בלאט 9 פון 29

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 9:31 am
דורך שמעק_טאביק
משיח האט געשריבן:שכוח יעדער וואס העלפט ארויס.

איך האב ספרינט. זאגסטו אז ענדרויד איז בעסער ווי אייפאון. איך הער.


פארשטייסט נישט פארוואס איך שטופ אנדרויד איבער דעם איי.פאון? יזכר לך עתה אתמול אשר דברת:


משיח האט געשריבן:איך דארף א פאון וועלכע איז גוט:

* טעקסט מעסידזעס און אימעילס וואס איך נוץ אסאך - וואס דאס מיינט אז איך ברויך א גוטע און געשמאקע קי בארד,
* אינטערנעט (קלאר און שנעל)


איי.פאון האט נישט קיין קיבאורד, און נישט קיין 4G. ממילא האב איך רעקאמענדירט די אנדערע לויט דיין פארלאנג. פארשטאנדתא? נישט ווייל ס'איז "בעסער", נאר ווייל עס איז צוגעפאסט צו דיין פארלאנג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:23 am
דורך DotCom
שמעק_טאביק האט געשריבן:פארשטייסט נישט פארוואס איך שטופ אנדרויד איבער דעם איי.פאון? יזכר לך עתה אתמול אשר דברת



אויב ביסט רעדי מ'זאל צוריקקומען צו דיר מיט טענות דעמאלט קענסטו רואיג מייעץ זיין ענדרויד, און א מזל טוב פאר דיין נייע פול טיים דזשאב, איך קום פון דארט....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 11:41 am
דורך leiby
Yes_or_no האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:אגב איז דא א ריזען אייפאון אפפס קאסטן געלט? סתם זיך צו האלטן הויעך?
למשל וואטס אפפ, איז איבעראל אומזיס חוץ אויפן אייפאון.



What's app is free on the iPhone.
.

ווי האסטו עס פרי?
http://itunes.apple.com/us/app/whatsapp ... 33997?mt=8

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 12:43 pm
דורך שמעק_טאביק
DotCom האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:פארשטייסט נישט פארוואס איך שטופ אנדרויד איבער דעם איי.פאון? יזכר לך עתה אתמול אשר דברת



אויב ביסט רעדי מ'זאל צוריקקומען צו דיר מיט טענות דעמאלט קענסטו רואיג מייעץ זיין ענדרויד, און א מזל טוב פאר דיין נייע פול טיים דזשאב, איך קום פון דארט....


פון וועלכע פול-טיים דזשאב רעדסטו?

(אגב, מר. דאט קאם. וואס איז געשעהן מיט דיין אוועטאר? קפצה עליו זקנה נעבעך, אזוי יונג?.....)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 12:58 pm
דורך DotCom
שמעק_טאביק האט געשריבן:פון וועלכע פול-טיים דזשאב רעדסטו?

(אגב, מר. דאט קאם. וואס איז געשעהן מיט דיין אוועטאר? קפצה עליו זקנה נעבעך, אזוי יונג?.....)


ס'איז לבדיחה בעלמא, בעגינער'ס האבן א שווער פעלד פון אנפאנג מיט ענדרויד, און יעדע מיסד קאל, אדער ווער רעדט נאך ווען א עפפ גייט נישט וכדו' זענען זיי געקומען צו מיר צו לויפן, און איך בין אוודאי געווען שולדיג ווייל איך האב עס רעקאמענדעט, וועגן דעם בין איך אייביג מייעץ פאר אזעלכע צו גיין מיט אייפאון, וואס איז גרינגער זיך אויסצוקענען פון באקס ארויס, אויב איז עס אבער איינער וואס כאפט די זאכן שנעל, בין איך יא מייעץ ענדרויד קודם, בעיקר ווייל עס איז מער פלעקסיבל און קאסטאמייזעבל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:05 pm
דורך משיח
איך נוץ א בלעק בערי שוין פאר א משך זמן ממושך, און א קאמפיוטער נאך לענגער.
איך גלייב נישט איך וועל האבן א פראבלעם מיט אן אנדערע סמארט פאון מיט יעדע קלייניקייט.
אי משום הא, וואלט איך נישט גענוען "קודם" א אייפאון און נאכדעם א ענדרויד,
איך וויל נאר וויסן וועלכע איז מער צום זאך , קלאר, גרינג און פראקטיש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:38 pm
דורך Yes_or_no
leiby האט געשריבן:
Yes_or_no האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:אגב איז דא א ריזען אייפאון אפפס קאסטן געלט? סתם זיך צו האלטן הויעך?
למשל וואטס אפפ, איז איבעראל אומזיס חוץ אויפן אייפאון.



What's app is free on the iPhone.
.

ווי האסטו עס פרי?
http://itunes.apple.com/us/app/whatsapp ... 33997?mt=8



here is the thing when I got it when it came out and it was for free. now they charge you 0.99 anyhow for the android they charge you 1.99 per year so its comes out cheaper with the iphone.

now that it cost money I won't recommend this app for anyone instead use Group me that is for free and works even for non smart phone. google it to find out how it works. I think group me is batter because its free.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:52 pm
דורך אךשמח
Yes_or_no האט געשריבן:[

here is the thing when I got it when it came out and it was for free. now they charge you 0.99 anyhow for the android they charge you 1.99 per year so its comes out cheaper with the iphone.

now that it cost money I won't recommend this app for anyone instead use Group me that is for free and works even for non smart phone. google it to find out how it works. I think group me is batter because its free.
[/quote]
איך נוץ וואטסעפפ אויפן ענדרויד א לענגערע צייט, און איך האב טאקע געליינט ערגעץ איבער די 1.99 אבער איך האב נישט קיין השגה וואס דאס איז און ווען איך גיי גע'טשארדזשט ווערן.

איבער דעם עפפ בכלל וועל איך שרייבן אין דעם ספעציעלן עפפס אשכול, ווייל איך האב פיל צו שרייבן איבער דעם און אנדערע טשאט עפפס (א רגע, אפשר האב איך שוין געשריבן דערוועגן????).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:57 pm
דורך אךשמח
DotCom האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:פון וועלכע פול-טיים דזשאב רעדסטו?

(אגב, מר. דאט קאם. וואס איז געשעהן מיט דיין אוועטאר? קפצה עליו זקנה נעבעך, אזוי יונג?.....)


ס'איז לבדיחה בעלמא, בעגינער'ס האבן א שווער פעלד פון אנפאנג מיט ענדרויד, און יעדע מיסד קאל, אדער ווער רעדט נאך ווען א עפפ גייט נישט וכדו' זענען זיי געקומען צו מיר צו לויפן, און איך בין אוודאי געווען שולדיג ווייל איך האב עס רעקאמענדעט, וועגן דעם בין איך אייביג מייעץ פאר אזעלכע צו גיין מיט אייפאון, וואס איז גרינגער זיך אויסצוקענען פון באקס ארויס, אויב איז עס אבער איינער וואס כאפט די זאכן שנעל, בין איך יא מייעץ ענדרויד קודם, בעיקר ווייל עס איז מער פלעקסיבל און קאסטאמייזעבל.


איך ווייס נישט וועם דו מיינסט "בעגינער", ווייל אויב פארשטיי איך די דעפיניציע פון "בעגינער" פאסט איך זייער אריין דארט, און איך פאר זייער פיין און גוט מיט מיין ענדרויד פון "דעי וואן", און אמת אז איך נוץ עס פאר אלעם אויסער רעדן, וואס מיינט אז איך ווייס נישט וועגן קיין 'מיסד קאלס' אבער עפפס האבן אלעמאל געארבעט, סיי ביי מיין איווא 4 און סיי ביי מיין נייערע איווא טרי די. און דערווייל, ווער פון מיינע ידידים וואס האבן די כלי, און יא, אויך די וואס האבן די ביליגערע סארט, זענען זייער צופרידן דערפון. (אט האב איך געטראפן מיין פריינט וואס איז אראפגעפארן פון מיין בב ליסטע, און זיך געקויפט א ביליגע ענדרויד, איז אזוי צופרידן דערפון, און איך זעענדיג זיין פאון האב איך צו מיר געטראכט, א רגע, זיין פאון איז דאך גארנישט קעגן מיינע....)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:21 pm
דורך leiby
יא כ'ניץ שוין לאנג גרופ מי.
איין מורא'דיגע מעלה, מ'קען טשעטן אויפן פיסי מיט די גרופ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:47 pm
דורך תרגום יונתן
:-e;/ :-e;/ כליפ כליפ, כ'האב אפגעטייפט א לאנגס און א ברייטס איבער מיין נייע דרויד 4, און אלעס איז ליידער שטעקן געבליבן ערגעץ אויף די אינטערנעצן. יעצט, נאכ'ן מאכן א קאווע זיך צו בארואיגן, וועלן מיר פרובירן נאכאמאל.
--

איך האב געקויפט א דרויד 4, איך בין זייער צופרידן דערפון.

--
אך.. כ'בין נאך אלץ צושטורעמט. ענאדער קאפי פליז!

באלד וועל איך פרובירן נאכאמאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 4:47 pm
דורך מומחה עצום
Yes_or_no דו רעדסט דאך צום זאך, וואס גייט דיר אן צו שרייבן אין אידיש? ס'האלט אן די היימישקייט פונעם פלאץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 6:03 pm
דורך תרגום יונתן
ווי כ'האב אויבן געשריבן, האב איך מיר איינגעהאנדלט דעם נארוואס ערצייגטן דרויד 4 פון ווערייזאן און איך בין זייער צופרידן דערמיט.

קודם פון וואו איך קום:

ביז פאר ארום דריי יאר צוריק האב איך נאך געהאט א פשוט'ע נאוקיא פאון מיט צען-צוועלף קנעפלעך, די פאון האט מיר זייער גוט געדינט, ביז איך האב באשלאסן מיך צו ברעכן און קויפן א סמארטפאון. בעיקר צוליב צוויי סיבות.

ערשטנס, איך האב אנגעהויבן ניצן מיין פאון מער און מער פאר נאטיצן און חשבונות, און כ'האב געמוזט האבן א נארמאלערן קיבאורד. צווייטנס, און דאס איז נאך וויכטיגער ווי די ערשטע סיבה, וויבאלד איך מוז צוליב מיין פאך מיך קענען פארבינדן צום אינטערנעט ווען אימער, האב איך געוואלט האבן א פאון וואס קען אויך זיין א מאדעם, אזוי וועל איך קענען ארויסווארפן דעם אינטערנעט פון שטוב.

איך וואלט געקענט ניצן א מייפיי קארטל (אדער ענליכס), אבער איך האב נישט געהאלטן ביים זיך שלעפן מיט נאך א שמיטשיקל אין טאש, זינט איך וואלט דאס נישט געלאזט אין שטוב אליין. בכלל, אויף מיין פאון קען איך האלטן א שטערקערע עינא פקיחא (עס גייט זייער זייער זעלטן ארויס פון מיין רשות) ווי אויף א קארטל.

איך האב מיר איינגעהאנדלט א בלעקבערי, קודם האב איך געהאט ספרינט, נאכדעם ווערייזאן. איך בין געווארן פיל מער פראדוקטיוו. נישט נאר ווייל מיינע בעלי בתים האבן מיר שוין געקענט שיקן אימעיל ווען אימער, נאר ווייל איך האב עס געניצט פאר בוכהאלטעריי, נאטיצן האלטער, פראיעקט פלענער וכו'. בלויז פאר די רימיינדערס אליין האט זיך עס געלוינט. (איך האב געקויפט אן עפפ ToDo Matrix).

די מאדעם האט זיך אויך גאר גוט אויסגעארבעט, נאכ'ן עס אויספראבירן פאר עטליכע וואכן, האב איך ארויסגע'זרק'ט דעם אינטערנעט פון שטוב.

למעשה, האט מיר די בלעקבערי ענדליך אנגעהויבן גיין אויף די נערווען. די זייגערעל (פאר קיין שום איד געוואונטשן) פלעגט זיך באווייזן יעדע שטיק צייט. די קליינע סקרין האט מיר אויך אנגעהויבן שטיין אין וועג. ניצענדיג די פאון אלס א מאודעם, האט ער געקענט חלש'ן עטליכע מאל א טאג, און יעדעס מאל בין איך סערווירט געווארן צו די פינעף מינוטיגע, בלעקבערי טרעידמארקד, ערמינטערונג פראסעס (ריסטארט בלע"ז).

נאכן צוריקהערן איבער די שנעלקייט פון די נייע 4G נעטווארק, האב איך באשלאסן אז מיין נייע פאון גייט זיין איינס וואס קען ארבעטען דערויף. דאס האט אויטאמאטיש אויסגעשלאסן אייפאון, אדער א נייערע בלעקבערי. נישט אז איך האב געפלאנט נאכאמאל צו קויפן א בלעקבערי, אבער איך האב מיך דאך אביסל אומגעקוקט אויף די נייערע ווערסיעס און איך בין נישט איבערגענומען געווארן דערפון. ס'איז כרחוק מזרח ממערב די חילוק צווישן בלעקבערי און די נייערע אייפאון\ענדרויד פאונס.

די אייפאון האב איך אויך אויספראבירט. אפילו עס האט נישט 4G, האב איך געוואלט זיכער מאכן אז איך וועל נישט חרטה האבן. מיינע בעלי בתים, עטליכע קאלעגן און חברים האבן אזוינס, און כ'האב מיך געשפילט דערמיט. זינט איך ניץ אזויפיל די קיבאורד אויף מיין פאון (שוין אפגעמעקט עטליכע אותיות) האב איך מיך נישט געקענט זען קויפן א פאון אן א קיבאורד, וויפיל איך האב פרובירט מיך צוגעוואוינען צו די אנסקרין קיבאורד, איז עס נישט געווען קיין פארגלייך צו א פיזישע קיבאורד. אויסער די קיבאורד און 4G, האב איך נישט געזען קיין גרויסע חילוקים צווישן ענדרויד און אייפאון, און אנדערע ווערטער איך פארליר גארנישט פון גיין מיטן ענדרויד.

פונקט האב איך געזען אז ווערייזאן קומט ארויס מיט די נייע דרויד 4 (פון מאטאראלע), און דאס וועט האבן, חוץ אלע געווענליכע מעלות, א גאר גוטן קיבארוד. האב איך באשלאסן זהו זה, און אויסגעווארט די עטליכע וואכן ביז עס קומט ארויס. לעצטע וואך פרייטאג, בין איך אריין אין א ווערייזאן געשעפט, און נאכ'ן זיך ארומשפילן דערמיט פאר צען-פופצען מינוט, האב איך עס געקויפט.

די מעלות:

שנעל (פאוערפול) איז נישט דאס ווארט. א יעדע זאך וואס איך טוה דערויף איז אינסטענט. עפענען עפפס, אינסטאלן עפפס, סוויטשן עפפס, רענדערן וועבסייטס (אפילו אויף 3G איז דאס פיל שנעלער ווי מיין אלטע בלעקבערי). די פאון האט צוויי פראסעסארס, דעריבער קען עס טוהן פיל מער זאכן אויפאיינמאל און וועט נישט פריזן.

4G איז אבנארמאל שנעל (ספיד), ספידטעסטס קענען מיר ווייזן 6MB\8MB (דאונלאוד\אפלאוד), עס איז שנעלער ווי די קעיבל וואס איך פלעג האבן. איך קען נישט גלייבן אז איך האב נאך אפילו געקווענקעלט צו איך זאל נעמען אן ענדרויד (אייפאון באקומט 4G סוף יאר).

אויף 4G קען מען רעדן און ניצן די אינטערנעט בענאזאם. אין די קארגע וואך וואס איך האב דעם פאון איז מיר עס שוין עטליכע מאל אויסגעקומען צו ניצן. (איך קען זיין קאנעקטעד צום אינטערנעט דורכ'ן פאון, און רעדן צו קאלעגן).

די קיבאורד איז א נחת צו ניצן. די פאקט אז ס'האט קנעפלעך פאר נומערן און וויכטיגע סימבאלס, מאכט עס שוין בעסער ווי מיין אלטע בלעקבערי.

אימעיל איז זייער שיין און שנעל, ער האט זיך גארנישט וואס צו שעמען פונעם בלעקבערי. (דאס איז עפעס א מין אויפגעטראכטע שטות, אז בלעקבערי האט די בעסטע אימעיל. די גאנצע גוטסקייט פון בלעקבערי אימעיל איז נאר ווען ס'איז אנגעבינדן צו א BES סערווער, אן דעם איז עס מיט גארנישט בעסער ווי די אנדערע פאונס).

די סקרין איז שיין גרויס. נאכדערצו מיט א פיזישע קיבאורד, טוהט נישט די אנסקרין קיבאורד אוועקנעמען פלאץ פאר זיך. ווען איך טייפ אידיש, וואס איז אביסל קאמפליצירט אויף די פיזישע קיבאורד, זע איך וואסערע מעלה דאס איז. פאר מיר איז די סקרין שיין קלאר און שארף, אנדערע פאונס קען זיין האבן נאך בעסערע סקרינס, אבער לכאורה, פאר'ן טעגליכן (ביזנעס) באנוץ, מאכט דאס נישט קיין חילוק.

די חסרונות:

די SD סלאט איז באהאלטן אונטערן דעקל, און עס איז זייער שווער צוצוקומען דערצו. זיי שיקן מיט עפעס אז מין שליסל (מען קען אויך ניצן א נאדל) צו עפענען דעם דעקל. דער וואס האט דאס ערפינדן מוז זיין גוט פארריקט. איי מין, קאם-אן.. ס'איז 2012. מיין בלעקבערי האט מען געקענט ארויסנעמען דעם קארטל גרינגער פון דעם.

די באטערי איז נישט-ריפלעסיבל. דאס איז א גרויסע פראבלעם, זינט 4G טרינקט אסאך באטערי, און א ריפלעסמענט וואלט געקענט צומאל צוניצקומען. ס'איז דא צובאקומען עקסטערנעל באטעריס אבער ס'איז אומבא'טעמ'ט זיך צו שלעפן מיט א צווייטע צוגעטשעפעטע באטערי ווען מ'וויל ניצן דעם פאון. געווענליך ניץ איך 3G וואס ניצט ווייניגער באטערי, צום בראוזען איז עס גענוג. ווען איך וויל עפעס דאונלאודן צינד איך אן 4G. צו ניצן די ווייפיי האטספאט מיט 4G שטעק איך ממילא איין די פלאג, ווייל אז נישט איז מיר די באטערי ליידיג נאך דריי-פיר שעה.

(ס'איז דא פון מאטאראלע די Razr MAXX וואס האט די שטערקסטע באטערי אויף א 4G פאון, אבער אן א קיבאורד).

ס'קומט פיל סאשעל עפפס, די שטותים אינטערעסירט מיך נישט. פעיסבוק, טוויטער שמיטער וכת דילי'. ווען מ'וואלט עס ווען געקענט ארויסנעמען וואלט געווען איין זאך, עטליכע קען מען טאקע. אבער רוב לאזן זיי נישט אנאינסטאלן. באהאלטן קען מען דאס, אבער ווי איך פארשטיי טוהט דאס נאכאלץ טרינקן באטערי זאפט. ס'איז דא וועגן זיי אומשעדליך צו מאכן, אבער קודם דארף איך רוטן דעם פאון. ווען כ'על האבן צייט דערצו, וועל איך פרובירן.

זייטיגע נאטיצן:

ווערייזאן זאגט מיר אז מיין פלאן איז לאקד אין פאר אנלימיטעד דאטא, געבענטשט זאלן זיי זיין. איך ווייס נישט צו איך ניץ אזויפיל דאטא, דערווייל ווייזן זיי אז איך האב שוין פארניצט ארום 1.9GB אין קוים איין וואך.

די פאון בעצם (די פאון חלק דערפון) איז זייער פיין, עס איז געשמאק און מען הערט זייער קלאר. אביסל מאכט מיך נערוועז די פרעים פונעם פאון, מיין אויער איז נישט געוואוינט דערצו. איך וועל מיך מוזן צוגעוואוינען דערצו.

עפפס זענען דא לרחצה, גענוג און נאך פאר אומזוסט.

איך מיין דאס אידאס פאר יעצט, איך שרייב און שרייב, גיי ווייס פארוואס. אפשר צו נקמה נעמען אין די פארשאלטענע רוח וואס האט פארכאפט מיין פאריגע תגובה. עניוועי, קטרל A, קטרל C, שיק עס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 6:25 pm
דורך שוטה
ווי אזוי האסטו עס געמאכט פאר א האט ספאט, האסט עס גערוטעד?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 6:45 pm
דורך leiby
פשי זיך אנגעשטרענגט א צווייטע מאל צו מהנה זיין די חבירים,
שכוח פאר די קלארע ריוויא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:11 pm
דורך געלעגער
א הערליכע און רייכע רעוויו תרגום'ל.
חוץ פון דעם וואס דיין שריפט איז זיס און בא'טעמ'ט.
מאכט אייך באקוועם צווישן אונז, מיר גלייכן אזאנע ווי אייך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:37 pm
דורך שמעק_טאביק
נאך אזא תרגום יונתן, דארף מען שוין גארנישט... הערליכע, און נוצבארע באריכט!

די חסרונות וואס דו שרייבסט דא ווערט ארומגערעדט אויפן געוועב. מענטשן זענען זייער בייז אויף מאטאראלע, סיי צוליב די נאן-ריפלעיסעבל באטערי, און סיי צוליבן באגראבן דעם SD קארטל מאחורי הפרגוד, אונטער שלאס און ריגל... (אלץ בעסער פונעם אייפאון וועלכע האט בכלל נישט קיין קארטל).

קיפ איט אן, לאז וויסן וואס נאך דו האסט צו זאגן, לטוב או לרע...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 8:38 pm
דורך DotCom
leiby האט געשריבן:פשי זיך אנגעשטרענגט א צווייטע מאל צו מהנה זיין די חבירים,
שכוח פאר די קלארע ריוויא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 8:49 pm
דורך בחורהזעצער
תרגום; אוי ביזטו גוט... די שמאלץ פון דיין לשון האט מיך פעט געמאכט...

בד"וו, איך האב אמאל געהאט א פאלם טריאו וואס די ס"ד איז אויך געווען באהאלטן, עס האט מיר גענומען עטליכע שעות צו געוואר ווערן אז עס באזיצט אזא לאך בכלל.

א מין וועלט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 9:53 pm
דורך בלעקבערי פען
לויט ווי איך זעה האט זיך די מידעיא צוגעכאפט לעצטענס צום נייען ווינדאס פאן

לויט ווי זיי זאגען איז עס זייער רעלייעבעל גיטע בטערי און אויפען וועג ארויף אריין צוקימען און די מארקעט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:20 pm
דורך תרגום יונתן
שוטה האט געשריבן:ווי אזוי האסטו עס געמאכט פאר א האט ספאט, האסט עס גערוטעד?

ניין, ווערייזאן האט אן עפפ דערפאר, זיי בעטן $30 דאלאר עס צו ניצן. ס'איז דא אן אנדערע עפפ, פאקסיפיי, וואס טוט די זעלבע, איך האב נישט פרובירט צו עס ארבעט אן באצאלן די איבעריגע געלט פאר ווערייזאן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:34 pm
דורך בלעקבערי פען
תרגום יונתן האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:ווי אזוי האסטו עס געמאכט פאר א האט ספאט, האסט עס גערוטעד?

ניין, ווערייזאן האט אן עפפ דערפאר, זיי בעטן $30 דאלאר עס צו ניצן. ס'איז דא אן אנדערע עפפ, פאקסיפיי, וואס טוט די זעלבע, איך האב נישט פרובירט צו עס ארבעט אן באצאלן די איבעריגע געלט פאר ווערייזאן.


אבער איך מיין אז דאס איז נישט אנלימיטעד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:58 pm
דורך תרגום יונתן
די דאטא לימיט האט מיט די פלען, נישט מיט די עפפ. מיין פלען האט אנלימיטעד דאטא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 11:01 pm
דורך בלעקבערי פען
Yes_or_no האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:אגב איז דא א ריזען אייפאון אפפס קאסטן געלט? סתם זיך צו האלטן הויעך?
למשל וואטס אפפ, איז איבעראל אומזיס חוץ אויפן אייפאון.



What's app is free on the iPhone.

And the reason it will cost more in the long run is becaus a lot of apps that are free on the android OS cost money on the iPhone. Why? I don't know.

I have the iPhone but still the galaxy is as good as the iPhone except for a couple of things.



but still the iphone is as good as the galaxy except for a couple of things.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 11:03 pm
דורך בלעקבערי פען
תרגום יונתן האט געשריבן:די דאטא לימיט האט מיט די פלען, נישט מיט די עפפ. מיין פלען האט אנלימיטעד דאטא.

ביי ספרינט אפי' מען האט אנלימיטעד דעטא

אבער אויב ניץ מען די האט ספאט געבען זיי נאר א געוויסע סכום