חוות דעתכם - א עד וואס איך האב נארוואס געענדיקט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

חוות דעתכם - א עד וואס איך האב נארוואס געענדיקט

תגובהדורך פעטריטשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:54 pm

איך האב יעצט געענדיקט דעם עד - פאר א פיש געשעפט אין עדזשווער - לאנדאן.
איך בין אבער זייער מסופק.....
ביטע מגיב זיין בדעתכם החשובה - וואסערע תיקונים צו מאכן.
יישר כח.
צוגעלייגטע
nat ice.jpg
לעצט פאראכטן דורך פעטריטשקע אום מיטוואך אוגוסט 26, 2009 4:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:09 pm

פעטרישקע

א הערליך ארבעט!

איך וואלט ווען אביסל מער צוזאמגענומען די ווערטער Enjoy Yom Tov with אז די שורות זאלן זיך כמעט אנרירן.
פאר צוויי סיבות;
איינס, אזוי האט עס מער חן [נישט אלעמאל, מעגליך אויך אין דער פאל נישט. איך בין נאר משער].
צווייטנס, דו האסט אויבן דריי סעט'ס פון טעקסט, וואס יעדעס זאגט אן אנדער מעסעדזש, און מ'מוז מאכן סדר, מ'זאל דערקענען ווער באלאנגט וואו. אז נישט, קוקט עס אויס ווי א באלאגאן.
[מעגליך איז גוט צו פראבירן צו צעברעכן די ווערטער NAT JACOBS אויף צוויי, אזוי וועט די עפעקט גיין אויף ביידע עקסטער].

חוץ מזה, דוכט זיך איז עס הערליך.
[מעגליך די צוויי ווייסע אויטליינס אין די זייטן, זענען איבריג].

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:17 pm

אינטעליגענט האט געשריבן:

צווייטנס, דו האסט אויבן דריי סעט'ס פון טעקסט, וואס יעדעס זאגט אן אנדער מעסעדזש, און מ'מוז מאכן סדר, מ'זאל דערקענען ווער באלאנגט וואו. אז נישט, קוקט עס אויס ווי א באלאגאן.
[מעגליך איז גוט צו פראבירן צו צעברעכן די ווערטער NAT JACOBS אויף צוויי, אזוי וועט די עפעקט גיין אויף ביידע עקסטער].



אינטעליגענט טייערע, קודם כל איישער כויעח פארן מגיב זיין עס איז מיר גאר חשוב,
וואס מיינסטו מיטן צוברעכן די ווערטער nat jacobs? צוטיילן די ווערטער קען מען נישט פשוט ווייל דאס איז די סימבאל פונעם געשפעט.
למאי התכוונתם?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:31 pm

זייער שיינע ארבעט !

איך האלט אויך אווי אינטעליגענט, אפשר קען מען ריקן די נעט זשעקאבס לאגא מער לינקס, און לייגן די הכשרים אויף די רעכטע זייט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:36 pm

פעטריטשקע האט געשריבן:
וואס מיינסטו מיטן צוברעכן די ווערטער nat jacobs? צוטיילן די ווערטער קען מען נישט פשוט ווייל דאס איז די סימבאל פונעם געשפעט.
למאי התכוונתם?


איך האב געמיינט צו זאגן צו מאכן BREAK APART, דהיינו, עס ווערט צוויי בזונדערע טעקסט [אדער בילדער] אזוי ארום, וועט די Fountain Affect זיך צעטיילן אויף ביידע שורות עקסטער.
יעצט באמערק איך אבער אז ביידע ווערטער, צוזאמען מיט די בילד איז קאמבינירט, סאו ווייס איך נישט צו עס לוינט, ווייל די עפעקט פונעם בילד וועט אפשר נישט שטימען. 

powermedia
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 2:51 pm

תגובהדורך powermedia » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:47 pm

זייער שיין, אפאר הגהות

איך וואלט געזאגט enjoy yom tov with with זאל זיין אין איין שורה אין די סענטער די זעלבע סייז אז די ווילסט קענסטו מאכן yum tov ווייס אז עס זאל ארויסשרייע,ן אבער אלעס זאל זיין און איין שורה.

nat jacobs זאל זיין אינדערמיט.
די הכשרים וואלט איך געלייגט איינס נעבן צווייטן נישט איינס העכערן אנדערן, איך וואלט עס געטוישט מיט free deliveries און געלייגט א outline.


טויש די פאנט פון a happy new year די פאנט chocolate איז זייער שיין אבער סקומט נישט דא אריין סקומט מער א סימפל אות וואס מען קען בעסער ליינען.

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:44 pm

א גרויסן שכויעך פאר אלע מגיבים אשר הושיטו יד עזרה.
יעצט מיט די שינוים, איך האב געטוישט לפי ראות עיני בתגובתכם.

ביי דע וועי, וויפיל בעט מען פאר אזא עד אין אמעריקא?
צוגעלייגטע
Untitled-2.jpg

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 11:25 pm

איך בין אויך דא מיט מיינע הערות, קודם ראשון והוא העיקר. אראפנעמן די גרעידיענד פון העכער די פיש עס הרג'ט אפ די גאנצע זאך. אויך אוועק נעמען די הכשרים פון דארט, אויך די גאנצע ברייטע ליין פון די רעכטע זייט, אזוי וועט די פיש "רעדן". די שטערן אויף די רעכטע זייט איז אביסל "אוט אף סטייל" לייג ענדערש א איינפאכע "סירקעל", און איבער די נושא וויפיל מען בעט פאר דעם דאס ווענט זיך יעדער האט זיינע פרייזן אבער בערך צווישן 3 און 5 (פארשטייט זיך אויב די פאלגסט מיינע הערות :P :P ) האב הצלחה
גיב איבער פארן עולם דא אין קרעטשמע ווי אזוי די עולם הגראפיקס זעהט אויס איבערן וואסער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 1:28 am

דאס צווייטע איז פול בעסער אין מיינע אויגן.

די ווערטער פרעש 'נ פרייד מאך א ביסל קלענער ס'זאל נישט אויסזען ווי א חלק פון די לאגא.

אגב, די לאגא זעט ענדערש אויס ווי עפעס א קאמפיוטער געים פון פיש. אבער איך גלייב נישט דו האסט עס געמאכט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 3:35 pm

א דאנק פאר די אלע מגיבים,

יעצט צום אלטן פראגע וויפיל וואלט איר געבעטן פאר אזא עד?,
עס איז מיר פשוט זייער אינטעראנסט צו הערן די פארשידענע מיינונגן.

mosh
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 3:06 pm

תגובהדורך mosh » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 3:40 pm

די פיקטשער זאל זיין גרעסער...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:09 pm

פעטריטשקע האט געשריבן:א דאנק פאר די אלע מגיבים,

יעצט צום אלטן פראגע וויפיל וואלט איר געבעטן פאר אזא עד?,
עס איז מיר פשוט זייער אינטעראנסט צו הערן די פארשידענע מיינונגן.

ליין וואס "צום פינטל" האט געשריבן עטליכע תגובות צוריק: צווישן 3 און 5

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:13 pm

אינטערעסאנט די פרייז וואס די דערמאנסט דא אויבן מאכט מיר וואונדערן, אז א פשוטע היימישע גראפיק דיזיינער מאכט אומגעפער די זעלבע ווי לויער אדער א דאקטער
בערך א שעה/צוויי ארבעט פאר 3-5.

נאט בעד!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:20 pm

וויפיל האט געקאסט זיך צו לערנען די ארבעט? וויפיל האט געקאסט די פראגרעמס? א.א.וו.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:30 pm

די תשובה אויף ביידע שאלות ווייסטו אויך...וד"ל

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:58 pm

ווארום, אויב דו ליגסט אין גראפיקס ווייסטו גאנץ גוט אז צומאל קען עס נעמען פיל פיל מער ווי א שעה צוויי....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:37 pm

די צווייטע איז זיכער בעסער.
אבער איין זאך פארגעס נישט
מאכן ריזיג דעם קעפל
די קעפל איז זייער גוטע ווערטער, ווייל יעדער וויל דאך הנאה האבן פונעם יו"ט, אויב עס זיין גענוג גרויס וועט עס יעדן אפשטעלן,
לשיטתי דארף די ווערטער Enjoy זיין די גרעסטע. ווען מרעדט פון אינזשוימענט איז יעדער דא... אבער מקען חולק זיין.
די ווערטער אינטן לינקס איז אביסל נישט ליינבאר.
די ווערטער establisht וכו' פאלט אביסל ארויס פונעם לאגא

אגב, אויסער די שיינקייט איז עס זייער א "געשמאקע" עד.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:41 pm

אוי ווי שמערי בערי איז גערעכט!!

אלע וואס טוען אין גרעפיקס ווייסן אז צומאל קען מען זיך אוועקזעצן אויף א עד און אפענדיגן ביז א האלבע שעה, און צומאל, און אפשר אסאך מאל, קען עס דויערן...... קענסט נאך יעצט האלטן אינדערמיט...

הכל לפי הזמן ולפי המזל..... ולפי הסיעתא דשמיא....

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:14 pm

איך דיסעגרי מיט אייך!

ראובן און שמעון, האבן ביידע באשטעלט א פיש עד, ביידע האבן די זעלבע גוטע סחורה,
פאר ראובן איז עס געלונגען אין א האלבע שעה, פאר שמעון איז די עד געגאנגען מיט די קאפ אין וואנט, 5 שעה!

שמעון דארף בשו"א נישט צאלן פיר מאל די פרייז ווייל די גרעפיקער האט נישט געהאט קיין מזל יענעם טאג.
און ראובן דארף נישט צאלן א העכערע פרייז ווייל טאמער וועט שמעון'ס עד נישט מצליח זיין מארגן.

אז די דריקסט עפעס דארף די דריקער נעמען פיר מאל די פרייז? טאמער עס וועט זיך צוברעכן זיין מאשין און צו פיקסן קאסט איהם א אלף'ל?

