איי פאון אדער ענדרויד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » דינסטאג ינואר 28, 2014 1:47 pm

איך האב זייער א גוטע טעלעפאוין. ארבייט זייער שנעל, זייער רילייעבעל. איך ניץ עס שוין בערך 15 חדשים, איך האב גאנץ אסאך עפפס. איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעמען דערמיט. זייער צופרידען ב"ה.
וואלסט עס געוואלט? א געלעקסי עס טרי..
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » דינסטאג ינואר 28, 2014 1:49 pm

איך טראכט צו דו האסט נישט געדאוינלאוידעד דערויף א עפפ מיט באגגס.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג ינואר 28, 2014 3:31 pm

Alien האט געשריבן:איך טראכט צו דו האסט נישט געדאוינלאוידעד דערויף א עפפ מיט באגגס.


לכאורה נישט, איך קען דיר אויסרעכענען אלעס וואס איך האב דארט. איך גלייב נישט אז די עפפ וואלט געמאכט דריי אנדערע פראבלעמען אויף דריי אנדערע טעלעפאנען
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג ינואר 28, 2014 3:49 pm

זייער אינטערעסאנט אז אזויפיל פאונס זאלען זיך ציברעכען איך האב מורא אז עס איז עפעס וואס די טיסט למשל ווי די האלסט עס אדער וואס

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג ינואר 28, 2014 4:02 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:דרויד מיני איז נישט אזוי קלאר,
די עס פאר מיני איז פיין לויט וויפעל איך האב געהערט.

וואס רעדסטו? דער דרויד מיני פאקט איין די S4 מיני מיט קלארקייט (342 ppi). (דער S4 מיני איז בלויז 256 ppi). עס איז אפילו קלארער ווי די אייפאן (326 ppi). נאר נישט אזוי קלאר ווי דעם גרויסן S4 וועלכע פארמאגט 441 ppi

דרויד מיני איז א עקסעלענט טשויס, עס איז איינע פון די בעסטע פאונס וואס מאטאראלע האט אמאל ארויסגעגעבן, און איז גארנישט אונטערשטעליג פון זיינע גרעסערע ברודערס, די MAXX און די ULTRA, כאשט זיי האבן AMOLED סקרינ'ס (וואס איך גלייך ממילא נישט). עס איז א מחיה שנעל און האט די זעלבע מח ווי די אנדערע מאטאראלע'ס, און מאטאראלע איז זייער רעלייעבל, און לעצטנס זענען זיי בעסער געווארן זייט זיי האבן זיך צאמגעשטעלט מיט גוגל. וואס יא? דער קעמרע איז נישט אזוי מעכטיג ווי דער אייפאן אדער גאלעקסי, אבער אייגענטליך בכלל נישט שלעכט, נאר נישט טאפ אף די ליין.
דער עיקר פראבלעם דערמיט איז אז עס איז נאר אוועילעבל אויף ווערייזאן, און אויב ביסטו ערגעץ אנדערש קענסטו דאס נישט האבן.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג ינואר 28, 2014 4:07 pm

אבער דער טאטש איז אויך עפעס נישט ווי דער אייפאון אדער געלעקסי.
My Life Has Become More And More Colorful

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג ינואר 28, 2014 4:13 pm

אוטש! איך מאך דא א טעות מיט די razr m,
אז מען רעט שוין וואס איז די חילוק פון די razr m ביז די דרויד מיני?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג ינואר 28, 2014 4:34 pm

מומחה עצום האט געשריבן:די אייפאון איז מער סטאביל, מ'קען עס לייכט פילטערן און האט א גוטע בעטערי לייף.

די איינציגסטע חסרון איז מראית עין


חיים מענדל פלעגט זאגן אז בעצם ברויכט ער נישט קיין גלעזער. ער קען זען א מייל ווייט א נאדל שפיץ וכו'. די סיבה פארוואס ער גייט איז נאר משום מראית העין...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג ינואר 28, 2014 5:00 pm

וואס איז מער בא'טעמ'ט די דרויד מיני אדער די געלעקסי מיני?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג ינואר 28, 2014 5:36 pm

בעיקר דער קעמרע איז אביסל בעסער אויפן געלעקסי מיני.
דער דרויד מיני האט א געוואלד מיט מעלות וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט. כמעט אלע פונקציעס וואס די שטארק-אויפגעכאפטע MOTO-X פארמאגט.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג ינואר 28, 2014 5:45 pm

עס די קארד?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג ינואר 28, 2014 6:07 pm

ניין
מאטאראלע האט ליידער געענדיגט דערמיט. א שאד.
אבער זיי געבן פאפרי 50 ג"ב אויף גוגל דרייוו פאר 2 יאר (ווילאנג מען האלט געווענליך דעם פאון).
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג ינואר 28, 2014 6:14 pm

משנה מקום האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט אז אזויפיל פאונס זאלען זיך ציברעכען איך האב מורא אז עס איז עפעס וואס די טיסט למשל ווי די האלסט עס אדער וואס


פארגעס נישט אז די ערשטע איז די איינציגסטע וואס איז געווען ניי, די אנדערע זענען געווען ריפוירבישד.

און דער אמת איז אז איך אליינס האב עס אויך נישט געגלייבט, און דערפאר טאקע האב איך מיר געקויפט א מאופי דשוס פעק צו פארלענגערן דעם בעטערי לייף, און דאס האב איך ערשט געקויפט ביים דריטן מאל, אבל מה יעשה הבן, וואס זאל איך טוהן אז איך האלט שוין ביים דריטן, און יעדעס מאל אנדערע פראבלעמען. איך מיין אז דריי מאל איז גענוג א טשענס און איך גיי מיר זוכן אנדערע גליקן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג ינואר 28, 2014 6:21 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:ניין
מאטאראלע האט ליידער געענדיגט דערמיט. א שאד.
אבער זיי געבן פאפרי 50 ג"ב אויף גוגל דרייוו פאר 2 יאר (ווילאנג מען האלט געווענליך דעם פאון).

סאו למעשה וויפעל גיג קען איך האבן?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג ינואר 28, 2014 6:39 pm

איך בין אויף ווערייזאן.

יעצט לאמיך פשוט מאכן חזרה אויף וואס איך האב געהערט דא.

דרויד מיני איז זייער גוט, (אויסער די קעמערע וואס איז נישט טאפ אוו די ליין) און דער מוח זיינער איז אויך נישט שוואכער ווי דער גרעסערער.

וואס טיצעך מיט דעם געלעקסי עס 4?

למעשה זעה איך אויף סי-נעט אז זיי שטעלן דעם מאטאראלע דרויד מעקקס אז "דער בעסטער" ענדרויד פאון, נאך בעסער פון דעם עס 4

און אויך זעה איך אז זיי געבן דעם דרויד מיני גאנץ פיינע ריוויוס, אבער זיי טענה'ן אז אויב שוין גיין פאר דעם מיני, זאל מען ענדערש נעמען דעם עקס, וועלכער איז נאר מיט א משהו גרעסער, נאך אלץ קלענער פון די אנדערע טעלעפאנען, אבער איז דאך בעסער פון דעם מיני.

נו, וואס זאגט דער עולם.

און בעיקר, וואס איז די מעשה מיט די 50 פרי גיג אויף גוגל דרייוו, אויב איך מעג פרעגן וואס איז דאס גוגל דרייוו, און וויזוי ארבעט דאס, דאס טוט ריפלעיסן דעם עס די קארטל? איז עס בעסער, ערגער, פליז אויב איינער קען מיר עקספלעינען וואס דא טיצעך.

ותשועה ברוב יועץ
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג ינואר 28, 2014 6:43 pm

גוגל דרייוו איז אזוי ווי i cloud די קענסט האבן וויפעל סטאריטש די ווילסט,
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג ינואר 28, 2014 7:09 pm

איך ווייס נאך נישט וואס דאס איז, ווייל איך ווייס נישט ווואס איי קלאוד איז אויך נישט, איך פארשטיי אז מען קען האבן מער סטארידש, אבער אויב מען קען בעסער ענטפערן מיינע פראגעס צו דעם וואלט איך מער הנאה געהאט.

יישר כח
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג ינואר 28, 2014 7:16 pm

I cloud איז, טאמער די דארפסט נאך סטאריטש צו האלטען דיינע זאכן קענסט עס האלטען דארט, עס איז אנדערש ווי ביי א עס די קארד ווייל עס די קארד דארפסטו נישט האבען קיין אינטערנעט צו זען דיינע זאכן אבער ביי i cloud און אויך ביי גוגל דרייוו קענסט עס נאר זען ווען די האסט אינטערנעט עקססעס.
My Life Has Become More And More Colorful

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג ינואר 28, 2014 7:29 pm

די דרויד מיני מיז איך האבן א קאנטראקט ביי verizon? אדער איך קען למשל האבן אויף דעם page plus service?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג ינואר 28, 2014 10:51 pm

האב איך יעצט אריינשפאצירט אין א ווערייזאן געשעפט און אביסל אויסגעפרעגט א סעילסמאן דארט, זאגט ער מיר אזוי:

דער מיני איז א פיינער פאון, אבער שוואכע בעטערי לייף. דער עקס איז פיל בעסער, אבער נישט קיין סאך בעסערע בעטערי לייף. די בעסטע בעטערי לייף איז דער דרויד מעקקסס.

אבער אויב וויל איך אן אוועראל בעסטע פאון זאגט ער מיר איך זאל נעמען דעם על דשי דשי 2, ער זאגט אז עס האט די בעסטע פראסעסאר, און אויך גאר א גוטע בעטערי לייף, נישט אזוי גוט ווי דער מעקקסס, אבער כמעט אזוי גוט, און ער זאגט עס איז אויך זייער סאליד און וועט (האפענטליך) האלטן פאר יארן.

וואס זאגט דער עולם צו דעם.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 28, 2014 11:10 pm

כאטש איך האב עס נאכנישט געזען אין ריעל לייף, קוקט אבער דער LG G2 אויס צו זיין א מעסיוו גוטע פאון, כמעט אלע מעלות.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג ינואר 28, 2014 11:21 pm

ער וויל דיר פארקויפן א LG אבוויעסלי. עס איז נישט קיין שלעכטער פאון, אבער אפילו דער פראסעסאר איז טאקע א טראפ שנעלער, וועסטו נישט באמערקן קיין חילוק 99% פון די צייט, חוץ אויב שפילסטו העווי געימס דערויף.

די מאטאראלע דרויד Maxx האט די בעסטע בעטערי לייף. פינטל. עס קען האלטן קרוב צו 2 טעג. די אנדערע טעלעפאנען וועלן האלטן ארום 8-10 שעה א טשארדזש.

די דרויד מיני האט א גרעסערע סקרין ווי דעם אייפאון (4.3 ווס. 4.0). אבער איז נישט קיין סאך גרעסער אין סייז, וויבאלד די מיני האט די סקרין כמעט עדזש טו עדזש. עס האט א חסרון אז עס איז גליטשיג פון בעק. עכ"פ איך האב עס רעקאמענדירט פאר דעם וואס האט געוואלט וויסן וועלכע פאון ער קען האבן נישט צו גרויס. דער LG G2 איז זייער גרויס, און אויך האט עס קאנטראלס אין בעק וואס אסאך גלייכן נישט, אבער באדעם ליין, אלע פאונס זענען גוט כל אחד לפי בחינתו.

גוגל דרייוו איז אנליין סטארעדזש, קענסט ארויפלייגן מיט יעדע דזשימעיל אקאונט געווענליך 15 גיג פאר פרי, און עקסעסן די פיילס אויפן פאון אדער סיי וואו מיט אינטערנעט עקסעס. מען קען צוקויפן נאך סטארעדזש פאר געלט, אבער מאטאראלע גיבט דיר 50 גיג פאר 2 יאר אומזיסט מיט דיין אקאונט. מען קען אויך האבן אויף אנדערע פלעצער סטארעדזש, מייקראסאפט אויף סקיי דרייוו גיבט 7 גיג, און מען קען צוקויפן נאך. דער חסרון איז, ווי פריער דערמאנט, אז מען דארף האבן אינטערנעט צו האבן עקסעס צו די פיילס. און אויב ביסטו אויף די קאמפאניס נעטווארק (ד.ה. נישט ווייפיי) קאסט עס דיר דאטא. אבער לויט ווי עס קוקט אויס איז דאס דער צוקונפט פון סטארעדזש.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 28, 2014 11:46 pm

מיינסט 'one drive' וואס פלעגט הייסן סקיי דרייוו! זיי געבן זיבן גיג.

ביי קאפי.קאם באקומסטו צוואנציג.
ביי מעגא מיינעך אז פופציג.
ביי באקס.קאם געדענק איך נישט אפעציעל אבער מ'קען שאפן פופציג.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך ינואר 29, 2014 7:41 am

שמעק, א ריזיגער שקויעח, איך האב מורא'דיגע הנאה פון דיינע תגובות, געשריבן ריכטיג בטוב טעם ודעת, מען זעהט אז דו ווייסט וואס דו רעדסט און אז דו האסט ליב צו העלפן א איד.

אצינד אזוי, איך נוץ ממש נישט קיין געימס, אבער איך נוץ יא יו טיוב, וועלכע וועט זיין גוט פאר דעם. יעצט אזוי, איך פארשטיי אז דרויד מעקקסס איז דער טאפ פאון, יעצט וויל איך וויסן וויאזוי קאמפעירן די דריי פאונס, דער מעקקסס, דער X און דער מיני, בעיקר לגבי בעטערי לייף, אבער אויך לגבי סקרין, פראסעסינג און אנדערע זאכן.

איז מיר כדאי צו פארקוקן אויף דעם גרויסן סייז (וואס איך האב נישט ליב) פאר דעם מעלה פון א שטארקן פראסעסאר, גוטער סקרין און לאנגער בעטערי לייף, אדער איז דער X אדער מיני, מיט די קלענערע סייז א בעסערער טשויס לויט איר בעטערי לייף.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6897
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך ינואר 29, 2014 9:48 am

טהור'ל א טעלעפאון איז נישט קיין שידוך, וועסט נישט נישט זיין צופרידן וועסטו טוישן...

בעפאר ווען האסטיך גע'ישיב'ט אייפאן אדער אנדרויד, האבעך פארשטאנען אז די וואולסטיך נישט צוגעוואונען צו אן OS וואס איז נישט די FUTURE, אבער וואס איז יעצט די תירוץ?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט