איי פאון אדער ענדרויד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

איי פאון אדער ענדרויד

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 10:58 am

איך וויל פרעגן פון די וואס ווייסן (פליז, נאר ווער עס קען זיך אויס), וועלכע סארט פאון זאל איך מיר איינהאנדלען, פון איין זייט איז אייפאון ארויסגעקומען פריער און ווערט מער און בעסער אדווערטייזד, און איך קען מעטנשן וועלכע שווערן זיך ביי דעם אייפאון, אז דאס איז די כוואליע פון דעם צוקונפט (די וועיוו אוו די פיוטשער) און אז נאר דאס זאל איך קויפן.

ווידער אנדערע צייגן אן אז אייפאון גייט גיין דארט ווי אלע אנדערע עפל זאכן זענען געגאנגען און אז ענדרויד איז פיל בעסער און דווקא דאס איז די זאך פארן צוקונפט און איך זאל בשום אופן נישט אריינפאלן מיט א אייפאון, נאר מיטן ענדרויד וועל איך גוט פארן, איי די אייפאון איז אביסל מער סאפיסטיקירט, און עס זענען דא מער עפפס פאר איייפאון ווי פאר ענדרויד, אויף דעם ענפערן זיי אז דאס איז נאר דערוויייל, אבער נאך אביסל, גייט ענדרויד איינפאקן אייפאון.

ע"כ וויל איך הערן וואס דערוילעם דא האט צו זאגן
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 8:24 pm

די קויפסט א טעלעפאן איינמאל אין צוואנציג יאר? וואס זארגסטו אזוי אויפן צוקופנט? די זאכן קומען און גייען עני וועי סיי די אייפאון סיי די ענדרויט גיין ווערן אנדערש א יאר צוויי ארום. קוק אן א טעלעפאן ווי דער טהור עס איז קוים צוויי יאר ערשינען לאור מיט גרויס פאמפע היינט צו טאג איזעס מער ניש אוועליבעל אנשטאטס מאכט מען עקסיידעט מיטן באלד שפעטער מיטן טארטש.

עני וועי אויב יעצט איז די אייפאון בעסער (אויסענוועדיג מייניך אזוי) וואס א חילוק וואס אין די צוקופנט גייט זיין? צוויי יאר ארום וועסטו אפשאצן די דעמאלדיגע מאדעל אייפאון מיט די דעמאלדיגע ענדרויט און מ'וועט דעמאלטס זעהן.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2010 2:33 am

זעסטע לאז, דאס איז דער פראבלעם, איך געוויין זיך שווער צו צו א נייעם סעל, און דאס וואס איך האב יעצט האב איך שוין היפש לאנג, און איך קלער שוין פון עם טוישן ווייל ער איז שוין אזוי אלט און אויסגעדינט, דעריבער וויל איך וויסן, ווייל איך פלאן נישט אים צו טוישן א יאר שפעטער
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2010 9:28 pm

דאס איז א דיבעיט וואס די טעכנאלאגישע וועלט פאסמאקעוועט זיך דערמיט שוין א לאנגע צייט, און מיט יעדן נייע טעכנאלאגיע (ד.מ. יעדן טאג) קומט מען אויף מיט פרישע טענות לכל הצדדים.

מיין געפיל זאגט מיר טאקע אז צום סוף וועט זיך עס אויסלאזן אזוי ווי מיט ווינדאוס/עפל וואס ווינדאוס האט די המון עם, אבער די "בעסערע" ארבעטן מיט עפל, מיט דער צייט וועט זיך עס אזוי אויך מיט אייפאון/ענדרויד ווארשיינליך אויסלאזן, כאטש די חילוק וועט זיין א קלענערע פארנעם ווייל סוכ"ס געבן עס די פאון קאמפעני'ס, און מענטשן נעמען וואס די קאמפעניס שטעלן זיי צו די בעסטע אדער ביליגסטע לויט זייער פארלאנג טיילמאל נישט וואס זיי דארפן באמת.

לע"ע שטייט נאך עפל היפש פאראויס פון ענדרויד סיי מיט טעכנאלאגיע און סיי מיט פאפולאריטעט, אבער ענדרויד וואקסט אסאך שנעלער ווי מהאט זיך פארגעשטעלט.

פאר דיין שאלה בפרטיות קען איך ניטש ענטפער'ן ווייל עס איז זייער כלליותדיג געפרעגט פונקט ווי מקענישט פרעגן וואסארא קאר זאל איך קויפן.... עס ווענט זיך וואס די זוכסט, פרייז, שיינקייט, באקוועמליכקייט, ספיד, קיעבאורד, א.א.וו.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » פרייטאג אוקטובער 08, 2010 1:24 am


אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מוצ"ש אוקטובער 09, 2010 11:36 pm

ווי כ'האב שוין אנגעוויזן אין א צווייטן אשכול בין איך ווילד פארן ענדרויד און נאכן זיין דערמיט א דרייסיג טעג בין איך נאך היבש עקסייטעד דערפאר.

איידער די דרייסיג טעג פון ווען איך האב צוגעטשעפעט דעם איווא זענען אפגעלאפן, האב איך זיך אריבערגעכאפט צום עפל סטאר אויף פיפט עוועניו, און זיך א היבש ביסל צייט ארומגעשפילט מיטן אייפאד טאטש, און געוואלט זען אויב סוועט מיר ציען מער ווי דער איווא, פארוואס נישט דעם אייפאון?

דער אמת איז פארוואס דארף איך בכלל א נייע פאון נאכדעם וואס אין אנדערן קעשענע ליגט מיר דעם בלעקבערי??

איך האב א בב קורוו וואס נאר אויף דעם קען איך האבן בב סערויס ווייל פאר סאם אדד ריזען לאזט מיר ספרינט נישט אפגרידן צו סיי וועלכע אנדערע בב, און היות די סארט כלים ווערן שנעל פארעלטערט האט זיך מיר געדליסט צו האבן א נייעם סעלפאון און ג-ט ברוך האט מיר געהאלפן אין פארם פון א גוטער ידיד וואס מסכים געווען איך זאל צולייגן צו זיין "גראדן" פלען פאר בלויז צוואנציג טאלער )פאר זשי איז נאך א צענער( און איך האב פיל געקלערט צי זאל איך גיין צום בב באלד וואס איז יעצט די נייעסטער מאדעל אדער צו די נייערע פאוןס. למעשה האב איך געזען אז סיי ווער פון מיינע ידידים וואס האט אן ענדרויד פאון איז זייער צופרידן דערפון, האב איך אנגעהויבן נאכצוזוכן אויפן געוועב אביסל איבער דעם און געזען אז די נייעסטער פאון וואס איז דא איז פון עיטש טי סי דער נייער איווא, וואס סינעט האט עס געגעבן בעסערע צייכענונגען פון אייפאון ווען צוגעשטעלט איינס נעבן צווייטן. דער איווא איז למעשה נישט געווען צו באקומען און אט איז ארויסגעקומען דער סעמסאנג עפיק וואס האט מיר געגעבן נאך אן אויסוואל מיט וואס צו גיין, אבער סך הכל האב איך גענומען דעם איווא פון וואס איך בין געווען העכסט צופרידן.

אייפאון איז ביי מיר נישט געווען קיין רעדע ווייל צו נוצן דעם וועב קאסט זייער טייער היי עי טי ענד טי, אבער דער נייער אייפאד טאטש האט מיר יא געמאכט טראכטן עס צו טוישן, ווייל איך דארף א גוטן קאמערא און האבן עקסעס צו דער וועב און יו טוב, וואס דאס איז דאך דא ביים אייפאד טאטש ווען אויף ווייפיי, ועוד דארט קען מען דאך האבן פון די פילע עפפס וואס עפל האט אהערגעשטעלט. אבער זייענדיג ביי עפל פאר עטליכע שעה האב איך געזען אז סנישא צום פארגלייכן און דער אויסוואל איז אז ענדרויד בכלל און איווא בפרט איז איבער עפל.

יא, אייפוין און אייפאד טאטש האבן איבער א פערטל מיליאן עפפס, אבער ענדרויד האלט שוין ביי איבער אכציג טויזט עפפס און וועט לכאורא איבערשטייגן עפל מיט די נאמבער פון עפפס. אבער איין מינוט. וואס איז די גרויסע גליקן מיט די עפפס? גאר אסאך פון די עפפס זענען די זעלבע איינס פונעם צווייטן, סהייסט סקען זיין איין סאר עפליקעשאן וואס צען מענטשן האבן געמאכט נאר געטוישט קלייניגקייטן דערין, און רוב עפפס זענען געימס.

עניוועי כוועל נאך שרייבן דערוועגן א צווייט מאל.

דאס האב איך געשריבן אויף מיין
htc Evo 

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מוצ"ש אוקטובער 09, 2010 11:51 pm

עטליכע נקודות:

גימעיל האט אפגרעידעד זייער אימעיל און ס'קומט מיר אריין אימעילס עטליכע סעקונדעס שנעלער וויאינעם בב.

איין גאר שטארקער פראבלעם האב איך מיטן סעל אז ער איז גאר הונגעריג און טרונקט גאר שנעל אויס דעם בעטערי זשוס. איך האב זיך געמוזט צוקויפן צוויי באטעריס אויף איבעי פאר צען טאלער. נישט קיין שלעכטער דיעל צוויי בעטעריס מיט א טשארדזשער פאר צען דאלער.

א  

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 10:58 am

טהור,

וואס איז געבליבן?

לאז וויסן וואס האסט אפגעמאכט.

איך האב נעכטן געטראפן אן אלטער ידיד, פון די חשובע שרייבער דא ווען קרעטשמע איז נאך געווען אין די ווינדלען, און ער האט מיר געצייגט זיין אייפאון וואס ער האט שוין וויסעך ווי לאנג, און מיר האבן געטשעקט ווי שנעל די אינטערנעט ארבעט און מיין איווא - נאך אויף טרי דזשי - איז געווען שנעלער. מיר גייען זיך טרעפן נאכאמאל מערצעשעם און עס גוט אויסשטודירן.

נאך א זאך, איך האב נעכטן באקומען א נייעם באטערי פון
3500 mha
וואס איז מער ווי דאפלט פון וואס איז מיטגעקומען מיטן סעלפאן און דערווייל זיץ איך דערויף און ס'ארבעט פיין און כהאב עס נישט געטשארדזשט זייט נעכטן נאכמיטאג און ער ארבעט פיין אפילו סגעווען אנגעצינדן א גאנצע נאכט.

2

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג אוקטובער 17, 2010 2:14 am

אך

על דא קא בכינא, איך קען נישט דיסיידן, ווייל איך באקום נאך נישט די ריכטיגע פידבעק.

וואס אידאס דיין איווא, און וואס פונקטליך איז דאס טרי דזשי

אדרבה, אויב קענסטו מיר העלפן דעסיידן ווועטעס זיין א גרויסער חסד מצידך
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג אוקטובער 17, 2010 5:51 pm

פון אזויפיל אויסוואלן איז שווער אפצומאכן, און אוודאי נישט פאר יענעם...

חברים, זעענדיג ווי כ'בין גאר שטארק צופרידן מיטן
htc evo,
פרעגן מיר אויב ס'טאקע בעסער ווי דעם בלעקבערי, וואס ווי כ'האב שוין געשריבן אז רוב יונגעלייטלעך וואס דרייען זיך מיטן בב דארפן עס נישט פאר ביזנעס, נעמליך פאר די שנעלע אימעיל וואס דארף צו החיסן שנעלער ווי אנדערע סמארטפאונס, און דארפן דאס מער פאר בב מעסענדזשער, פאר די לוינט זיך זיכער צו גיין מיטן ענדרויד בפרט ווען ווי איך זע קומט מיר אן אימעילס אפילו שנעלער ווי צום בב.

אן אייפאון האב איך נאכנישט געהאט, אבער פארן פרייז און סערוויס וואס וועסט האבן ביי ספרינט קענסטו זיכער נישט באקומען ביי
at&t

3g
איז די נעטווארק אויף וואס סעליולער פאונס לויפן, און ספרינט האט זיך צוגעשטעלט צו א קאמפאני וואס ארבעט יעצט אריינצוברענגען די קומענדיגע טעכנאלאגיע פון נאך שנעלערע ספידס וואס ווערט גערופן
4g
וואס קען גיין ביז א צען מאל שנעלער ווי
3g
וואס איז פיל שנעלער ווי די פריערדיגע
2g
איך האב שוין אויספרובירט די שנעלקייט פון די נייע נעטווארק וואס ארבעט זייער גוט און בארא פארק אום עס איז סופער שנעל. און יוטוב קליפס ארבעט אן איבירררייסונגען ווי אויף אנדערע טעלעפאנען.

דיר צו עצה'נען דארף מען אבער וויסן מער פרטים וואס דו ווילסט זען אין דיין נייעם סעלפאן.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג אוקטובער 17, 2010 6:28 pm

דער עיקר סיבה וואס איך בין נאך ביי בלעקבערי היינט איז וועגן דער קיבארד... קיין איין ענדרויד פאון קומט נישט צו צו דעם בלעקבערי קיבארד!

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 10:50 am

אמת, איך האב זיך אויך שווער געקענט צוגעוויינען צום ווירטואלן קיבארד, אבער נאר פאר וואך. איינמאל איך האב זיך דערלערנט ווי אזוי צו נוצן
slideit
קיבארד וואס איז ענליך צו
swype
אויפן עפיק, זע איך אז ס'פיל בעסער און שנעלער ווי סיי וועלכע געווענליכע קיבאורד אויף א צווייטע פאון.

אויך די אידישע קיבאורד, מיט וואס איך שרייב לעצטנס אויף אייוועלט איז זייער געשמאק און בעסער ווי אויפן בב, פשוט ווייל מ'זעט די אותיות מיט וואס משרייבט.

איין חסרון זע איך יא ביי דעם טאטש סקרין קיבאורד, אז ס'זייער שווער צו טעקסטן בשעתן דרייוון..

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 12:47 am

אךשמח האט געשריבן:איין חסרון זע איך יא ביי דעם טאטש סקרין קיבאורד, אז ס'זייער שווער צו טעקסטן בשעתן דרייוון..


מעלה גדולה שאין למעלה הימנה, אפשר פאר דעם אליין דארף מען דאס קויפן

.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 10:22 am


אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 10:42 am

איין שטארקע חסרון וואס ענדרויד האט אין שווימט שטארק ארויף אויפן אויבערפלאך איז די פראבלעם אז די מארקעט איז פארפלייצט מיט צענדליגע סארט ענדרויד פאונס פון אלע קעריערס (ספרינט, ווערייזאן וכו') אין אלע ערליי פראדעצורער (מאוטאראלע, HTC, LG, וכו) וואס וויבאלד דער ענדרויד איז א פרייע אפענע מארקעט קען עס יעדער פראדעצורן וויאזוי ער פארשטייט צ.ב.ש די אויסשטעל, די פראסעסער, צו די קיבאורד זאל זיין טאטש צו נישט, אין אזוי ווייטער,
דא הייבט זיך אן דער פראבלעם, וויבאלד אן הויפט חלק פון די סארט פאון איז די עפפס (ד.מ די אלע סארט זאכן צו דאונלאודן, א שטייגער ווי פראוגרעמס, שפילערייען וכו) אין די אפגרעידס וואס יעדע סמארט פאון פירמע געט ארויס פון צייט צו צייט צו סערוויסן די קאסטומערס, יעצט וויבאלד דער ענדרויד איז אזוי ברייטפארצווייגט אין פארמישט איז ממש אוממעגליך ארויזצוגעבן א אפגרעיד אדער צוזאמצושטעלן א עפפ וויבאלד מען דארף זיך צושטעלן צו יעדן פון די צענדליגע סארט ענדרויד פאון, דאס איז א פראבלעם וואס ווערט נאר שטערקער אין שטארקער, אין לויט טייל אנאליזירער קען עס אפילו אראפרוימען דעם גאנצן אנדרויד פון טיש לדאבון לב תלמידי וחסידי ענדרויד

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 6:30 pm

איך האב שוין געליינט וועגן דעם פראבלעם, אז יעדע קאמפאני מאכט אביסל אנדערש פארשידענע זאכן ווי די
UI
וכדומה, און דאס טוט פאראורזאכן שפעטיגונגען צו שפעטערע אפדעיטס צום ענדרויד אפערעטינג סיסטעם, צב'ש די וואס האבן דעם הירא וואס איז שוין דאכט זיך אינדרוויסן איבער א יאר קען מען דערווייל נישט אפדעיטן צום 2.2 אפגרעיד וואס ביי דעם אפגרעיד איז דא פארשידענע מעלות ווי אידיש, אז מ'קען דאונלאודן עפפס צום עס די קארטל וואס איז א געוואלדיגע מעלה וואס אזוי עסט עס נישט אויף די טייערע מעמארי פונעם סעל זעלבסט.

דאס אז עס זאל מאכן אזעלכע פראבלעמען אז עס זאל גאר אראפפירן דעם גאנצן ענדרויד פאון פינעם סמארטפאון מלחמה איז נישט מסתבר.

אגב, ווינדויס מאביל איז אויך דא ביי פארשידענע קאמפאניס, אבער לכאורה איז זייער אפערעטינג סיסטעם אנדערש אויסגעשטעלט ווי ביי ענדרויד.

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 7:21 pm

וועל איך דיר פארציילן אז דאס איז טאקע געווען א הויפט טעמע ביים גרויסארטיגן ווינדויס מאביל שוי פאריגע וואך ווי סטיוו באלמאר (איך זאג גוט נאך זיין נאמען?) האט זיך געגרויסט אז ער וועט נישט האבן די גרויסארטיגע פראבלעמען, הגם זיין סאופטווער ווערט אויך גענוצט דורך עטליגע פירמעס וויבאלד ער נעמט זיך אויס מיט די קאמפאניס וויאזוי די געווייסעס זאלן ווערן געמאכט אין עס זאל נאכקומען זיינע פארשריפטן, אין סטיוו דשאבס פון עפל האט זיך שוין אויך צוגעכאפט צו גוגלס פראבלעם אין זיך שטארק געגרויסט אז ער פארמאגט נישט דעם פראבלעם

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 7:45 pm

ריכטיג מ'האמיר געזען דעם מייקראספט פארזיצער זיך אויפטאן מיט עטליכע נייע טעלעפאנ'ן, ער האט מסביר געווען אז מייקראספאט צווינגט אלע מאניופעקטשער'ס נאכצוקומען פארשידענע פארשריפטן צו קענען ניצן דעם אפערעטינג סיסטעם.

עס איז יא מסתבר אז אזא זאך זאל אונטערברענגן דעם אנדרויד.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 8:33 pm

איך וועל זיך פארלאזן אויף ענק אז איר ווייסט עפעס וואס איך ווייס נישט און אויך אויף באלמערן וואס איך האב אמאל מיט עטליכע יאר צוריק געזען ווי ער לאכט אפ פון עפלס אייפאון און אייפאד.... היינט דאכט זיך מיר, לאכט ער שוין נישט אזוי..

איך האב נאר געשריבן אז ס'מיר שווער צו גלייבן אז גוגל נאכן האבן אזא אויסטערלישע הצלחה, וואס זייערע סעלפאונס האבן זיך פארקויפט לעצטנס מער ווי דער פאפולערער אייפאון, וועט זיכער אדרעסירן דעם פראבלעם, און נישט עס לאזן ארונטערגיין פון די ארענע.

אין ערגסטן פאל, ווען און אויב דאס וועט יא פאסירן, וועל איך נישט האבן קיין אנדערע ברירה און איינטוישן אויף א צווייטע סעל מיט א שטארקערע אפערעטינג סיסטעם.

דערווייל וועל איך גוט אויסנוצן מיין באליבטער ענדרויד דעווייס, און עס אויך נוצן צו לאזן הערן מיינע מיינונגען דא אויף אייוועלט א.נ.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 8:56 pm

ווען מען רעדט פון עתידות האט יעדער רעכט צו זאגן וויזוי אים קוקט אויס, וואס ס'וועט זיין אינעם עתיד ווייסט ניש א מענטש.

איך האב גראדע געליינט אן ארטיקל וואס ווארפט אפ די טענה, כאטש אן קיין זאכליכע הסבר פארוואס ס'איניש קיין פראבלעם.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג אוקטובער 29, 2010 12:55 am

היינט האט מיר איינער מסביר געווען אז דער עיקר פראבלעם פון דעם אייפאון איז דאס אז עס ארבעט נאר מיט AT&T וואס האט זייער שוואכע סערוויס, און די אנדערע קאמפאניס ווי ווערייזאן אדער ספרינט ארבעטן נישט דערמיט. אויף מיין שאלה צו זיי גייען זיך נישט עפענען אויך צו די אנדערע קאמפאניס זאגט ער אז ער ווייסט נישט.

דערפאר וויל איך דא פרעגן, צו ווייסט איינער צו דאס גייט זיך טוישן בקרוב? אדער ווייסט איינער אז נישט?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » פרייטאג אוקטובער 29, 2010 1:01 am

יאפ, עס גייט זיך גאנץ בקרוב טוישן, אין געציילטע חדשים ארים, לכאורה אנהויב '11 גייט די פאפולערע ווערייזאן ווייערלעס אנהייבן אפיציעל פארקויפן דעם אייפאון, דאס ערווארטעט צו מאכן א רעווילוציע אין די אייפאון עפאכע אין פארטאפלען אין טריפלען זייערע סעילס

לאטצי
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 20, 2010 10:01 pm

תגובהדורך לאטצי » מאנטאג מארטש 07, 2011 9:55 pm

היינט איז געווען אויפן נייעס אז ענדרויד האט איבער גענומען די מארקעט און די USA פון בלעקבעררי - רים.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג מאי 09, 2011 5:27 am

לאז געמאכט האט געשריבן:עס איז יא מסתבר אז אזא זאך זאל אונטערברענגן דעם אנדרויד.


נו, ווי האלט עס מיטן אונטערגעברענגטן ענדרויד?

לעצטנס געליינט איבער אן אנקעטע פון סעלפאונס וואס מענטשן 'קלערן' צו קויפן, און ענדרויד האלט גאנץ פיין פאראויס פון סיי וועלכע אנדערע פאון, און די אנאליסטן דארט זענען געווען פארנומען דאס אויסצוטייטשן אז ענדרוידס צוקונפט וועט נאך פיל מער וואקסן ווי איצטערט.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג מאי 09, 2011 10:23 am

מיר טוהן נישט און שפעקולירן אויפן צוקופנט פון א פירמע\פראדוקט. דאס לאזן מיר פאר שפאקולאנטן אויף וואל סט'.

זייער אפט שטעלן זיך זאכן ארויס שטארק אנדערש ווי ס'איז מסתבר. ווער דענקט נאך ווי דער עולם האט געלאכט פון עפל'ס אייפעד??? למעשה איז עס זייער גוט אויסגעקומען ביים המון עם עד כדי כך אז אלע פירמע'ס שפרינגן אריין די ליין.

די פראבלעם אויף וואס מיר האבן געשריבן אז ס'איז מסתבר אונטערצוברענגן דעם ענדרויט מיינט נישט ווי צו'זאגן אז דער עולם זאל נישט אינוועסטן אין ענדרויט ווייל ס'גייט פלאפן... און זיכער מיינט עס נישט אז ס'איז נישט קיין גוטע אפערעטינג סיסטעם. ס'מיינט נאר צו זאגן אז די אישו איז לענ"ד אן ערענסטע עד כדי כך אז ס'איז אומשטאנד זיי אונטערצוברענגן, והבן.


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט