איי פאון ווערט מער נישט פארקויפט אין ניו יארק

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

איי פאון ווערט מער נישט פארקויפט אין ניו יארק

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 1:43 pm

בילד

די ריזיגע מאבייל סערוויס פראוויידער AT&T וועלכער איז אין אויסשליסליכן קאנטראקט מיט עפל צו פארקויפן די אייפאון, האט אפגעשלאסן דאס פארקויף פון איי פאונס צו ניו יארקער.
פאטענציעלע קונדן באזוכנדיג זייער וועבסייט ווערן פארלאנגט אריינצושטעלן א זיפ קאוד בעפארן אנהייבן די טראנזאקציע, אבער א זיפ קאוד פון א ניו יארק סיטי לאקאציע באקומט א ערראר מעסעזש וואס לויטעט אז די פארקויף פון אייפאונס איז נישט יעצט עוועלעבעל אין ניו יארק.

געשעפטן וואס דיעלן מיט AT&T פארקויפן אבער יא ווייטער דעם איי פאון פאר קאנסומערס וואס קומען אריין.

אין בלוגס קורסירן פארשידענע קלאנגען איבער דעם אורזאך פונעם אפשליסן דעם מארקעט אין ניו יארק.

נארטראק, א באקאנטער בלוג שרייבער האט ציטירט פון א AT&T סעילס רעפ אז די אורזאך איז צוליב פולע קאמפלעינטס אויף שוואכע קאווערעזש אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק און סאן פראנציסקא. אין פאקט פארמאגט די פירמע ווייניג טורעמס וואס שטעלן צו ווייערלעס סערוויס אין די געגענט און זיי פלאנירן אויס וועגן וויאזוי דאס צו פארבעסערן.

אין אן אנדער בלוג איז געשטאנען אז ס'יז צוליב א שווינדל וואס איז לעצטענס דורכגעפירט געווארן און די פירמע וויל דאס דאדורך אפשטעלן.

אויפן AT&T וועבסייט אין איינע פון זייערע ארטיקלען איז געווען א שטיקל רמז איבער דעם שרייבענדיג "מיר קוקן נאך רעפארטס פון פראמאשענס און סעילס פון אלע געגענטער און ס'בלייבט עוועילעבעל אין ריטעיל געשעפטן". מאנכע ווילן דאס אפטייטשן אלס א מארקעטינג אישו וואס האט געפירט די פירמע צו איר באשלוס פון אויפהערן פארקויפן דעם איי פאון אין ניו יארק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 10:28 pm

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 12:45 pm

שוועמל די קרעדיט קומט זיך פאר אייך

ועיי"ש אז איך האב אייך געגעבן דעם קרעדיט הראוי

אונזער קרעדיט איז בלויז פאר אנמערקן אז איר האט דאס געשריבן

דרך אגב, שוועמל

מאך א נייעס אז מ'פארקויפט עס שוין ווידער (איך האב פשוט נישט קיין צייט)
http://www.cbsnews.com/stories/2009/12/ ... 0960.shtml
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט