ימיו איז געזעסן מידי יום ביומו און געשריגן און נאכגעזאגט פון ספרי אמת איבער אלע זאכן וואס ברויכן א תיקון גדול, און פארוואס משיח קומט ליידער נישט, און וואס השי"ת וויל פון אונז.

עס איז דורך וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, יאר נאך יאר און הרה"צ רבי משה יושב בפתח המקוה און האלט די דרשות - קיינער האט זיך ליידער נישט וויסענדיג געמאכט פון אים און פון זיינע דרשות, און אפשר פאר דעם איז משיח ליידער נישט געקומען, ווייל מ'האט נישט געהארכט צו אים דעמאלט. - טויזענטער אידן זענען אריין און מקוה און ארויס פון מקוה און און זיך נישט צעטאן געמאכט פון דעם צדיק רבי משה זצ"ל - חוץ אפאר ליצים האט דעמאלט קיינער נישט געקוקט אויף זיין זייט, און זיך נישט געקימערט מיט זיינע קולות וברקים, מיט זיינע גימטריאות און מיט עמלק-דולר רח"ל.

דער רבי משה זצ"ל איז שוין ליידער בגנזי מרומים אבער זיינע דרשות גייען ווייטער אן, אין פארעם פון הרב ראבינאוויטש - ער שרייט, פארפירט, ליארעמט, האט אייגענע גימטריאות און ווייסט אויך ווער עס דארף זיך אפשערן די בארד-און-פיאות, ווער עס וועט האבן די מעשה און ווער יענע מעשה, און וועמענס קינדער עס וועלן זיך רח"ל שמד'ן וכו' וכו' און אויך ווייסט ער גענוי פארוואס משיח קומט נישט. -

ע"כ רבותי היקרים, כדי נישט צו מאכן דעם טעות וואס מיר האבן געטאן מיט'ן נישט אויסהערן דעם דעמאלטיגן ירמיה הנביא אין געשטאלט פון הרב הצדיק רבי משה וו. זצ"ל, - לאמיר יעצט זיך מקבל זיין און הארכן די רייד פונעם פריש-אויפגעקומענעם נביא ומוכיח בשער ווייל אויב נישט וועלן מיר באקומען א פרישן נביא - וואס וועט נאך פארזאגן נאך מער ביטערע עתידות'ן.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

א פיינע מענטש האט געשריבן:דער איד האט שוין אפגעהאלטן טויזענטער אידן פון סמארט פאון'ס און פון טעקסט און פון אינטערנעט.

דאס האט מען אויסגערעכנט אויף פען'נ'פעיפער אדער אויף א קאלקיולעיטער?
אה, ראבינאוויטש אליינס זאגט אזוי, אה סארי
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נאטרוליסט האט געשריבן:כד הוינא טליא מיט 40 יאר צוריק בערך, איז געווען א איד א זקן מופלג ותלמיד חכם גדול, וואס האט גע'דרש'נט יעדן טאג אין פארנט פון די מקוה.

דו רעדסט פון ר' משה הדרשן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האב אים נישט געקענט און איך ווייס נישט וואס ער האט געזאגט, אבער איך קען נישט פונקטליך די גזירה שוה וואס דו מאכסט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיסטעריעז האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:דער איד האט שוין אפגעהאלטן טויזענטער אידן פון סמארט פאון'ס און פון טעקסט און פון אינטערנעט.

דאס האט מען אויסגערעכנט אויף פען'נ'פעיפער אדער אויף א קאלקיולעיטער?
אה, ראבינאוויטש אליינס זאגט אזוי, אה סארי

רבי אברהם שאג האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי יעקב משה שווארץ אבד"ק קראלי, אז אפילו נאר איין איד וועט האבען א הרהור תשובה בשעת גסיסה, האט זיך געלוינט אלע דרשות וואס ער גיבט זיין גאנץ לעבען.

איז מיין איך אז דאס זעלבע דא; אז אפילו נאר איין איד וועט זיך נישט אויס גליטשען אדער צוריק קומען צוליב אים, האט זיך געלוינט אלע זייע דרשות; און איך בין זיכער אז דער נומער איז א סאך העכער ווי דאס.

נאכאמאל, איך בין נישט אלעס מסכים מיט אים, און זיין דעליווערי און משלים זענען נישט אלעמאל דאס בעסטע; אבער ער רעדט פארט צום זאך און טוהט אויף, איז ווינטש איך אים הצלחה ווייטער צו רעדען און אויף טוהן.
--

ליינענדיג זיין ביכעל אויפען טרעין בין איך איין געשלאפען. טאקע געווען מיד, אבער ווען ער האט ווער זאל אים פינאנצירען און שרייבען בעסער, וואלט ער געקענט נאך א סאך מער אויף טוהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

די וועלכע האבן סמארטפאון'ס האקן אויף אים. און די וועלכע זענען זיך פורש האלטן אז טוט גיט. דו"ק ותשכח.

ממילא איז די שאלה נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט ודי למבין.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

רב שפוזמן, אודאי איז דא מער ווי איינער וועם ער האט באוואויגן, ואשרי לו, עס איז מיר נאר געפאלן די נאמבער, טויזענטער...

א פיינע מענטש, איך האב נאכנישט געזעהן קיין איינער דא וואס האקט קעגן איהם בכלליות, יעדער איינער - כפי הבנתי - איז צופרידן מיט זיינע רעדעס. די שטותים און עקסטרעמיסטישע רייד וואס ער לייגט אבער צו דאס איז וואס מען באהאנדלט דא, צו עס מאכט בכלל קאליע צו נישט, צו אפי' עס מאכט קאליע זאל ער עס דאך טאן צו נישט. און אז ער טוט עס על דעת עצמו דעבאטירט מען צו יצא שכרו בהפסידו מכמה אנפין צו נישט, דאס אלעס.
(עס וואנדערט מיר נאר פארוואס נאר די סמארטפאון באנוצער האלט איר אז זיי זענען "קעגן" איהם, פארוואס נישט די טעקסטערס און די מיט געפילטערטע קאמפיוטערס? כ'מיין, קעגן זיי האקט ער דאך אויך)
לעצט פארראכטן דורך מיסטעריעז אום מאנטאג אוגוסט 31, 2015 4:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

איך האב נישט קיין סמארטפאון, און אויב איז ווי דו זאגסט - אז ווער ס׳האט נישט האלט אז ער טוט גוט, הייב איך אן טראכטן אז אפשר זאל איך צוריקגיין צום סמארטפאון...

דער בילד וואס שאינו יודע האט פריער ארויפגעלייגט זאגט שוין אלעס.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יואל שווארטץ האט געשריבן:דער בילד וואס שאינו יודע האט פריער ארויפגעלייגט זאגט שוין אלעס.

דאס איז ניטאמאל קיין אפס קצהו פון וואס דער שרייבט דארט. פראצענטן מיט סטאטיסטיקס עד להפליא, 90% סמארטפאון באנוצער זענען מחללי שבתות (טאקע, גוי ששבת חייב מיתה...) ועוד ועוד
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יואל שווארטץ האט געשריבן:איך האב נישט קיין סמארטפאון, און אויב איז ווי דו זאגסט - אז ווער ס׳האט נישט האלט אז ער טוט גוט, הייב איך אן טראכטן אז אפשר זאל איך צוריקגיין צום סמארטפאון...

דער בילד וואס שאינו יודע האט פריער ארויפגעלייגט זאגט שוין אלעס.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”