מייקראסאפט סורפעס /microsoft surface

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 11:16 am

פארוואס זאל נישט יעדער הנאה האבן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 5:55 pm

די נייע סערפעס מיט די געהעריגע ווינדאס איז אינדרויסען, און ווי ס'קוקט אויס לויט די ריוויויס, קוקט מען עס אן נישט ווי א טעבלעט, און נישט ווי א לעפטאפ, נאר עפעס צווישען די צוויי.

און וועגן די טענה וואס געוויסע האבן אויפגעברענגט, אז די בעטערי האלט נישט גענוג לאנג, ווייסען געוויסע צו פארציילן אז עס וועט זיין א גרעסערע בעטערי עוועיליבעל, און א קאוועט עס צו קענען אקעמעדירן. אבער פון די אנדערע זייט וועט עס מאכן די כלי אביסעל שווערער, וואס איז א גרויסע חיסרון, ווען מען נעמט אין באטראכט אז די עיקר אויפטו פון די סארט כלים איז ווי גרינגער עס איז.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש פאברואר 09, 2013 11:37 pm

היינט איז געווען די ערשטע טאג וואס מען האט פארקויפט די סערפעס מיט די געהעריגע ווינדאס, און ביז עטליכע שעה איז די 128 גיג ווערסיע פאר $999 געווען אויספארקויפט, און עטליכע שעה שפעטער איז שוין די 64 גיג פאר $899 אויך געווען אויסגעלאפען, כאטש וואס די 64 גיג איז נאכדעם נאכאמאל געווען עוועיליבעל.

דאס הייסט אז מייקראסאפט האט אינטערגעשאצט די פארלאנג. אבער די שאלה איז צו האט מייקראסאפט נאר באשטעלט ווייניג שטיקלעך, צו האט זי באשטעלט אסאך און דאך איז עס אויסגעגאנגען.

עס איז געווען שפעקולאציעס אז - אנדערשט ווי די אר. טי. ווערסיע וואס זיי האבן באשטעלט 4 מיליאן - האט מייקראסאפט נאר באשטעלט 1 מיליאן פון די פרא ווערסיע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מוצ"ש פאברואר 09, 2013 11:43 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס איינער זאל קויפען די סערפעס ווען מען קען קויפען ווינדאוס 8 טעבלעטס פון אנדערע קאמפעניס פאר אסאך ביליגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 17, 2013 2:41 pm

"לכל מאן דבעי למידע"!!

די סערפעס אכטער איז שוין צוריק אין סטאק, אבער זיי ווארענען אז זיי האבן נישט צופיל, און ס'וועט בקרוב ווייטער אויסלויפן!

#גוטע עדווערטייזינג סטראטעגיע (זיכער יואל קליין פארמישט!!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 15, 2013 2:29 pm

די סערפעס זעהט נישט קיין פארבעסערונג. עס האט זיך פארקויפט סך הכל עפעס איבער איין מיליאן RT, און בערך 400,000 PRO. דאס איז ווייניגר ווי גערישט פאר רוב אנעליזער, און לויט באריכטען האט מייקרעסאפט געארדערט צווישען 3 און 4 מיליאן, דאס מיינט אז זיי האבן זיך היפש איבערגעשאצט.

עקספערטען ווינדערן זיך ערענסט וואס איז געווען פשט פון די RT בכלל, און צו דאס האט נישט אפגעהארגעט די גאנצע סערפעס, וואס איז אגב, די ערשטע פראבע פון מייקראסאפט אויף "הארדוועיר".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 05, 2013 12:01 am

לויט באריכטען ווער מייקראסאפט ארויס קומען מיט א "קליינע" סערפעס. 7.5 סקרין סייז.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 30, 2013 4:39 pm

מייקראסאפט גייט פארקויפן אין יאפאן, די סערפעס מיט מער סטארידזש. יעצט איז דא 64 גיג, און 128 גיג. דארט גייען זיי נישט האבן די 64, נאר די 128 און א נייע סארט 256.

דאס איז גיטע נייעס ווייל ווי שוין באריכטעד, איז אסאך פלאץ אין די סערפעס נישט עוועיליבעל צוליב די גרויקייט פון די פראגראמען וואס קומען ארגינעל אינסטאלירט אין די כלים.

(ערגעץ האבעך באשריבן די "סטעטס" און חילוקים צווישען די סערפעס און אנדערע טאבלעטן)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:02 pm

איז דאס טאקע אזא מציאה?
http://www.ebay.com/itm/ASUS-VivoTab-RT ... 5af427be7d

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 2:28 pm

מייקראסאפט האט אראפגענומען די ווינדאוס 8.1 אפדעיט פאר די סורפעיס RT, וויבאלד די אפדעיט האט געבריקט זייער אסאך מאשינען. (עס צוברעכט די boot sector און מען קען עס נישט אנצינדן נאכן אפדעיט)

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 3:52 pm

זיי האבן שוין געפיקסט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 5:28 pm

מייקראסאפט האט אראפגענידערט זייער פרייז פאר די סערפעס צו זיין די זעלבע ווי די אייפעד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אוקטובער 25, 2013 3:06 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מייקראסאפט האט אראפגענידערט זייער פרייז פאר די סערפעס צו זיין די זעלבע ווי די אייפעד.

toolate

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 31, 2014 10:22 pm

עס זענען דא וואס טענה'ן אז מייקראסאפטס ארויסלייגען אפיס פאר די אייפעד איז די לעצטע נאגל אינעם ארון פון די סערפעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:41 pm

נאך אלעם פארשטיי אך נישט פארוואס זיי האבן עס ארויסגעגעבן פאר זייער אייגענע OS. אינטערסאנט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 20, 2014 5:00 pm

די נייע סערפעס איז ארויס.

כאטש מען האט זיך גערישט פאר א "קליינע" ווערסיע פונעם סערפעס, איז מייקראסאפט ארויסגעקומען מיט א "גרויסע" ווערסיע, נאך גרעסער ווי די ביז יעצטיגע. 12 אינטש.

כאטש וואס עס איז גרעסער ווי די "2", איז עס גרינגער - 1.76 פוינט -, און דינער - 0.36 אינטש -. און פארשטייט זיך דינער פון סיי וועלכע לעפטאפ. עס ארבייט מיט אינטעל פראסעסערס I3 ,I5, און ביז אזוי הויך ווי I7. סטארידזש איז פון 64, 128, 256 ביז 512 GB.

די "פיסל" פון הונטען איז פיל פארבעסערט געווארן, עס צו קענען לייגען אין כמעט יעדע ליגעדיקייט פאזיציע. אויך איז די קיבאורד פיל פארבעסערט. און די קיבאורד האט אצינד אויך צוויי פאזיציעס, פלאך אויפן טיש, אדער עטוואס אויפגעהויבן ווי א טראדיציאנאלע קיבאורד. דאס ווערט געמאכט מיט צוויי מאגנעטן, איינס איז די זעלבע ווי ביז יעצט, וואס טוט צוזאם האלטן די קיבאורד מיטן טאבלעט, און א צווייטע עס צו באהעפטן עטוואס העכער ווי גאנץ אונטען פונעם טאבלעט, עס צו מאכען אביסל שיף.

עס האט אויך א נייע "פענע" וואס שרייבט אויפן סקרין, און עס איז פיל פארבעסערט עס זאל נישט זיין אזוי "גליטשיק" און זיך שפירן מער ווי א געהעריגע פען אויף פאפיר.

9 שעה בעטערי.

מיט דעם האט מייקראסאפט נענטער געברענגט זייער פלאן, אז די "סערפעס" זאל זיין די שטעלפארטרעטער סיי פונעם "טאבלעט" און סיי פונעם "לעפטאפ".

לויט די ערשטע "ריוויוס" זענען די מבינים שטארק צופרידען, און עס קען לויט זיי זיך ערענסט איינגעבן נאכדעם ווי די ערשטע צוויי ווערסיעס פונעם סערפעס זענען דורכגעפאלן.

די פרייזען פאנגען זיך אן ביי $799.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מיטוואך מאי 21, 2014 2:34 pm

יעצט איינמאל קוקט אויס אז מייקראסט האט געמאכט א גוטע ארבעט.
http://bit.ly/1vHjqcS
די אפעטיט האט זיך מיר גע׳עפנט. קוקט אויס צו זיין גאר פראקטיש, און וועל בולט. (Well built)

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » פרייטאג יוני 17, 2016 11:33 am

שוין לאנג נישט געווען דא קיין אפדעיט איבער די סערפעיס.
איז קען איינער ביטע ברענגען אייגענע עקספיריענס אויף די לעצטיגע ווערסיע. און ווי גוט עס ארבייט?
יעך קוק אריין איבער קויפען איינס אבער איך וויל וויסען ווי אסאך מער עס לוינט זיך צו ספענדען איבער די ביליגערע מינע.
יעך וויל עס ניצען ארויפצולאגען אויף מיין קאמפיוטער ווי אויך צו ניצען די בראוזער.
איז זיי האבען פון 899-2600. איז עס ווערט צו קויפען די טייערע אדער מכם קען אונגיין מיט א ביליגערע ?


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט