איי פאון אדער ענדרויד

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

פער בריסטאו האט געשריבן:דרויד מיני איז נישט אזוי קלאר,
די עס פאר מיני איז פיין לויט וויפעל איך האב געהערט.

וואס רעדסטו? דער דרויד מיני פאקט איין די S4 מיני מיט קלארקייט (342 ppi). (דער S4 מיני איז בלויז 256 ppi). עס איז אפילו קלארער ווי די אייפאן (326 ppi). נאר נישט אזוי קלאר ווי דעם גרויסן S4 וועלכע פארמאגט 441 ppi

דרויד מיני איז א עקסעלענט טשויס, עס איז איינע פון די בעסטע פאונס וואס מאטאראלע האט אמאל ארויסגעגעבן, און איז גארנישט אונטערשטעליג פון זיינע גרעסערע ברודערס, די MAXX און די ULTRA, כאשט זיי האבן AMOLED סקרינ'ס (וואס איך גלייך ממילא נישט). עס איז א מחיה שנעל און האט די זעלבע מח ווי די אנדערע מאטאראלע'ס, און מאטאראלע איז זייער רעלייעבל, און לעצטנס זענען זיי בעסער געווארן זייט זיי האבן זיך צאמגעשטעלט מיט גוגל. וואס יא? דער קעמרע איז נישט אזוי מעכטיג ווי דער אייפאן אדער גאלעקסי, אבער אייגענטליך בכלל נישט שלעכט, נאר נישט טאפ אף די ליין.
דער עיקר פראבלעם דערמיט איז אז עס איז נאר אוועילעבל אויף ווערייזאן, און אויב ביסטו ערגעץ אנדערש קענסטו דאס נישט האבן.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

אבער דער טאטש איז אויך עפעס נישט ווי דער אייפאון אדער געלעקסי.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

אוטש! איך מאך דא א טעות מיט די razr m,
אז מען רעט שוין וואס איז די חילוק פון די razr m ביז די דרויד מיני?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מומחה עצום האט געשריבן:די אייפאון איז מער סטאביל, מ'קען עס לייכט פילטערן און האט א גוטע בעטערי לייף.

די איינציגסטע חסרון איז מראית עין


חיים מענדל פלעגט זאגן אז בעצם ברויכט ער נישט קיין גלעזער. ער קען זען א מייל ווייט א נאדל שפיץ וכו'. די סיבה פארוואס ער גייט איז נאר משום מראית העין...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

וואס איז מער בא'טעמ'ט די דרויד מיני אדער די געלעקסי מיני?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

בעיקר דער קעמרע איז אביסל בעסער אויפן געלעקסי מיני.
דער דרויד מיני האט א געוואלד מיט מעלות וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט. כמעט אלע פונקציעס וואס די שטארק-אויפגעכאפטע MOTO-X פארמאגט.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

עס די קארד?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

ניין
מאטאראלע האט ליידער געענדיגט דערמיט. א שאד.
אבער זיי געבן פאפרי 50 ג"ב אויף גוגל דרייוו פאר 2 יאר (ווילאנג מען האלט געווענליך דעם פאון).
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

משנה מקום האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט אז אזויפיל פאונס זאלען זיך ציברעכען איך האב מורא אז עס איז עפעס וואס די טיסט למשל ווי די האלסט עס אדער וואס


פארגעס נישט אז די ערשטע איז די איינציגסטע וואס איז געווען ניי, די אנדערע זענען געווען ריפוירבישד.

און דער אמת איז אז איך אליינס האב עס אויך נישט געגלייבט, און דערפאר טאקע האב איך מיר געקויפט א מאופי דשוס פעק צו פארלענגערן דעם בעטערי לייף, און דאס האב איך ערשט געקויפט ביים דריטן מאל, אבל מה יעשה הבן, וואס זאל איך טוהן אז איך האלט שוין ביים דריטן, און יעדעס מאל אנדערע פראבלעמען. איך מיין אז דריי מאל איז גענוג א טשענס און איך גיי מיר זוכן אנדערע גליקן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

שמעק_טאביק האט געשריבן:ניין
מאטאראלע האט ליידער געענדיגט דערמיט. א שאד.
אבער זיי געבן פאפרי 50 ג"ב אויף גוגל דרייוו פאר 2 יאר (ווילאנג מען האלט געווענליך דעם פאון).

סאו למעשה וויפעל גיג קען איך האבן?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך בין אויף ווערייזאן.

יעצט לאמיך פשוט מאכן חזרה אויף וואס איך האב געהערט דא.

דרויד מיני איז זייער גוט, (אויסער די קעמערע וואס איז נישט טאפ אוו די ליין) און דער מוח זיינער איז אויך נישט שוואכער ווי דער גרעסערער.

וואס טיצעך מיט דעם געלעקסי עס 4?

למעשה זעה איך אויף סי-נעט אז זיי שטעלן דעם מאטאראלע דרויד מעקקס אז "דער בעסטער" ענדרויד פאון, נאך בעסער פון דעם עס 4

און אויך זעה איך אז זיי געבן דעם דרויד מיני גאנץ פיינע ריוויוס, אבער זיי טענה'ן אז אויב שוין גיין פאר דעם מיני, זאל מען ענדערש נעמען דעם עקס, וועלכער איז נאר מיט א משהו גרעסער, נאך אלץ קלענער פון די אנדערע טעלעפאנען, אבער איז דאך בעסער פון דעם מיני.

נו, וואס זאגט דער עולם.

און בעיקר, וואס איז די מעשה מיט די 50 פרי גיג אויף גוגל דרייוו, אויב איך מעג פרעגן וואס איז דאס גוגל דרייוו, און וויזוי ארבעט דאס, דאס טוט ריפלעיסן דעם עס די קארטל? איז עס בעסער, ערגער, פליז אויב איינער קען מיר עקספלעינען וואס דא טיצעך.

ותשועה ברוב יועץ
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

גוגל דרייוו איז אזוי ווי i cloud די קענסט האבן וויפעל סטאריטש די ווילסט,
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך ווייס נאך נישט וואס דאס איז, ווייל איך ווייס נישט ווואס איי קלאוד איז אויך נישט, איך פארשטיי אז מען קען האבן מער סטארידש, אבער אויב מען קען בעסער ענטפערן מיינע פראגעס צו דעם וואלט איך מער הנאה געהאט.

יישר כח
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

I cloud איז, טאמער די דארפסט נאך סטאריטש צו האלטען דיינע זאכן קענסט עס האלטען דארט, עס איז אנדערש ווי ביי א עס די קארד ווייל עס די קארד דארפסטו נישט האבען קיין אינטערנעט צו זען דיינע זאכן אבער ביי i cloud און אויך ביי גוגל דרייוו קענסט עס נאר זען ווען די האסט אינטערנעט עקססעס.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

די דרויד מיני מיז איך האבן א קאנטראקט ביי verizon? אדער איך קען למשל האבן אויף דעם page plus service?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

האב איך יעצט אריינשפאצירט אין א ווערייזאן געשעפט און אביסל אויסגעפרעגט א סעילסמאן דארט, זאגט ער מיר אזוי:

דער מיני איז א פיינער פאון, אבער שוואכע בעטערי לייף. דער עקס איז פיל בעסער, אבער נישט קיין סאך בעסערע בעטערי לייף. די בעסטע בעטערי לייף איז דער דרויד מעקקסס.

אבער אויב וויל איך אן אוועראל בעסטע פאון זאגט ער מיר איך זאל נעמען דעם על דשי דשי 2, ער זאגט אז עס האט די בעסטע פראסעסאר, און אויך גאר א גוטע בעטערי לייף, נישט אזוי גוט ווי דער מעקקסס, אבער כמעט אזוי גוט, און ער זאגט עס איז אויך זייער סאליד און וועט (האפענטליך) האלטן פאר יארן.

וואס זאגט דער עולם צו דעם.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כאטש איך האב עס נאכנישט געזען אין ריעל לייף, קוקט אבער דער LG G2 אויס צו זיין א מעסיוו גוטע פאון, כמעט אלע מעלות.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

ער וויל דיר פארקויפן א LG אבוויעסלי. עס איז נישט קיין שלעכטער פאון, אבער אפילו דער פראסעסאר איז טאקע א טראפ שנעלער, וועסטו נישט באמערקן קיין חילוק 99% פון די צייט, חוץ אויב שפילסטו העווי געימס דערויף.

די מאטאראלע דרויד Maxx האט די בעסטע בעטערי לייף. פינטל. עס קען האלטן קרוב צו 2 טעג. די אנדערע טעלעפאנען וועלן האלטן ארום 8-10 שעה א טשארדזש.

די דרויד מיני האט א גרעסערע סקרין ווי דעם אייפאון (4.3 ווס. 4.0). אבער איז נישט קיין סאך גרעסער אין סייז, וויבאלד די מיני האט די סקרין כמעט עדזש טו עדזש. עס האט א חסרון אז עס איז גליטשיג פון בעק. עכ"פ איך האב עס רעקאמענדירט פאר דעם וואס האט געוואלט וויסן וועלכע פאון ער קען האבן נישט צו גרויס. דער LG G2 איז זייער גרויס, און אויך האט עס קאנטראלס אין בעק וואס אסאך גלייכן נישט, אבער באדעם ליין, אלע פאונס זענען גוט כל אחד לפי בחינתו.

גוגל דרייוו איז אנליין סטארעדזש, קענסט ארויפלייגן מיט יעדע דזשימעיל אקאונט געווענליך 15 גיג פאר פרי, און עקסעסן די פיילס אויפן פאון אדער סיי וואו מיט אינטערנעט עקסעס. מען קען צוקויפן נאך סטארעדזש פאר געלט, אבער מאטאראלע גיבט דיר 50 גיג פאר 2 יאר אומזיסט מיט דיין אקאונט. מען קען אויך האבן אויף אנדערע פלעצער סטארעדזש, מייקראסאפט אויף סקיי דרייוו גיבט 7 גיג, און מען קען צוקויפן נאך. דער חסרון איז, ווי פריער דערמאנט, אז מען דארף האבן אינטערנעט צו האבן עקסעס צו די פיילס. און אויב ביסטו אויף די קאמפאניס נעטווארק (ד.ה. נישט ווייפיי) קאסט עס דיר דאטא. אבער לויט ווי עס קוקט אויס איז דאס דער צוקונפט פון סטארעדזש.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מיינסט 'one drive' וואס פלעגט הייסן סקיי דרייוו! זיי געבן זיבן גיג.

ביי קאפי.קאם באקומסטו צוואנציג.
ביי מעגא מיינעך אז פופציג.
ביי באקס.קאם געדענק איך נישט אפעציעל אבער מ'קען שאפן פופציג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

שמעק, א ריזיגער שקויעח, איך האב מורא'דיגע הנאה פון דיינע תגובות, געשריבן ריכטיג בטוב טעם ודעת, מען זעהט אז דו ווייסט וואס דו רעדסט און אז דו האסט ליב צו העלפן א איד.

אצינד אזוי, איך נוץ ממש נישט קיין געימס, אבער איך נוץ יא יו טיוב, וועלכע וועט זיין גוט פאר דעם. יעצט אזוי, איך פארשטיי אז דרויד מעקקסס איז דער טאפ פאון, יעצט וויל איך וויסן וויאזוי קאמפעירן די דריי פאונס, דער מעקקסס, דער X און דער מיני, בעיקר לגבי בעטערי לייף, אבער אויך לגבי סקרין, פראסעסינג און אנדערע זאכן.

איז מיר כדאי צו פארקוקן אויף דעם גרויסן סייז (וואס איך האב נישט ליב) פאר דעם מעלה פון א שטארקן פראסעסאר, גוטער סקרין און לאנגער בעטערי לייף, אדער איז דער X אדער מיני, מיט די קלענערע סייז א בעסערער טשויס לויט איר בעטערי לייף.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

טהור'ל א טעלעפאון איז נישט קיין שידוך, וועסט נישט נישט זיין צופרידן וועסטו טוישן...

בעפאר ווען האסטיך גע'ישיב'ט אייפאן אדער אנדרויד, האבעך פארשטאנען אז די וואולסטיך נישט צוגעוואונען צו אן OS וואס איז נישט די FUTURE, אבער וואס איז יעצט די תירוץ?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אטעטשמענטס
World_Wide_Smartphone_Sales.png
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

פער בריסטאו האט געשריבן:די דרויד מיני מיז איך האבן א קאנטראקט ביי verizon? אדער איך קען למשל האבן אויף דעם page plus service?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

טהור-עיניים האט געשריבן:שמעק, א ריזיגער שקויעח, איך האב מורא'דיגע הנאה פון דיינע תגובות, געשריבן ריכטיג בטוב טעם ודעת, מען זעהט אז דו ווייסט וואס דו רעדסט און אז דו האסט ליב צו העלפן א איד.

אצינד אזוי, איך נוץ ממש נישט קיין געימס, אבער איך נוץ יא יו טיוב, וועלכע וועט זיין גוט פאר דעם. יעצט אזוי, איך פארשטיי אז דרויד מעקקסס איז דער טאפ פאון, יעצט וויל איך וויסן וויאזוי קאמפעירן די דריי פאונס, דער מעקקסס, דער X און דער מיני, בעיקר לגבי בעטערי לייף, אבער אויך לגבי סקרין, פראסעסינג און אנדערע זאכן.

איז מיר כדאי צו פארקוקן אויף דעם גרויסן סייז (וואס איך האב נישט ליב) פאר דעם מעלה פון א שטארקן פראסעסאר, גוטער סקרין און לאנגער בעטערי לייף, אדער איז דער X אדער מיני, מיט די קלענערע סייז א בעסערער טשויס לויט איר בעטערי לייף.


ייש"כ פאר דיינע קאמפלימענטן.
צווישן די לעצטיגע דרויד טעלעפאנען (Mini, Ultra, Maxx) איז נישט קיין שום נפק"מ לגבי די פראסעסאר'ס.
מעמארי (ROM) האבן די מיני און אלטרע 16 גיג, און די מעקס דאפעלט, 32 גיג (דאס העלפט נאר פאר פלאץ, צו האלטן מער בילדער/עפפס, נישט לגבי פערפארמענס). (די אנדערע סארט מעמארי, RAM, האבן אלע פון זיי די זעלבע, 2 GB, דאס איז פונקט ווי סעמסאנג און LG).
די אלטרע און די מעקס האבן AMOLED סקרינ'ס, וועלכע איז א טראפ דינער, סעיווט בעטערי און ווייזט שטארק-קאלירטע בילדער (שוין צו שטארק, נישט נאטורליך), בעת די מיני האט א עלטערע סארט סקרין מיט מער נאטורליכע קאלירן, אבער איז א ברעקל דיקער און נוצט א טראפ מער בעטערי.
די סעמסאנג גאלעקסי 4S און די LG G2 האבן יא שנעלערע פראסעסארס, אבער ווי געשריבן, אין ריעל לייף זעהט מען נישט קיין גרויסע חילוק. געדענק אז די נומבערס ווייזן נישט דעם גאנצן בילד. מאטאראלע קלעימט אז זיי האבן אריינגעלייגט אסאך טעכנאלאגיע אינעם פראסעסאר (בפרט אינעם חלק הגראפיקס שבו) אז עס זאל נישט זיין הונטערשטעליג פון די שנעלערע, און עס איז נישט קיין גימיק, און רוב עפפס (אפילו יו טוב) פארלאנגען נישט אזויפיל POWER ווי די שטארקסטע, עס קען גאר זיין א OVERKILL, גענוי ווי ביי א קאמפיוטער, רובא דרובא מענטשן דארפן נישט דעם שטארקסטן און שנעלסטן.

דער מעקס איז דער זעלבער טעלעפאן ווי די אלטרע, נאר עס האט דאפעלט מעמארי, און די בעטערי איז די שטארקסטע אויפן מארקעט. איך קען דיר נישט זאגן וועלכע איז מער צוגעפאסט פאר דיר. פאר מיר איז א קליינע סייז מיט בעסער-ווי-עוורידזש בעטערי בעסער ווי א ריזיגע סייז מיט א שטארקע בעטערי, ספעציעל אז די קלענערע קאסט ביליגער מיט $150. (די מיני קען מען האבן פאר אומזיסט ביי עמעזאן).

פער בריסטאו האט געשריבן:די דרויד מיני מיז איך האבן א קאנטראקט ביי verizon? אדער איך קען למשל האבן אויף דעם page plus service?

נישט זיכער, אבער לויט מיין ריסורטש קען מען נישט. דאך איז כדאי זאלסט פרעגן א פעידזש פלאס דילער.
לעצט פארראכטן דורך שמעק_טאביק אום מיטוואך יאנואר 29, 2014 1:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

זאכליך האט געשריבן:טהור'ל א טעלעפאון איז נישט קיין שידוך, וועסט נישט נישט זיין צופרידן וועסטו טוישן...

בעפאר ווען האסטיך גע'ישיב'ט אייפאן אדער אנדרויד, האבעך פארשטאנען אז די וואולסטיך נישט צוגעוואונען צו אן OS וואס איז נישט די FUTURE, אבער וואס איז יעצט די תירוץ?


פשוט, ביי מיר איז עס כמעט ווי א שידוך. איך האב געפרעגט נעכטן ביינאכט דעם סעילסמאן דארט אין געשעפט, "וועלכע טעלעפאון איז אזוי סאליד אז איך וועל אים נאך נוצן אין פינף יאר ארום", אויף דעם זאגט ער מיר דער דרויד מעקסס אדער דער על דשי דשי 2.

אבער איך בין אינגאנצן צומישט, קוקנדיגט די ריוויוס איז מיר זייער שווער מחליט צו זיין. און מיין עיקר ישוב'ן זיך איז צווישן דריי כלים, דער מעקסס, דער X אדער פשוט דער געלעקסי 4. מיטן געלעקסי פיר האבן איך די מעלה אז די בעטערי לייף און סקרין זענען בעסער ווי ביים עס 3, און לכאורה, לויט ווי איך פארשטיי איז עס א מער סאליד פאון, און צו דעם דארף איך מיך נישט יעצט צוגעוואוינען צו אנייעם מין פאון, צו סעמסאנג האב איך מיך שוין ענדליך אנגעהויבן צוגעוואוינען.

ווידער מיט די אנדערע צוויי דארף איך מיך יעצט צוגעוואוינען צו א נייעם מיט ברי', אבער זיי האבן זיך זייערע אייגענע מעלות.

אביסל טראכט איך אזוי, יעצט נוץ איך דאך דער געלעקסי 3 מיט א מאופי דשוס פעק, איז דאך דער פאון מעסיוו גרויס, אויב אזוי, אפילו אויב איך גיי צו מעקסס, איז ער נאך אלץ קלענער פון וואס איך האב יעצט. נו שוין, איך קען מיך נישט מיישב זיין.

נו אידן, העלפט ארויס.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”