אייפעד - iPad הילף

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

אייפעד - iPad הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

איך ניץ א אייפעד פאר מיין ביזנעס, און כ'האב מיך אנגעשטויסען אין א פראבלעם לעצטענס, קלער איך אז דער עולם דא קען מעגליך העלפן.
ביי די אייפאד איז געקומען א עפפ פאר רעקארדען, אבער ביי די אייפעד איז עס שוין נישט דא. איז כדי צו רעקארדען דארף מען דאונלאדען א third party עפפ פאר רעקארדען.
איך האב דאונלאדעד א עפפ מיט'ן נאמען QuickVoice און איך האב רעקארדעד א מיטינג פון פינעף שעה.
איך בין געוועהן זיכער אז מען קען גרינג סינקען צו די קאמפיאטער. אבער דערווייל זעה איך נישט קיין וועג וויאזוי אריבערצוליפערן די רעקארדינג פון די אייפעד צו מיין קאמפיאטער. (די עפפ האט א אפשען צו "אימעילן" די רעקארדינג. אבער נאר אויב די רעקארדינג איז ביז פינעף מעגאבייטס. מיין רעקארדינג איז איבער 400 מעגאבייטס.
איך בין היפש פארצווייפעלט ווייל די רעקארדינג איז מיר זייער וויכטיג, איך דארף עס שערען מיט אנדערע, און איך האב נישט קיין וועג וויאזוי עס ארויסצוזעהן פון די אייפעד.

האט איינער אפשר א עצה???
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איז נישטא קיין DropBox עפפ פאר אייפאד/אייפעד?
An article a day keeps the babies away
א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

ס'איז יא דא.
וויאזוי קען עס מיך העלפען?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אז דו קענסט עס אפלאודען צו דיין דראפבאקס אקאונט און עס עפענען שפעטער פון קאמפיוטער.
An article a day keeps the babies away
א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

וויאזוי קען איך עס אפלאודען צו דראפבאקס אויף די אייפעד?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס ווייס איך נישט ווייל איך האב נישט קיין אייפעד, אבער איך גלייב אז אויב איז דא אן עפפ דינט עס מסתמא א צוועק.
An article a day keeps the babies away
א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

סאיז נישט אזוי פשוט. איך זעה נישט קיין וועג וויאזוי צו קענען ארויספירן די פייל פון די רעקארדינג עפפ.
אוודאי קען מען ניצן דראפבאקס, אבער פאר אנדערע עפפ׳ס.
הלוואי זאל טאקע מיר איינער אויסגעפינען א וועג וויאזוי צו ניצן דראפבאקס פאר דעם.
מאשקע. שקויעך עניוועי פארן פראבירען צו העלפן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס האב איך געטראפן ביי די דעסקריפשאן פון קווויקוואויס:

QuickVoice is ALSO AVAILABLE FOR MAC AND WINDOWS C syncs its recordings with our computer versions.

http://www.nfinityinc.com/quickvoice/index.html
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

באקומען אין אימעיל.

איינער פרעגט אויף איי-וועלט וועגן איי-פעד, איך קען נישט אריינסיינען סא שרייב אים דאס‬.‬

‫ס׳איז דא א עפפ וואס רופט זיך file app pro, מקען עס עפענען דארט און נאכדעם טרעף עס אין iTunes , ביי app sync אפשען פאר די איי-פעד‬.

דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער עפפ וואס מאשקע לינקט איז אן אנדערער אינגאנצן, יענער האט הא א אפשען פון טרענספירן דורך וויי פיי
איך זעה נישט אז דער free עפפ זאל האבן אזא אפציע פון טראנספערן דורך וויי פיי
(וי ווייט איך ווייס קען מען נישט טראנספערירן פון איין עפפ צום צווייטן)
מיין עצה, זאלסט עס רירעקארדן צום קאמפיוטער דורך א ווייער פון output צו input
פאר מער זעה דעם אשכול איבערלייגן קאסעטעס פאר mp3 דארט איז אויסגעשמועסט געווארן פונקליך ווי אזוי מען מאכט דאס
אבער, שטייצעך דארפסט עס לאזן גיין פאר פינף שעה און אוין עס עדזשאסטן עס זאל אויסקומען גענוג קלאר
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

אפשר קענסטו צו טשעפנן די אייפעד צו די קאמפיוטער און דורך מיי קאמפיוטער עס טרעפן. ביי די אייפאד האב איך שוין אזוי געטוהן ארויס צונעמען ניגונים מעגליך דעס קענסטו אויכט ווייל ערגטץ מיז עס זיין געסטארט
א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

יהיה כן און לאטצי - ישר כח ביידע פאר ענקערע עצות. איך וויל פארשטיין וויאזוי מען טוט עס.
יהיה כן: וואסערע סארט ווייער דארף מען פאר דעם האבען? און די האסט אפשר צו די האנט א לינק צו די עם.פי.טרי. אשכול?
לאטצי: ווען איך קליק אויף די אייפעד אין מיי קאמפיאטער זעה איך איין פייל וואס הייסט Internal Storage. ווען איך קליק אויף דעם זעה איך איין פייל וואס הייסט DCIM. ווען איך קליק אויף דעם זעה איך איין פייל וואס הייסט 800AAAAA. ווען איך קליק אויף דעם זעה איך איין סקרין שאט וואס איך האב געכאפט מיט מיין אייפעד. דעציט...
ווי מיינסטו אז איך קען טרעפן סיי וואסערע פייל'ס?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיט די אייפאדס פון די לעצטע פאר יאר און כש"כ אייפעדס קען מען נישט האבן קיין צוטריט נאר מיט א ספעציעלן פראגראם, און ס'דארף זיין "דזשעיל-ברעיקד". דו ווייסט וואס דאס מיינט? כ'בין נישט זיכער אז ס'איז שוין דא א דזשעילברעיק פאר די אייפעד, אפשר יא.

אבער ס'איז מעגליך דא נאך אן עצה. ווען מ'סינקט דעם אייפעד צו אייטונס אין קאמפיוטער, איז דא ביי די סינק אפשענס א זאך וואס הייסט "דאטאבעיסעס" מיין איך. ד.ה. אז מיט פארשידענע פראגראמען קען מען מיט-סינקען אויך די פיילס דערפון. קאנעקט דעם אייפעד צום קאמפיוטער, גיי צו אייטונס, גיי אריין צו די סינק אפשענס, קליק אויף דעם וואויס רעקארדער פראגראם, און קוק צי אונטן האסטו א זאך ווי דאטאבעיס.
An article a day keeps the babies away
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

מאך זיכער אז די קענסט זעהן hidden files און אויב נישט מאך מען זאל קענען זעהן און זאג מיך צו די זעהסט עפעס מער?  
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

מאשקע האט געשריבן:מיט די אייפאדס פון די לעצטע פאר יאר און כש"כ אייפעדס קען מען נישט האבן קיין צוטריט נאר מיט א ספעציעלן פראגראם, און ס'דארף זיין "דזשעיל-ברעיקד". דו ווייסט וואס דאס מיינט? כ'בין נישט זיכער אז ס'איז שוין דא א דזשעילברעיק פאר די אייפעד, אפשר יא.
.

מיט גרויסע עהרע צום ראש הקהל אויב איך פארשטיי וואס איר האט געשריבן מיין איך אז איר האט געמאכט א טעות מען קען יא און איך האב שוין אסאך יודען געהאלפן מיט דעם מען דארף מאכן זיכער אז מען קען זעהן די הידדען פיילס
א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

מאשקע האט געשריבן:מיט די אייפאדס פון די לעצטע פאר יאר און כש"כ אייפעדס קען מען נישט האבן קיין צוטריט נאר מיט א ספעציעלן פראגראם, און ס'דארף זיין "דזשעיל-ברעיקד". דו ווייסט וואס דאס מיינט? כ'בין נישט זיכער אז ס'איז שוין דא א דזשעילברעיק פאר די אייפעד, אפשר יא.

אבער ס'איז מעגליך דא נאך אן עצה. ווען מ'סינקט דעם אייפעד צו אייטונס אין קאמפיוטער, איז דא ביי די סינק אפשענס א זאך וואס הייסט "דאטאבעיסעס" מיין איך. ד.ה. אז מיט פארשידענע פראגראמען קען מען מיט-סינקען אויך די פיילס דערפון. קאנעקט דעם אייפעד צום קאמפיוטער, גיי צו אייטונס, גיי אריין צו די סינק אפשענס, קליק אויף דעם וואויס רעקארדער פראגראם, און קוק צי אונטן האסטו א זאך ווי דאטאבעיס.

א גרויסן דאנק מאשקע פארן ווייטער פראבירען צו העלפן.
די third party עפפ וואס כ'האב געניצט האט נישט די אפשען מיט מיטסינקען די פיילס דערפון.
א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

לאטצי האט געשריבן:מאך זיכער אז די קענסט זעהן hidden files און אויב נישט מאך מען זאל קענען זעהן און זאג מיך צו די זעהסט עפעס מער?  

וויאזוי מאכט מען אז מ'זאל קענען זעהן hidden files?
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

וועלעכע os האט איר XP אדער vista?
א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

לאטצי האט געשריבן:וועלעכע os האט איר XP אדער vista?

windows 7
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מען קען נישט זעהן קיין פיילס נאר דורך דזשעילברעיקינג אווי מאשקע זאגט (א חוץ פאטא'ס קען מען יא זעהן)
די לעצטע ווערסיע פון איי פעד איז נאך דאכציך דערווייל נישטא קיין דזשעיל ברעיקינג (קען זיין אז יא?) און אפילו אויב יא מיין איך אז ס'איז נישט כדאי צוליב א רעקארדינג צו דזשעיל ברעיקן א אייפעד
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

Go to control panel then folder options then one of the tabs u will see view hidden files make a check and then hit ok
איך האב נישט קיין קאמפיוטער פאר מיך אבער איך האף אז איך האב אייך געגעבן גיטע אינטרוקשענס
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דאס ארבעט נישט פאר א אייפעד וועלכעס איז לכתחילה געבלאקט פון זעהן די פיילס דורך עפעל
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

יהיה כן האט געשריבן:מען קען נישט זעהן קיין פיילס נאר דורך דזשעילברעיקינג אווי מאשקע זאגט (א חוץ פאטא'ס קען מען יא זעהן)
די לעצטע ווערסיע פון איי פעד איז נאך דאכציך דערווייל נישטא קיין דזשעיל ברעיקינג (קען זיין אז יא?) און אפילו אויב יא מיין איך אז ס'איז נישiט כדאי צוליב א רעקארדינג צו דזשעיל ברעיקן א אייפעד

איך האב שוין יא געזעהן די פיילס אויף אלע מיני ipods
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ער רעדט פון א IPAD נישט פון א IPOD וואס איז אן אנדערע באשעפעניש
ושנית, יענער IPOD וואס דו האסט געזעהן איז זיכער געווען דזשעיל ברעיקד, (אמאל איז עס סך גרינגער געווען צו דזשעיל ברעיקן, ווי א שפעטערע ווערסיע באווארנט זיך עפעל מער עס צו בלאקן פון בריעקערס)
א וויליאמסבורגער איד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א וויליאמסבורגער איד »

יהיה כן האט געשריבן:מען קען נישט זעהן קיין פיילס נאר דורך דזשעילברעיקינג אווי מאשקע זאגט (א חוץ פאטא'ס קען מען יא זעהן)
די לעצטע ווערסיע פון איי פעד איז נאך דאכציך דערווייל נישטא קיין דזשעיל ברעיקינג (קען זיין אז יא?) און אפילו אויב יא מיין איך אז ס'איז נישט כדאי צוליב א רעקארדינג צו דזשעיל ברעיקן א אייפעד

איך האב גראדע די ערשטע ווערשאן פון די אייפעד, אבער ווי די זאגסט, אז איך האב זייער נישט קיין חשק צו זשעילברעיקען.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”