הלמאי?!

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:39 pm

ווארום טייערע, קום כ'וועל דיר עס צונעמן זיין אויף קליינגעלד,

אין הכי נמי אז ראובן איז נישט שולדיג אז ביי שמעון האט עס לאנג גענומען, אבער דער דיזיינער, זיין ארבעט ווערט מער ווערט, דורכדעם וואס עס נעמט איהם אסאך מאל לאנג, איז דאס די פרייז וואס די ארבעט איז ווערט.

יעצט אז צום גרעפיקער'ס גוטע מזל איז עס איהם געגאנגן שנעל, האט פשוט פארדינט צייט,
אבער די פרייז פון זיין ארבעט זאל דען פאלן צוליב דעם?

ווארום האט געשריבן:איך דיסעגרי מיט אייך!

הלמאי?!

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:59 pm

הייסט אז דער גוי וואס פיקסט דיין סינק מעג נעמען 300 דולר א שעה, ווייל טאמער וועט עס נעמען זייער לאנג, מיז ער זיך אויסצאלן.
אדער די דעליווערי גוי פון גראסעריי וואס איז געבליבן שטיין אין טרעפיק 3 שעה מעג נעמען 4 מאל די פרייז? וויל אולי ואולי?

מה הקשר?

____
איך וועל אקצעפטירן איינער וואס גיבט מיר די פרייז בכבוד גדול, אבער איך פרעג, ווי איז יושר?

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 5:03 pm

ווארום

ווארום האלטסטו אז דער פרייז איז נישט אויסגעהאלטן?
בערך ווי פעטריטשקע האט ארויסגעברעגט; א פרייז פון א גראפיק ארבעט איז אנדערש ווי א פרייז פון א שיך! ס'איז נישט אז דו באשטעלסט עפעס און די באצאלסט אפן שעה, ס'איז די תוצאות וואס דו באקומסט.
נאר וואס דען, פאר א דיזיינער נעמט אמאל אן ארבעט 1 שעה, און דער זעלבער ארבעט [נעמליך, אן ארבעט וואס די תוצאות האבן ביים קאסטומער דער זעלבער ווערד, ווי די ארבעט וואס האט גענומען 1 שעה, נאר דער סארט איידיע פונעם דיזיינער נעמט פשוט לענגער, וכדומה], קען אמאל נעמען 5 שעה. מאכט זיך דער דיזיינער אן עווערידזש, און רעכנט בערך אז אין דורכשניט נעמט אן ארבעט בערך צוויי און אהאלב שעה, און פאר דעם לוינט אים צו בעטן כך וכך. בנוסף צו קאפדרייענישן און בילדער וואס מ'דארף קויפן, ועוד ועוד. [און אמאל נאך אויפהאלטן סעקרעטעריס, און צאלן פאר די אפיס].
איז וואס ווילסטו? דער וואס באקומט אן עד, וואס דער דיזיינער האט אריינגעלייגט נאר איין שעה, זאל צאלן ביליגער? ער האט דאך באקומען א זאך וואס איז ווערד פיל מער! נישט אזוי?

_____
מנהלים; ביטע אפטיילן דעם פרייז-שמועס, צו א באזונדערע אשכול.
.

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 5:09 pm

נאכאמאל, פארעכטן א סינק נעמט נישט מער ווי א האלבע שעה - ביי 90 % פארעכטער'ס,
ממילא בלייבט די פרייז לדוגמא 50$, אז דו האסט געטראפן עפעס א שלימזל.... וואס ביסטו שולדיג - דאס איז די פרייז.

משא"כ דא לענינינו, אויף 60 % אדער מער נעמט די ארבעט לאנג, ביי רובא פון די דיזיינערס, איז די פרייז דאס.
אז עס געלונגט פאר עמיצער צו מאכן אן עד שנעל (וואס עס מאכט זיך טאקע אפט) דארף ער נישט פארלירן זיין פארדינטן פרייז.

למשל, איך האב גענומען א קאנטראקטער, ער גייט בויען א הויז, עס גייט אים נעמען א יאר. מ'מאכט די חשבון אלעס אינאיינעם די ארבעטערס, וכו' פאר א יאר וכו'...
מהאט געשלאסן געשעפט פאר א מיליאן דאלאר.
שפעטער, דער קאנטראקטער האט זיך געגעבן א אייל צו, אפגעענדיקט די ארבעט און א האלבע יאר, דארף ער זיך אוועקזעצן אלעס איבער רעכענן, און צוריקגעבן דאס געלט, ווייל ער האט מיר א טובה געטוהן מיטן זיך צואיילן?

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 6:28 pm

שוועמל האט געשריבן:אגב, די לאגא זעט ענדערש אויס ווי עפעס א קאמפיוטער געים פון פיש. אבער איך גלייב נישט דו האסט עס געמאכט.


אז די זאגסט שוין כאפ איך אז עס איז זייער ענדליך צו א איי-פאון אפפ/געים

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » זונטאג אוגוסט 30, 2009 12:08 pm



צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט