בלאט 4 פון 16

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2010 4:13 pm
דורך יהיה כן
האניג
אויב נוצטו דאס פאר תג קענסטו נוצן ניקוד פון אן אנדערע פאנט דורך טוישן די accent ID אין פאנט דעפינישאן

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2010 7:13 pm
דורך טייפיסט
אין תג קען מען נישט נוצן סיי וואספארא פאנט דורכן טוישן די עקסענט איי די, ווייל די פאנטס וואס האבן נישט קיין אייגענע נקודות, קומט נישט ארויס די דגושים שיין, לדוגמת די פאנט מזל, קען מען נישט נוצן די געהעריגע מזל אין תג, מען דארף קויפן א ספעציעלע מזל פאר תג, וואס איז קאמפעטיבל מיט נקודות

געשריבן: מיטוואך פאברואר 17, 2010 8:00 am
דורך האניג
א גרויסן יישר כח פאכמאן, ס'איז א הערליך פאנט!, אבער לפי ראות עיני איז עס נישט ממש דער זעלבע וואס מ'נוצט אין אלע ספרים.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 9:41 pm
דורך פאכמאן
ריכטיג, די אמת'ע פאנט וואס איז מערסטנס באנוצט דורך טייפסעטער'ס איז - ווי יהיה כן האט געשריבן - די עס ווילנא קעיווד.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 22, 2010 9:04 am
דורך האניג
ווי ווייט מיינע אויגן זעען זענען די צוויי אינגאנצען באזונדערע פאנטס.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 22, 2010 11:53 am
דורך CID
דא קענט איר קויפן אידישע פאנטס otzarstock.com

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2010 7:19 pm
דורך טרעגער
איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ מיין קלאץ קושיא צו פרעגן, איך פרוביר אבער דאך.

איינער האט מיר געגעבן א usb מיט א גאנצע לאסט פון היברו פאנטס, איך האב עס אריינגעלייגט אין מיין קאמפיוטער, ביי קאנטראל פענעל, אבער ווען עס קומט אין ווארד למשל אין איך וויל נוצן איינע פון די נייע פאנטס, גייט עס נישט, פשוטו כמשמעו עס רירט זיך נישט פון ארט, האב איך עפעס פארפעלט צו טוהן?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2010 7:22 pm
דורך leiby
לידיעת הציבור,
מ'קען נישט אריין לייגן מער ווי 1000
אדער איז סתם דא אסאך וואס זענען נישט פעליג

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2010 9:14 pm
דורך מאנאגרעמס
האסט עס אריינגעקאפיט ביי די פאנט פאלדער אין קאנטראל פעננעל?
אויב יא, האסטו עס באקומען אין א פאלדער און אזוי אריינגעקאפיט?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2010 9:31 pm
דורך טרעגער
מאנאגרעמס האט געשריבן:האסט עס אריינגעקאפיט ביי די פאנט פאלדער אין קאנטראל פעננעל?
אויב יא, האסטו עס באקומען אין א פאלדער און אזוי אריינגעקאפיט?


וואס ???

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2010 11:17 pm
דורך שמערי בערי
leiby האט געשריבן:לידיעת הציבור,
מ'קען נישט אריין לייגן מער ווי 1000
אדער איז סתם דא אסאך וואס זענען נישט פעליג

מ'קען יא, נאר ס'מאכט שטייט דעם פיוטער.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 24, 2010 1:04 pm
דורך leiby
געווענליך א פאנט וואס מ'האט ארויסגענימען פין קאנטראל פענעל, קען מען עס צוריק קאפיען אפילו אויף א צוויטע קאמפיוטער, אויב אבער קימט עס פין ערגעץ אנדערש, קען ער עס נישט ליינען,
איז די עצה צו קאפיען אין,
local disc(c;)/windows/fonts
כאפ אן די פאנטס, נישט די פאלדער, אין טראג עס אריין אין די פאלדער פאנטס.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 04, 2010 6:08 pm
דורך CID
leiby האט געשריבן:געווענליך א פאנט וואס מ'האט ארויסגענימען פין קאנטראל פענעל, קען מען עס צוריק קאפיען אפילו אויף א צוויטע קאמפיוטער, אויב אבער קימט עס פין ערגעץ אנדערש, קען ער עס נישט ליינען,
איז די עצה צו קאפיען אין,
local disc(c;)/windows/fonts
כאפ אן די פאנטס, נישט די פאלדער, אין טראג עס אריין אין די פאלדער פאנטס.

לויט מיין עקספיענס דארף מען ניצן די FILE>INSTALL NEW FONTS און מאכט זיכער צו טשעקן COPY FONTS
ווען מען טוט די פריערדיגע local disc(c;)/windows/fonts

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 04, 2010 6:10 pm
דורך CID
הגם ביידע ארבעטן מאכט זיך אמאל ווען די סטאם קאפיען ארבעט נישט אזוי ווי עס האט זיך שוין געמאכט ביי מיר

געשריבן: מיטוואך מאי 05, 2010 12:52 pm
דורך גיט געזאגט
איך זיך א פונד וואס הייסט StamD
איינער קען מיר העלפען ווי מען קען עס פאר שאפען?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 06, 2010 2:58 pm
דורך יהיה כן
גיט געזאגט האט געשריבן:איך זיך א פונד וואס הייסט StamD
איינער קען מיר העלפען ווי מען קען עס פאר שאפען?


יאך האב עס
פארבינד דיך מיט מיר אין אישי


איך זוך א פאנט וואס זעהט אויס גענוי ווי די אות אויף דעם בילד
אויב איינער ווייסט עפעס אדער ענדליך'ס ביטע זיך מעלדן

כ'האב אראפגענומען דעם בילד צוליב די שמות הוי"ה, וואס ס'יז נישט גלייך דא צי שטיין

עניוועי השאלה במקומה עומדת, ווער ס'ווייסט א פאנט וואס ענדלט אין די זיטאמיר דרוק אותיות (אותיות מרובעות) יבוא ויפנה

געשריבן: דאנארשטאג מאי 06, 2010 3:15 pm
דורך טייפיסט
עס איז נישט אזוי קלאר די בילד, אבער איז נישט דאס לעמבערג?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 06, 2010 3:20 pm
דורך יהיה כן
א דאנק אייך
וואס מיינט איר 'לעמבערג' א נאמען פון א פאנט אדער א דרוק?
דאס איז א זיטאמיר' דרוק
ווער ס'ווייסט פון א פאנט וואס ענדלט אין די אותיות מרובעות פון זיטאמיר זאל מיר זאגן

דעם בילד האט מיר איינער געשיקט ער דארף דייקא אזוינע פאנט

געשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 7:32 am
דורך גיט געזאגט
יהיה כן האט געשריבן:
גיט געזאגט האט געשריבן:איך זיך א פונד וואס הייסט StamD
איינער קען מיר העלפען ווי מען קען עס פאר שאפען?


יאך האב עס
פארבינד דיך מיט מיר אין אישי




שכוח איך האב עס שוין פארשאפט אבער יעצט זיך איך דע פונד
pf-champion-script-pro

געשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 1:10 pm
דורך גיט געזאגט
וואס איז א שיינע פונד פאר א ברשור און ענגליש?
איך האב 2 באשרייבונגער דארט און איך געקענט באשטיין צו הערן פון 2 מינע פונדס

שכוח פון פאוראויס

געשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 3:34 pm
דורך צים פינטעל
דערקענט איינער די פאנט?

געשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 3:40 pm
דורך טאמעטא
its called Rook Script

געשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 3:44 pm
דורך צים פינטעל
tnx

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2010 3:50 pm
דורך צים פינטעל
סדא געוויסע פאנטס וואס זיי זענען שיינע איידעלע דעזיינס ווייסט איינער די נאמען דערפון?

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2010 4:16 pm
דורך פאכמאן
Wolfside

PCorements