IPad vs Kindle Fire

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

IPad vs Kindle Fire

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מיטוואך מארטש 28, 2012 1:43 pm

אזוי ווי די וועלט ווערט סאפיסטערקירט און טעבלעטס נעמען איבער דער מארקעט האבעך באשלאסען אז ס'איז שוין העכט צייט איך זאל מיר איינהאנדעלן א טעבלעט
צום ערשט דארף מען דאך זיכער מאכן אז עס איז פארהאן גוטע פילטערס פאר די זאכן און נאכן נישטערן ארום אין די נושא איז מיר אויסגעקומען אז די בעסטע אפציע איז פאר מיר צו טוישן צו דשעי-נעט אזוי וויל איך נישט האבן קיין פראלעם מיט וועלכע טעבלעט איך קויף
יעצט איז די שאלה וועלכע טעבלעט צו קויפן - פארשטייט זיך אז דער חילוק אין פרייז זע איך מיין שאלה איז צו אן אייפעד - וואס שמעקט מיר אהן דער מערסטע - גייט קענען ריפלעיסן מיין לעפטאפ פאר היים באנוץ וואס אין דעם איז אריינגערעכנט צו קאנעקטען א הארד דרייוו צו קענען הערען מוזיק אדער עפענען פיקשערס (אשת חיל) פונעם הארד דרייוו א.א.וו. ווי איך פארשטיי איז קינדעל פייער מער קאמפעטעביל צו דער זאכן ענדערש ווי אייפעד וואס עפל טוט באגרעניצען כנהוג

וואס זאגט איר טייערער ברידער?
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מיטוואך מארטש 28, 2012 3:36 pm

דזע נעט קען מען נישט האבען אויף די טעבלעטס.. נאר די קענסט ניצען זייער ווייפיי וואס דאס איז געפילטערד

די שאלה איז וועכע פיילס פון די הארד דרייוו די ברויכסט ?

און וואס עפעס האסטו באשלאסען צו שטעלען די צוויי?? עס איז דא גאר אסאך אויף די מארקעט

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » מיטוואך מארטש 28, 2012 5:08 pm

אויפן אייפעד קענסטו האבן k9 פילטער פאר פרי. (מאך נאר זיכער אז א צווייטער האט די פעסווארד...)

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך מארטש 28, 2012 5:24 pm

די קינדל פייער איז בכלל נישט די קאמפעטישן פאר די איי.פעד. עס איז ליבערשט א ביליגער אלטערנאטיוו, פאר האלב אדער דריטל די פרייז.

די אייפעד איז זיכער די בעסטע טעבלעט וואס איז פאראן אויפן מארקעט, בפרט די נייעסטע אייפעד (אייפעד #3, אבער עפל לאזט עס נישט רופן די אייפעד 3, נאר "די נייע אייפעד" נו, ווער ס'האט די מאה דער האט די דעה), עס האט א משוגע-קלארן און שארפן סקרין, און די באטערי האלט זייער לאנג, איז גאר דין און זייער סמאאד.

אבער, און דא קומט א גרויסן אבער. אויב נוצטו נישט קיין מעק קאפיוטער, איז מעגליך אז סיי וועלכע אנדערע טעבלעט איז מער געאייגענט פאר דיר. ס'איז דא א גרויסע אויסוואל, בעיקר פון סעמסאנג, אבער אויך TOSHIBA, IBM, ACER, ASUS, און נאך פילע מאכן אנדרויד טעבלעטס. זיי פארשטייען זיך פיל גרינגער מיטן קאמפיוטער, האבן א USB פארט געווענליך, און לאזן צולייגן א SD קארטל פאר מער סטארעדזש, און קענסט קאפיען און רוקן פיילס פון טעבלעט און צוריק סתם מיטן קאנעקטן דיין פשוט'ן יוניווערסעל פלאג, און מוזט נישט אדורכגיין דעם איי-טאנס גיהנם.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מיטוואך מארטש 28, 2012 5:36 pm

פארוואס זאגסטו אז די אייפעד איז די בעסטע טעבלעט?

איך וואלט געזאגט אז עס ווענט זיך פארוואס מען וויל דאס ניצען
די איי פעד האט די מערסטע עפפ'ס
אבער פאר סתם אינטערנעט ברויזינג בין איך נישט אזוי זעכער אז די איי פעד איז די בעסטע

טעלעפאן
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 11:56 am

תגובהדורך טעלעפאן » מיטוואך מארטש 28, 2012 6:57 pm

איי פעד איז ממש די בעסטע "הענדס דאון". איך רעד פון אייגענע עקספיריענס ווי אויך קוקט נאך די ריוויוס. די צוויי איינציגסטע וואס קומען גאנץ נאנט זענען Samsung און Kindle fire

אבער זייי ארבעטן בכלל נישט אזוי "סמוט" ווי אויך איז דער עפל "גראפיק יוזער אינטערפעיס" די סאמע בעסטע

"אבער" וועסט "נישט" קענען קאננעקטען קיין הארד דרייוו וכדו'. לויט ווי די פארשטייער זאגן איז דאס בכלל נישט די אפטייטש פון "טאבלעט". א טאבלעט איז בעיקר צו טון דאס טאג טעגליכע שנעל און גרינג

דאס יא, קענסט באקומען פארן איי פעד א "קאנווערטער" צו קאננקעטן די SD קארטל פון דיין קאמערע און ארבעטן אויף די בילדער

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך מארטש 28, 2012 7:22 pm

אויב איז עס נישט ממש קיין עמערזשענסי, דאן ווארט אויף סוף יאר גוגל גייט דאן ארויסגעבן א אייגענע טעבלעט (א שטייגער ווי זייער געלעקסי נעקסאס פאון)

אויב ווילסטו שוין קויפן אבער נישט צאהלן די ריזיגע עפפל פרייז דאן גיי אדער מיט די עסאס לעצטע ענדראוד טעבלעט, אדער מיט סעמסאנגס געלעקסי 10, דאס איז יעצט אויף די מארקעט.

אויב ווילסטו ווארטן אבער נאר אביסל, נישט ביז סוף יאר, דאן ווארט אפאר חדשים, ס'דארף ארויסקומען אפאר פרישע סחורה, ווי מ'ווייסט פון די 'מאביל ווארלד קאנגרעסס' פארגאנגענע חודש, וקצרתי במקום שאמרו להאריך.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מיטוואך מארטש 28, 2012 9:05 pm

בלעקבערי פען האט געשריבן:דזע נעט קען מען נישט האבען אויף די טעבלעטס.. נאר די קענסט ניצען זייער ווייפיי וואס דאס איז געפילטערד

די שאלה איז וועכע פיילס פון די הארד דרייוו די ברויכסט ?

און וואס עפעס האסטו באשלאסען צו שטעלען די צוויי?? עס איז דא גאר אסאך אויף די מארקעט

דאס מיין איך צו זאגן אז איך נוצן דשעינעט ווייפיי פארן טעבלעט..
איך נוץ פייעלס פון מוזיק און קליפס פלאס א געוואלד מיט פיקשערס וואס אין טאטעל דעגרייכט עס צו 250 MB ממילא קען איך עס נישט האלטן אויפן טעבלעט אדער אויפן Cloud
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מיטוואך מארטש 28, 2012 10:05 pm

250 MB איז ווייט פון אסאך, וואס מיינסטו צו זאגן מיט די בילדער? די טרענספערסט דעילי אזוי סאך? די טעבלעט האט געניג פלאץ אויב דאס איז וואס דו האסט.

ווי טעלעפאון זאגט, א טעבלעט איז נישט געמאכט פאר אזאנע פונקציעס, מ'ניצט עס צו בראוזען, דוטע עפפס, זיך רימאוטן צום פיסי, ועוד.. (און געוויסע פאר ענטערטעימענט) נישט פאר עקסטערנעל דעווייסעס,
לענאווע, טאשיבע, עיסער האבן די אפשען אריינצושטעקן א יו עס בי, אבער ס'איז דיקער ווי די אנדערע טעבלעט'ס און וועגט מער,

מיין עקפיריענס האב איך מיט א ענדרויד טעבלעט, (xoom) אז דו האסט עפעס א דיטעילד קשיא פרעג, איך קען דיר ענטפערן פון ענדרויד עספעקט,
די אייפעד חברה קענען זאגן זייער עקספריענס,

(במאמר המוסגר, מ'האט זיך שוין געניג מאל געטענה'ט וועלכע ס'איז בעסער, ביטע נישט אריינרעדן אויב האט איר נישט קיין אייגענע עקפיריענס, ס'איז זינלאז זיך צו טענה'ן ווען די ידועה קומט נאר פון ליינען אדער וואס מ'האט געהערט פון א חבר, והמבין יבין, מ'קען ברענגען א לינק וואס רעדט דערפון אדער זאגן וואס מ'האט געליינט, ביטע נישט זיך טענה'ן )

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מיטוואך מארטש 28, 2012 10:12 pm

איך האב שוין געשריבן איבער מיין צופרידנהייט פונעם קינדל פייער, און מען קען עס אפירזוכן פאר ווער ס'אינטערעסירט צו וויסן וואס איך זאג דערויף.

ס'שווער צוצוגלייכן די צוויי מאשינקעס, ווייל ס'ווענד זיך אין פילע זאכן, און ווי איך זע האט מען שוין דא דורכגעשמועסט עטליכע, און איך וועל צושרייבן וואס האט מיר געטראכט צו נעמען דעם קינדל.

איך האב אויך לכתחילה געטראכט וועגן קויפן דעם אייפעד, אבער אביסל פאר איך האב באשלאסן בכלל צו קויפן א טעבלעט, איז געקומען די נייעס אז מ'גרייט זיך צום קינדל פייער, האב איך באשלאסן אויסצואווארטן, און ווען די פרייז איז געמאלדן געווארן אז ס'וועט קאסטן א דריטל פונעם ביליגסטען אייפעד, האב איך באשלאסן אז ס'נישט דא א סיבה נישט צו גיין דערמיט פאר א שפאטישע צוויי מאות.

און איך קען זאגן אז שוין נאכן נוצן עטליכע חדשים בין איך גאר גאר שטארק צופרידן דערפון. עס האט טאקע פארשידענע זאכן וואס דער אייפעד האט נישט, אבער פאר דעם חילוק אין פרייז איז עס א מציאה גדולה.

ווילסט נאך עפעס וויסן? פרעג!

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מיטוואך מארטש 28, 2012 10:23 pm

זייער נייגעריג האט געשריבן:250 MB איז ווייט פון אסאך, וואס מיינסטו צו זאגן מיט די בילדער? די טרענספערסט דעילי אזוי סאך? די טעבלעט האט געניג פלאץ אויב דאס איז וואס דו האסט.

ווי טעלעפאון זאגט, א טעבלעט איז נישט געמאכט געווארן פאר אזאנע פונקציעס, מ'ניצט עס צו בראוזען, דוטע עפפס, זיך רימאוטן צום פיסי, ועוד.. (און געוויסע פאר ענטערטעימענט) נישט פאר עקסטערנעל דעווייסעס,
לענאווע, טאשיבע, עיסער האבן די אפשען אריינצושטעקן א יו עס בי, אבער ס'איז דיקער ווי די אנדערע טעבלעט'ס און וועגט מער,

מיין עקפיריענס האב איך מיט א ענדרויד טעבלעט, (xoom) אז דו האסט עפעס א דיטעילד קשיא פרעג, איך קען דיר ענטפערן פון ענדרויד עספעקט,
די אייפעד חברה קענען זאגן זייער עקספריענס,

(במאמר המוסגר, מ'האט זיך שוין געניג מאל געטענה'ט וועלכע ס'איז בעסער, ביטע נישט אריינרעדן אויב האט איר נישט קיין אייגענע עקפיריענס, ס'איז זינלאז זיך צו טענה'ן ווען די ידועה קומט נאר פון ליינען אדער וואס מ'האט געהערט פון א חבר, והמבין יבין, מ'קען ברענגען א לינק וואס רעדט דערפון אדער זאגן וואס מ'האט געליינט, ביטע נישט זיך טענה'ן )

טעות איך האב א טאטעל סטארעדש פון פיקשערס קליפס און מוזיק 250 "GB" וואס איך דארף כסדר קענען עקסעזען
לעצט פאראכטן דורך יעך'בין שוין גרויס אום מיטוואך מארטש 28, 2012 10:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מיטוואך מארטש 28, 2012 10:27 pm

אךשמח האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן איבער מיין צופרידנהייט פונעם קינדל פייער, און מען קען עס אפירזוכן פאר ווער ס'אינטערעסירט צו וויסן וואס איך זאג דערויף.

ס'שווער צוצוגלייכן די צוויי מאשינקעס, ווייל ס'ווענד זיך אין פילע זאכן, און ווי איך זע האט מען שוין דא דורכגעשמועסט עטליכע, און איך וועל צושרייבן וואס האט מיר געטראכט צו נעמען דעם קינדל.

איך האב אויך לכתחילה געטראכט וועגן קויפן דעם אייפעד, אבער אביסל פאר איך האב באשלאסן בכלל צו קויפן א טעבלעט, איז געקומען די נייעס אז מ'גרייט זיך צום קינדל פייער, האב איך באשלאסן אויסצואווארטן, און ווען די פרייז איז געמאלדן געווארן אז ס'וועט קאסטן א דריטל פונעם ביליגסטען אייפעד, האב איך באשלאסן אז ס'נישט דא א סיבה נישט צו גיין דערמיט פאר א שפאטישע צוויי מאות.

און איך קען זאגן אז שוין נאכן נוצן עטליכע חדשים בין איך גאר גאר שטארק צופרידן דערפון. עס האט טאקע פארשידענע זאכן וואס דער אייפעד האט נישט, אבער פאר דעם חילוק אין פרייז איז עס א מציאה גדולה.

ווילסט נאך עפעס וויסן? פרעג!

איך האב געוויסע Tutorials אויף סידי'ס וואס איך דארף וואטשען, וועל איך קענען ארויסנעמען דער פייעלס פונעם סידי און אויף עפעס אן אויפן וואטשען אויפן קינדעל?
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מיטוואך מארטש 28, 2012 10:40 pm

די סידי'ס מסתם יא, איך טיה די זעלבע זאך,
די בילדער המממ כ'גלייב שווער, פאר קלאוד גלייב איך נישט אז דו האלטס ביים צאלן אדער צוטיילסטו דא דארט, אדער קויף טאקע די לענאווע וואס נעמו יא א יו עס בי.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 12:51 pm

קענסט קאפיען דיינע פיילס אויף דראפבאקס, און קוקן אויפן קינדל

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 5:40 pm

די קינדעל פייער איז גאר א גיטע זאך

אבער ווענט זיך פארוואס. עס האט נישט אלע ענדרויט עפפ'ס נאר וואס עמאזאן האט קאסטומייזעד פאר די פייער. אנדערע קיקען דאס אן פאר א מעלה אז עס האט נישט קיין באגס.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 5:51 pm

im typing from my kindle so i cant type yiddish
its possible to root it and get ALL android apps
for me its didnt work til now bot ppl all over have root it already

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 9:20 pm

אמת.. אויב עס געלינגט צו רוטאן דאן איז עס גאר א גיטע דיעל
ווייל באמת איז עס ווערד אסאך מער ווי 200 דאלער נאר היות זיי רעדען זיך איין אז ווער עס קויפט עס גייט אויך ניצען זייער סערוויסעס ווי זיי בעטען א חודי'ליכע געהאלט וועגען דעם גיבען זיי עס פאר אזוי ביליג

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג מארטש 30, 2012 9:18 am

צו רוטן די קינדל פייער

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » פרייטאג מארטש 30, 2012 11:55 am

בלעקבערי פען האט געשריבן:אמת.. אויב עס געלינגט צו רוטאן דאן איז עס גאר א גיטע דיעל
ווייל באמת איז עס ווערד אסאך מער ווי 200 דאלער נאר היות זיי רעדען זיך איין אז ווער עס קויפט עס גייט אויך ניצען זייער סערוויסעס ווי זיי בעטען א חודי'ליכע געהאלט וועגען דעם גיבען זיי עס פאר אזוי ביליג


זיי רעדן זיך איין?

איך האב מיר איינגערעדט פארן עס קויפן אז פון מיר וועלן זיי שוואך פארדינען. ארויסגעוויזן האט זיך גאר אנדערש. זייער שנעל נאכן עס באקומען האב איך איינגעזען אז ס'לוינט זיך צו האבן זייער סערוויס וואס פאר קנאפע אכציג טאלער באקומסטו פריי שיפינג אויף כמעט אלע עמעזאן סחורה, און ס'קומט מיר אויס פיל מער ווי אן אכציגער א יאר.

גוט צו וויסן אז אויך פון די אכציג דאלער מאכן זיי נישט קיין געלט. די שיפינג אליינס קאסט זיי מער ווי דעם, אבער אין דעם איז אריינגערעכנט אז דו גייסט קויפן ביי זייער וועבסייט.

בקיצור, פון מיר מאכן זיי שוין איינמאל געלט, און אלעס אויפן חשבון פון מיין אויסגעמאגערטע בייטל :-(
לעצט פאראכטן דורך אךשמח אום זונטאג אפריל 01, 2012 10:07 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » פרייטאג מארטש 30, 2012 12:08 pm

און פאר די 80 דאלער קענסטו שוין אויך ניצען זייער וואלקען? (קלאויד?)

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג מארטש 30, 2012 12:40 pm

מומחה עצום האט געשריבן:צו רוטן די קינדל פייער

כ'מיין אז זיין טוטאריעל איז די גרינגסטע צו פארשטיין פון די צענדליגע וואס זענען דא אנליין, (ביי מיר גייט עס נישט, מיין קאמפיוטער לאזט מיר נישט אינסטאלען די דרייווערס)

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג אפריל 01, 2012 10:59 am

אך; וואסערע סערוויס רעדט מען דא?
א סערוויס וואס נאר א טעבלעט באנוצער האט?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג אפריל 01, 2012 10:05 pm

די סערוויס ווערט אנגערופן ׳עמעזאן פריים׳. אין דעם איז אריינגערעכנט, פינף גיג אין זייער קלאוד. פרי 2 טעג שיפינג אויף אלעס וואס מ׳קויפט ביי זיי אליינס. און אויך זייער אינסטענט מואווי סטרימינג (נישט פאר אידן געזאגט).

אויך האבן זיי א פראגרעם וואס מ׳קען בארגן ביכער. איין בוך א חודש און פון א לימיטעד נאמבער פון ביכער.

די סערוויס האט נישט מיטן טעבלעט. די אלע זאכן קען מען אויך האבן ביי א קאמפיוטער.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אפריל 02, 2012 1:50 am

אה פון פריים ווייסמיר, מ'רעדט א סערוויס וואס זיי האבן געוואלט געבן מיטן טעבלעט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אפריל 02, 2012 10:42 am

leiby האט געשריבן:אה פון פריים ווייסמיר, מ'רעדט א סערוויס וואס זיי האבן געוואלט געבן מיטן טעבלעט.

מ'באקומט איין חודש פריים בחינם אויטאמאטיש ווען מ'לייגט אריין די אקאונט אינפא אינם פייער, אנצורייצן דעם אפעטיט


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט