Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג ספטמבר 30, 2012 3:41 am

leiby האט געשריבן:ס'איז ערוואטעט א טאטאל צורידערטע אךשמח ווען די נאוט קומט ארויס, רבותי כאפט אריין צו רעדן ווילאנג ער איז ביים דעת.

בנוסף צו דעם איז מיין יום טוב פון והיית 'אך שמח' אט אט ביים שוועל, און עס וועט זיין שווער צו רעדן מיט מיר בכלל...

אט האט מיר א פריינט אנגעטראגן צו פארבארגן זיין געלעקסי עס טרי פאר א וואך צוויי און איך זאל עס קענען אויספראבירן. איך ווייס נאר נישט אויב עס פעלט אויס, לויט ווי אזוי 'אלע' מיינע ידידים וואס האבן דעם פאון זענען עפעס נישט סתם צופרידן דערפון.

ריק,

איך זע נישט אז דו ביסט נישט צופרידן פונעם געלעקסי. איך זע נאר ווי דו שרייבסט אז עס לוינט גיכער צו ווארטן אויפן נאוט 2 ווייל דאס איז דער מארגנדיגער פאון.

אלנפאלס, ווי עס האלט יעצט גיי איך מארגן אריינווארפן מיין אייפאון אין א יו פי עס דראפ באקס ווייל עמעזאן וויל איך זאל צוריקשיקן דעם פאון ביז אקטאבער דעם ערשטן, וואס דאן ווערט זיבן טאג פון ווען איך האב אריינגעגעבן מיין דיעל, טראץ מיין חשק אנצוהאלטן דעם פאון ביז נאך יום טוב (וואס פאסירט אויב שיק איך שפעטער? ווערט אויס דיעל?).

איך האב דעם שמועס אנגעהויבן מיט זוכן אן עצה ווי אריבערצופירן מיינע פידיעף פיילס און אייבוקס ביכער צום קאמפיוטער. די בילדער, ווידעאוס האב איך שוין אלע אריבערגעפירט, און איך זיץ יעצט שוין עטליכע שעה און איך קען נישט ארויסהאבן אן עצה צו סעיווען מיינע פיילס, און איך וויל זיי נישט פארלירן.

איינער ווייסט ווי איך קען טרעפן הילף?

א הערצליכן דאנק.

Advertisement

זונטאג ספטמבר 30, 2012 4:35 pm

אך דאס איז פאר דיר.
http://www.androidauthority.com/more-sa ... ed-118970/

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 2:01 am

משיח האט געשריבן:וועלכע דרויד איז די בעסטע פאר ווירייזן יעצט?

בפשטות דער גאלעקסי 3 כנ״ל.
אויב ווילסטו די לענגסטע באטערי, נעם דעם דרויד מעקסס.
אויב ווילסטו א פיזיקאלע קיבאורד, דאן איז דרויד 4 פאר דיר.

פרייטאג אוקטובר 12, 2012 12:43 pm

ברוך השם אז מיין אייפאון איז אנגעקומען צו עמעזאן און זיי זענען געווען צופרידן פונעם קוואליטעט און האבן מיר געגעבן קרעדיט ביי זיי פון דריי הונדערט פינף און זעכציג טאלער.

איך האב באקומען דעם געלעקסי דריי פון מיין גוטער פריינט און עס גענוצט עטליכע טעג, און עס איז טאקע זייער פיין און שנעל, און וויבאלד מען האלט שוין אט אט צו דעם נייעם נאוט צוויי, און נאך אנדערע טעלעפאנען וואס דארפן ארויסקומען אין די נאנטע טעג, וועל איך שוין צואווארטן אביסל און דערווייל נוצן מיין איווא טרי די וואס טוט נאך זיין ארבעט, טראץ גאנץ פאמעליך.

אגב, איך בין ביי דער מיינונג אז דער אייפאון פיר עס האט א בעסערע קאמערא ווי דעם געלעקסי שלש, ובפרט ביים נעמען ווידעאוס וואס ער האלט אין איין פאוקוסן, און איך האב נישט געזען ווי מען קען פארלעשן, אנדערש ווי ביים בילדער כאפער וואס דארט קען מען עס מאכן אףף.

שבת אוקטובר 13, 2012 9:25 pm

איך מין אז געלעקסי האט א בעסערע קעמירע

שבת אוקטובר 13, 2012 10:49 pm

גליון האט געשריבן:איך מין אז געלעקסי האט א בעסערע קעמירע

וואס הייסט דו מיינסט?

אינמיטן זומער בין איך געזעסן מיט מיין אייפאון און מיין פריינט מיט א געלעקסי, און געטעסט דעם קאמערא און מיר ביידע האבן מחליט געווען אז דער אייפאון איז בעסער.

די וואך האב איך עס געבארגט פון א צווייטן ידיד, און עס גאנץ אסאך גענוצט און דער אייפאון איז קלאר בעסער, מיטן אויסנאם אז ווען מען כאפט א בילד/ווידעאו ווען עס איז אביסל טונקל, וועט דער געלעקסי בעסער און קלארער אויסקומען (איך רעד אן פלעש).

פארט איז עס נישט קיין פולקאמער טעסט, ווייל מעגליך אז ווען איך וועל די בילדער באטראכטן אויף א קאמפיוטער וועט עס זיין אנדערש. איך האב עס נאר געזען אויף די סקרינס פון די טעלעפאנען.

זונטאג אוקטובר 14, 2012 2:49 am

דא האסטו א אינטרעסאנטע קאמפעריסאן צוווישן דעם נייעם אייפאון און גאלעקסי 3.
דער אייפאון געווינט אין ענדע, אבער נישט אינגאנצן. ער לאזט איבער פארן געלעקסי 3 מקום להתגדר בה.
לייען און האב הנאה:

http://blog.laptopmag.com/apple-iphone- ... e-shootout

זונטאג אוקטובר 14, 2012 2:51 am

אויך האבן זיי א רעוויא פארן נייעם נאוט 2

http://www.laptopmag.com/review/smartph ... ote-2.aspx
לעצט פאראכטן דורך שמעק_טאביק אום דינסטאג אוקטובר 16, 2012 11:20 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 8:09 pm

אךשמח די גייסט האבן א שווערע אויסוואהל... די אפטימוס זשי גייט אויף סעיל נאוועמבער 13 ביי ספרינט פאר $199, די נאוט 2 האט נאכנישט קיין אפיציעלע דעיט, אבער וועט זיכער זיין ערגעץ אין די קומענדיגע פאר וואכן.

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 8:14 pm

פירסט אימפרעשן מיט ספרינט'ס אפטימוס זשי, ער זאגט אז דאס איז די שנעלסטע פאון אויף די מארקעט, שנעלער ווי גוגל'ס געלעקסי נעקסוס (סטאק ענדראוד)!

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 9:51 pm

אךשמח האט געשריבן:
גליון האט געשריבן:איך מין אז געלעקסי האט א בעסערע קעמירע

וואס הייסט דו מיינסט?

אינמיטן זומער בין איך געזעסן מיט מיין אייפאון און מיין פריינט מיט א געלעקסי, און געטעסט דעם קאמערא און מיר ביידע האבן מחליט געווען אז דער אייפאון איז בעסער.

די וואך האב איך עס געבארגט פון א צווייטן ידיד, און עס גאנץ אסאך גענוצט און דער אייפאון איז קלאר בעסער, מיטן אויסנאם אז ווען מען כאפט א בילד/ווידעאו ווען עס איז אביסל טונקל, וועט דער געלעקסי בעסער און קלארער אויסקומען (איך רעד אן פלעש).

פארט איז עס נישט קיין פולקאמער טעסט, ווייל מעגליך אז ווען איך וועל די בילדער באטראכטן אויף א קאמפיוטער וועט עס זיין אנדערש. איך האב עס נאר געזען אויף די סקרינס פון די טעלעפאנען.

הושענא רבה העעל"ט האט איינער געכאפט א ווידעוי מיט א געלעקסי 3 און נאכדעם האב איך אים געגעבן א אייפאן 4 און זיין איז געווען בעסער סוי וואזאלעך טאן ??

מאנטאג אוקטובר 15, 2012 10:02 pm

צווישן די גאלעקסי 3 און די אפטימוס דשי, וועלכע הייסט בעסער?

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 1:57 am

דערווייל הייב איך שוין אן צו ווערן נערוועז. מיין איווא טרי די איז זייער לאנגזאם. פארגעסט נישט אז איך קום פון דעם פיל שנעלערן אייפאון פאר עס. בפרט צו שרייבן דא אויף דעם פורום איז גאנץ שווערליך אויף דעם פאון.

אט האב איך דעם זונטאג געוואלט קויפן דעם געלעקסי טרי עס ווייל בעסט ביי האט עס געהאט פאר ניין אן ניינציג דאלער, אבער דער אויף וועמענס אקאונט איך האב דעם ליין, וויל עפעס צומאכן זיין קאנטע. דארף איך שוין זוכן ווער עס איז מיר גרייט ארויפצולייגן אלס א ספרינט עדד אן.

גיליון,

דו האסט אים געגעבן א אייפאון פאר אדער א פאר עס? וויל עס איז דא א גרויסע חילוק אין די קאמערא צווישן די צוויי.

בכלל, דארף די ווידיאו גענומען ווערן אויף איינמאל, צו זען די נפקא מיינט.

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 10:00 am

נאוט 2 קומט אן צו ספרינט אקטאבער 25 פאר $299

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 12:10 pm

לויט מיינע טעסטס איז די אייפאון בעסער פאר בילדער און די עס טרי פאר ווידיאוס.

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 8:27 pm

וועט די אפטימוס דשי זיין פאר ווערייזען? ווען?

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 10:35 pm

דערווייל קוקט נישט אויס, נאר אויף ספרינט און עי.טי.ענד.טי.

מאנטאג אוקטובר 29, 2012 11:24 am

איך גערופן קיין ווירייזען, דער יעניגער טענה'ט אז ער האט נישט געהערט אז זיי זאלן אריינבאקומען די אפטימוס דזי.
"אבער אמאל האבן מיר פארשידענע פאונס מיט אנדערע נעמען" - לייגט ער צו.
האב איך געזוכט אויף גוגל, האב איך מיר אנגעשטויסן אין דעם:
http://www.gforgames.com/gadgets/lg-spe ... ces-26932/
http://www.gforgames.com/gadgets/lg-spe ... zon-25250/
מיינט דאס אז ווירייזען וועט אויך האבן די אפטימוס דזי בקרוב אונטער אן אנדערע נאמען?
אדער רעדן זיי פון אן אנדערע פאון?

מיטוואך נובמבר 28, 2012 12:24 pm

אךשמח האט געשריבן:..ערווייל הייב איך שוין אן צו ווערן נערוועז. ... דארף איך שוין זוכן ווער עס איז מיר גרייט ארויפצולייגן אלס א ספרינט עדד אן..

כ'ווייס יעצט פון אזא זאך, פאר פאראינטערעסירטע.

פרייטאג דצמבר 14, 2012 1:21 pm

אקעי, צום ערשטן מאל גיי איך מיך אויפרעגן אויף אנדרויד.
לכתחילה האלט איך אז אנדרויד'ס מעלות וועגט איבער עפפל'ס, דהיינו ווידזשעטס, און אז מען קען צולייגן SD קארדס, און זיך קאנעקטן צום קאמפיוטער ווי א נארמאלער מענטש, און אז ס'איז דא א גרעסערע אויסוואל פון פאונס, א.א.וו.
דער פראבלעם ווערט אבער לעצטנס ערגער, און גייט מטה מטה, אויב וועט עס אנהאלטן ווייטער אזוי, וועל איך מוזן אנהייבן צו גלייבן אז עפל מאכט בעסערע און קלוגערע החלטות ווי די קאמפעטישאנס.

גוגל גיט כסדר ארויס אפדעיטס, ווי איגנבער ברויט, האני-קאמב, דזשעלי בין, און נאך אנדערע ממתקים. זיי פרובירן אפשר צו מאכן בעסער, אבער עס ווערט שווערער און מער קאמפליצירט מיט יעדן נייעם ריליעס.
און דער גרעסטער פראבלעם איז נאך, אז יעדע פאון מאניופעקטשורער קען דעזיינען זייערע פאונס ווי אזוי ס'שמעקט זיי, און יעדעס איינע קוקט אויס פיל אנדערש, און דאס צומישט מיך ווי משוגע.

קודם כל האט מיר געבאדערט אז אנדרויד 4 האט באשלאסן צו מאכן נאר 3 קנעפלעך אונטן, און אוועקנעמען דעם "מעניו" אפציע וואס איך נוץ גאר אפט. אנשטאט, ערשיינט מעניו אויף פארשידנארטיגע פלעצער אויפן סקרין ווען עס פעלט זיך אויס, און דאס איז אזא סארט באהעלטעניש שפיל, ווי "משה זוך מיר", גיי זוך וואו אויפן סקרין - און ווען - עס וועקט זיך אויף.
עטליכע קאמפאניס האבן זיך נישט געטוישט און יא געלאזט דעם מעניו קנעפל פון אונטן. געבענטשט זאלן זיי זיין. ווידעראום אנדערע האבן געלייגט אנשטאט דעם א נייעם אומגעבעטענעם קנעפל, וואס ברענגט ארויף די RECENT APPS, אה, שקויעך באט ניין! כ'דארף עס נישט.

ווי עס זאל נישט זיין, איך וויל אויספרובירן א נייעם פאון, און איך ווער צודרייט. נישטא קיין מעניו קנעפל! איך וויל גיין צו סעטינגס, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי. פארוואס טוישן זאכן וואס ארבעטן גוט? פארוואס??

גוגל, ביסט מיט מיר???? אויב נישט קענסטו טראנסלעיטן. :roll:

שבת דצמבר 15, 2012 10:00 pm

לויט וויפיל איך ווייס האבן זיי צוגענומען דעם סיערטש קנעפל און נישט דעם מעניו.

שבת דצמבר 15, 2012 10:31 pm

שמעק טאביק מיט ענדרויט וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען...

ענדרויט האט איין איינציגע מעלה, עס איז א הערליכע שיינע ׳קאפי׳ פון דעם עפל פירמע.. וויפיל איך באטראכט דעם ענדרויט דערזע איך דעם שארפן קאפי, וואס קאפירט נאך עפל, עס איז פונקט אזוי ווי דו לייגסט אריין א דאקומענט אין א קאפי מאשין, און דער קאפי קומט ארויס, אויסגעצויגען, נישט קלאר, אבער מען קען פארט ליינען דעם טעקסט. ענדרויטס גאנצע מוח איז באזירט אויף עפל׳ס באשטאנטיילן. די סטייל, די פארמאט, און די דיזיין. פארשטייט זיך אז זיי האבן נישט געקענט ארויס קומען אקורשט מיט דעם זעלבען פראדוקט, האבן זיי ערצייגט א פראדוקט, געמאכט לענגער דעם סקרין, גענומען אלע הויפט עפל פאקטארס ווי די פאון דייל פעד, טעקסט מעסידזשעס קאנווערסעשען, און אביסל ארום געטוישט די אפציעס, און ויקרא שמו בישראל ״ענדרויט״. וויפיל ארגומענטס מען זאל נאר וועלן ארוםדרייען, ווער עס איז בעסער, וואס לוינט זיך ענדערש, וועט קיינער נישט קענען ברעכן עפל׳ס אויסטערלישע פאקטאר. עפל איז א פארמאט וואס איז איינס אין די מארקעט, און ווער עס וויל זיך נאר באפריינדן מיט די רעאליטעט דערקענט באלד די אימיטעשען וואס ענדרויט (סעמסאנג) שלאגט פאר.

זונטאג דצמבר 16, 2012 12:42 am

דהיינו אז עפפל פארמאגט בכלל נישט קיין מעניו באטן, בלויז א האום באטן...

איבער ענדראוד אדער עפפל מחלוקה אי אפשר להעיר אויף קיין זאכליכע פאקטן, רעטארישע קראפט מיט שיינע מליצות קאן איך נישט, אבער ווי האט יענער געזאגט, אויב גלייכסטו עפל דאן קענסטו נישט זיין שלעכט מיטן ענדראוד, ווייל ענדראוד שטעלט צו אלעס וואס עפפל שטעלט צו נאר זיי לייגן צו נאך צעהנדליגע פיטשערס, למשל, אויב די גלייכסט גאר שטארק עפל קענסטו דאונלאודן די עפל לאונטשער פון די מארקעט וואס וועט די געבן די אויסשטעל, קנעפלען, און אזוי ווייטער פונקט ווי עפלס סטייל, זאת ועוד, למשל סאושל אינטערגרעישן האט עפל גענומען פון ענדראוד (און ס'איז נאכנישט האלב אזוי גוט ווי דעם ענדראוד, באט דאונט ווארי עפל וועט פינישן די קאפי ביי די נעקסטע ווערסיע).

אלל אין אלל, די מחלוקה איז באמת אווער, ענדראוד האט קלאר געווינען די פייט, און וועט נאך געווינען שטערקער אין די קומענדיגע יארן, אפי' טעבלעטס האט ענדראוד מאסיוו אריינגעשניטן אין עפל, עס הייסט אז מיד-יער 2013 וועט ענדראוד איבערשטייגן עפל אין די טעבלעט מארקעט אויך (בד"וו 7 אינטש טעבלעט האט ווער געקאפיט?), נישט נאר דעס נאר קעניגזאהן אליינס וועט באחד מן הימים באנוצן א ענדראוד (לאו דוקא סעמסאנג, נאר וועלכע פירמא עס וועט דאן צושטעלן די בעסטע...), קעניגזאהן איז א עפל פען, איך בין 'נישט' א ענדראוד פען, איך קויף וואס איז די בעסטע, דערווייל עס אף נאו איז ענדראוד די בעסטע, אויב וועט עפל אדער א אנדערע קאמפעני איבערשטייגן ענדראוד, וועל איך קויפן יענע פאון, קענוגזאהן איז אראפגעבינדן צו עפל נישט קיין חיליק צו עס איז דא עפעס בעסער, און דערפאר טראגט קעניגזאהן היצט א אייפאון...

זונטאג דצמבר 16, 2012 2:10 am

ריק פערי, איך האב פאר דיר א געוואלדיגע גוטע פאון, אסאך בעסער פון די ענדרויט, סעמסאנג, גוגל, געלעקסי א.א.וו. די פאון האט אסאך א גרעסערע סקרין פון סעמסאנג, אסאך מער אפציעס, די פאון הייסט ״לעפטאפ״... האנדל דיר איין א לעפטאפ (אבער א ווינדאוס, חס ושלום נישט קיין עפל ווייל דו ביסט נישט קיין עפל פען) און אזוי רייס ארום, וועסט האבן דעם גרעסטען סקרין, העכסטנס וועסטו דארפן נוצן ביידע הענט צו מאכן א פאון קאל, אבער נישט געזארגט עס האט די מערסטע אפציעס, און די גרעסטע סקרין....

ענדרויט, געלעקסי, נאכן גוט קאפיערן דעם אייפאן פאון האבן זיי זיך ארויס געלאזט מיט צוויי גוטע סטראטעגיעס וויאזוי צו פיטערן זייערע קונדן, וויאזוי איז מען זיי מסביר פארוואס די ענדרויט איז בעסער פונעם עפל פאון, און וויאזוי ערקלערט מען פאר זיי אז זיי האבן נישט קאפירט דעם גרעסטען טעבלעט פירמע וואס הייסט עפל. ווייל יעדער וואס האט צוויי שווארצע אויגן אין קאפ, זעט ווי די עפל פירמע איז באשאפן געווארן אסאך פאר די גוגל געלעקסי האבן אנגעהויבען ארויס צו קומען מיט זייערע דעווייסעס... אלזא פאר די קומענדע פאר שורות לאמיר לאזן אז געלעקסי האט נישט קאפירט עפל נאר זיי זעען אויס זייער ענדליך...

איז די סטראטעגיעס איז פאלגענד, איינס, ווי ערווענט גייט מען אויסציען דעם פאון, מאכן א אנדערע טעקסשער, ארומדרייען אפציעס, אזוי וועט מען פאר די קונדען זאגן אז געלעקסי האט נאכגעמאכט א זייגער פירמע און בכלל נישט דעם עפל פירמע, זעסטו דען נישט די סקרין איז אנדערש, די פיטשערס און באטענס זענען אויף אנדערע פאזיציס, בקיצור, אונז געלעקסי איז בכלל נישט די בר פלוגתא פון עפל...
יעצט וויאזוי געט מען צו פארשטיין דעם עולם פארוואס געלעקסי איז בעסער פון עפל, קודם כל, אראפ מיט די פרייז (וואס מיר ווייסן אבער פארוואס, ״דו באקומסט וואס דו באצאלסט״) והשנית, מיר גייען ווייזן אז מיר האבן אסאך בעסערע אפציעס, ווי למשל, מען קען מאכן די פאון לענדסמאד ווען אימער, מיר וועלן אוועק נעמען די רעסטריקשענס פון עפל, מיר וועלן האבן א גרעסערע סקרין, אונז וועלן ערלויבן א עס. די. קארטל, ביי אונז וועט מען קענען ארויס נעמען די בעטערי, אונז וועלן האבן א פרי מארקעט, וכהנה וכהנה די אלע מינדערוויכטיגע אפציעס וואס א געלעקסי האלדער רעכענט דיר אויס פארוואס געלעקסי איז בעסער - וואס בדרך אגב רוב פון די סאפטווער אפציעס קען מען האבן אויף עפל ווען דו דזשעילברעקסט עס..

יעצט ווען דו נעמסט דעם עפל פאון אין איין האנט, און דעם געלעקסי אין א צווייטע האנט, ווערט די גאנצע סטראטעגיע צובלאזן ווי א זייפן בלאז, איינער וואס וויל זען דעם אמת, קען אפילו בלינדערהייט זען דאס שארפע קעגנגעזעצטע חילוק ווי הימל און ערד, קודם כל, דאס שארפקייט, און קלארקייט, וואס די עפל האט איז נישט נארמאל, און ווען דו נעמסט דעם געלעקסי זעט אויס ווי א בלאסע טינקעלע פאפיר, וואס שיינט אביסל ליכט אויף איר, איך רעד שוין נישט די עדווענדס אז עפל האט צוויי מאל אזויפיל אפליקאציעס ווי געלעקסי, זיי האבן איבער א מיליאן עפפס. עפל האט די בעסטע טאטש סקרין, עס איז א מציאות, עפל האט די בעסטע קעמרע, דאס איז א מציאות. אין עני קעיס, איך וועל נישט דא מאריך זיין מער מיט לאנגע הסברים, אבער איינער וואס וויל זיך באמת נישט נער׳ן זעט דעם טיעפן חילוק פון זיי ביידע.

האק דיר ארויס פון קאפ דאס אז ענדרויט ריקט זיך טיעפער פון עפל, ווייל עס זעט אויס אז דו ביסט נישט באהאווענט מיטן פאקט, ווען דו רעדסט פון טעבלעטס איז עפל ״די קינג אוו טעבלעטס״ די מערסט פאפולער דעווייס פון אלע טעבלעטס.

און איך וועל דיר דאס פארשטיין געבן מיט א משל:
ווען דו קומסט אריין אין א געשעפט און דו בעטס פאר א פרייז פון למשל א ספיקער, זאגט דיר דעם מוכר, איך האב צוויי קאמפעניס, איינס גייט פאר $20 דאלער, עס ארבעט און עס איז פיין, אבער נאכדעם האב איך איינס פאר $180 דאלער אבער דאס איז מעכטיג, עס קלאפט און ארבעט עפס מורא׳דיג. (נאכמער פון דעם, די ערשטע ספיקער פון $20 דאלער האט אלע פיטשערס און עס זעט אויס די זעלבע פון די $180 דאלערדיגע)

אוודאי קאסט די געלעקסי ביליגער, ווייל עס איז ביליגער, שוואכערע סחורה, מילד אין קוואליטעט. א נעקסעס, קאסט ביליגער ווייל עס איז ביליגער אין קוואליטעט, עס איז שוואכערע סחורה.

און יעצט ריק פערי, פאר דיר זאג איך, דו זאלסט בשום אופן נישט קויפן עפל פראדוקטס ווייל אויב פארשטייסטו נישט צו זיי, אדער דו זעסט נישט דעם הימל שרייענדע חילוק איז עס עובר בל תשחית, און דו זאלסט בלייבן מיטן נעקסעס און ענדרויט. די איינציגסטע אויסרייד פון א געלעקסי נעקסעס האלדער ווען מען פרעגט אים למה ועל מה? איז, דו ביסט א עפל פען. וואט די העק, ווען איך דרייוו א האנדא קאר בין איך א האנדא פען? ווען איך האב א קרויס שטריימעל בין איך א קרויס פען?
און אפשר ביסטו א געלעקסי פען??
איך דרייוו א האנדא ווייל איך האב דאס ליעב צווישען אלע צען צוואנציג פירמעס וואס איז דא, איך האב למשל א קרויס שטריימעל ווייל איך האב דאס ליב צווישן אנדערע 5 קאמפעניס, איך טראג עקא שיך ווייל איך גלייך דאס צווישן אלע אנדערע קאמפעניס, און איך האב א עפל פאון ווייל איך גלייך דאס זייער, אנטקעגן דעם איינציגסטע קאנקורענץ סעמסאנג וואס איז לא מיניה ולא מקצתו.
עס איז סל הכל דא צוויי סמארט פאון קאמפעניס, עפל און סעמסאנג (גוגל).
דאס מאכט מיר נאך נישט פאר א פען, איך ווייס אז דאס איז א פאפולערע זאך ביי די סעמסאנג האלדערס דאס צו זאגן אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק פון די פאקט אז זיי האבן א גאר מילד קוואליטי פאון.

אין אידיש גערעדט, לויט די מעלות ׳מאמע לשון׳ גערעדט, געלעקסי - נעקסעס, איז א שלעכטע, ביטערע טאבלעט, פשוט ״נישט שיין״, עס איז מיאוס,

ניין, איך בין נישט קיין עפל פען, איך גלייך נאר א גוטע, שיינע, סמארט פאון.

זונטאג דצמבר 16, 2012 10:09 am

איך שטיי און איך לאך... די מאכסט אזוי ליצנות פון די גרעסערע ענדראודס, סטיוו זשאבס האט זיך געשוואוירן ביי זיין באבעס בארד אז די אייפאון בלייבט ביי 3.5 אינטש, קוקט אבער אויס אז די קאנסומערס דארפן עפעס אנדערש, איז מען געגאנגען און מ'האט קאפירט ענדראוד און מ'האט 'אויסגעצויגן' דעם אייפאון, ויקרא שמו בישראל 'אייפאון 5 סייז אינאוועישן'.

קודם פריי איך זיך אז די האסט בתוך די דעמאגאגישע ווערטער אריינגערוקט עטליכע זאכליכע טענות, ווייל ווי ערווענט קען איך זיך נישט טענה'ן אויף מליצות, נאר אויף מציאות, אלזא להוי ודוע אז די 'קלארע שארפע' סקרין פונעם אייפאון טוט סעמסאנג פראדוצירן! יא, סעמסאנג איז די פראדוצירער פון עפפל'ס דיספלעיס, יעצט די אייפאון פארמאגט א PPI פון 326, און די געלעקסי פארמאגט א PPI פון 306, נישט קיין גרויסע חיליק, פלאס וואס די סעמסאנג געלעקסי סקרין פארמאגט די 'עמעלאד' טעכנעלאגיע וואס די אייפאון פארמאגט נישט, (די HTC די.ען.עי. פארמאגט א עכטע עיזש.די. סקרין 1080p מיט א PPI פון 440, קיינער האט נאך דערווייל נישט געביעט זייער סקרין), אלזא די סקרין איז קיין גרויסע נפק"מ.

ווי עס שיינט זענט איר נישט באקאנט מיט די פאקטן, עפפל האט געמאלדן אפיציעל ביי די אייפעד מיני עיווענט אז זיי פארמאגן 700,000 טויזענט עפפס אין זייער סטאר, גוגל האט געמאלדן אקטאובער 30 אז זיי פארמאגן... 700,000 עפפס, די זעלבע ווי עפפל, (אבער זיי וואקסן אויף א שנעלערע רעיט).

יעצט 'אלע' רעוויוערס פון סמארטפאונס אריינגערעכנט סינעט, פאון עריע, וויערפליי, טעק קראנטש, וכו', ביי זייער קאמפערעסן פון די געלעקסי אנטקעגן דעם אייפאון, האבן עס געגעבן פארן געלעקסי און נישט פארן אייפאון, נאכמער סינעט (שטארקע עפפל פענס געווען, מ'רופט זיי אפי' 'איי-נעט') האט היי יאר אויסגעקליבן דעם געלעקסי אז 'די פאון פונעם יאר', נומער איינס סמארטפאון העכער ווי די אייפאון, און די קעמערע איז אויך די זעלב. דער געלעקסי מיטן אייפאון ביי בילדער (מיט א סלייטלי עדווענטיטש פארן אייפאון), אבער פאר ווידעאוס איז דער געלעקסי בעסער ווי דער אייפאון (דא אויך, נאר סלייטלי בעסער נישט קיין גרויסע דיפערענס), הגם איך האב גערעדט פון ענדראוד בכלליות ווס איי או עס, און נישט פון געלעקסי ווס אייפאון, אבער אז די רעדטס פונעם געלעקסי האב איז געענטפערט פונעם געלעקסי.

טעבלעטס, אפאר יאר צוריק ביי עפפלס יערליכע צוזאמקום? האט עפפל געוויזן א טשארט פון די סמארפאון מארקעט, כדי ארויסצוהייבן ווי שטארק זיי זענען אנטקעגן די קאמפעטישנס, איז דארט געשטאנען (איך געדענק נישט פונקטליך די נאמבערס, אבער לדוגמא) אז דער אייפון פארמאגט 60% שעיר אנטקעגן 30% פאר ענדראוד, 10% די איבעריגע, א יאר דערויף האט שוין עפפל נישי געוויזן קיין טשארטס פון די סמארטפאון מארקעט, ווייל גוגל די 'קינג אף סמארטפאונס' האט איבערגענומען די מאכט.

די זעלבע איז מיט די טעבלעט מארקעט, עפפל האט געוויזן א טשארט עטליכע יאר צוריק ווי זיי פירן די טעבלעט מארקעט 90-10%, היי יאר איז עס געפאלן -לויט זייער טשארט אליינס צו 70-30%, און דאס איז די לעצטע טשארט וואס זיי ווייזן, ווייל גוגל גייט היי יאר איבערנעמען די טעבלעט מארקעט אויך, דאס איז די וועג ווי ס'האלטן יעצט.

בד"וו די געלעקסי איז אדורך אלע סטרעס טעסט, און עס פיין אדורך געמאכט, (זוך אויף די ווידעאו דערפון), וועגן פרייזן, קודם כל ניין, די סעמסאנג איז נישט קיין סאך ביליגער ווי די אייפאון, עס קאסט $199 מיט א קאנטראקט, די אייפאון קאסט די זעלבע, (8 GB, פאר נאך גיגאבייט דארפסטו צאהלן נאר $100 חחחח, די פאטן איז 'גארנישט' אנדערש, נאר נאך אביסל גיגאבייט, זיי מוחל און צאהל!...), די נאוט 2 קאסט $300, א.א.וו.

מיר דארפסטו אפי' נישט זאגן אז איך זאל נישט קויפן קיין אייפאון, עס גייט סייווי נישט געשעהן יעצט, נאר אויב עפפל וועט ווערן בעסער ווי דעם ענדראוד.

נאך איין זאך, די אייפאון איז נישט קיין סאך עלטער ווי ענדראוד, די ערשטע אייפאון איז געווען אין 2007, א יאר דערויף 2008 איז די ערשטע ענדראד ארויס, און פאר א באונעס קוקדא
שרייב א תגובה

Advertisement