"תג"! דער פראגראם פאר עימוד ספרי קודש וכדו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 26, 2016 4:34 pm

דוד משה האט געשריבן:קען מיר איינער ווייזן וויאזוי צו רוקן די חולם אז עס זאל נישט ארויפגיין אויפן ל ? (דורך די krn פייל איינמאל פאר אלעמאל און נישט דורך פיינד ריפלעיס)
יישר כח

לייען אדורך די 'קרנינג' פגפ פייל (kerning) פון דניאל ווייסמאן (עס קומט מיט די אינסטאלאציע דיסק פון תג, אויף ענגליש און עברית)

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג מאי 27, 2016 10:10 am

יהיה כן האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:קען מיר איינער ווייזן וויאזוי צו רוקן די חולם אז עס זאל נישט ארויפגיין אויפן ל ? (דורך די krn פייל איינמאל פאר אלעמאל און נישט דורך פיינד ריפלעיס)
יישר כח

לייען אדורך די 'קרנינג' פגפ פייל (kerning) פון דניאל ווייסמאן (עס קומט מיט די אינסטאלאציע דיסק פון תג, אויף ענגליש און עברית)

כהאב פרובירט און איך פארשטיי נישט געהעריג וויבאלד קיינע פון די שפראכן זענען נישט מיין ערשטע שפראך, דערפאר פרעג איך אן דא אפשר קען מיר איינער צו-ווייזן וויאזוי דאס צו טון.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג יוני 06, 2016 11:48 am

קען מיר איינער ביטע ווייזן וויאזוי צו מאכן אין תג די סארט הערות וואס מען זעהט אינעם בילד ?

1.jpeg

יישר כח

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יוני 06, 2016 12:09 pm

איר דארפט האבן 'רב טקסט' פאר דעם
אויב זענט איר אינטערסירט עס צו קויפן און זיך לערנען ביטע זיך מעלדן אין אישי

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

מ'דארף נישט קיין "רב טקסט" פאר די סארט אויסשטעל.

תגובהדורך TAG » דאנארשטאג יוני 09, 2016 2:27 pm

מ'מאכט עס מיט סייד נאוטס, און באזונדערע קאודס צו טוישען די ברייטקייט פון די שורות.
אט איז א דוגמא פון דעם ספר ווי אזוי דאס איז געמאכט געווארען:
בילד
צוגעלייגטע
Untitled.jpg

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » דאנארשטאג יוני 16, 2016 2:08 pm

ווי אזוי קען מען מאכן די פאנט זאל זיין פלאטשיגער ווי למשל 90% פונם אות (נישט 110% פון א קלענערע סייז)?

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » פרייטאג יוני 17, 2016 8:07 am

110% (xs1.1) מאכט אז די אות זאל זיין ברייטער מיט 10%, די הייעך בלייבט די זעלבע. צו מאכן שמעלר מיט צען פראצענט מאכט מען 90% (xs.9).

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג יוני 17, 2016 11:55 am

איינער האט מיך געבעטן צו פרעגן:
קען מען מאכן אין תג 2 קאלומ'ס וואס האט נישט קיין שייכות איינס מיט די אנדערע ווי למשל יוצרות ליום א' אין איין קאלום און אין די אנדערע קאלום יוצרות ליום ב' ?

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » פרייטאג יוני 17, 2016 1:38 pm

TAG האט געשריבן:110% (xs1.1) מאכט אז די אות זאל זיין ברייטער מיט 10%, די הייעך בלייבט די זעלבע. צו מאכן שמעלר מיט צען פראצענט מאכט מען 90% (xs.9).

איך וויל מאכן פלאטשיגער, האב איך געזאגט אז 110 פון א סייז קלענער וואלט געווען פלאטשיגער, איך וויל אבער די זעלבע סייז, בקיצור איך וויל וויסן צו די זעלבע אפשען פון מאכן שמעלער קען מען אויך מאכן פלאטשיגער.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יוני 17, 2016 2:20 pm

דוד משה האט געשריבן:איינער האט מיך געבעטן צו פרעגן:
קען מען מאכן אין תג 2 קאלומ'ס וואס האט נישט קיין שייכות איינס מיט די אנדערע ווי למשל יוצרות ליום א' אין איין קאלום און אין די אנדערע קאלום יוצרות ליום ב' ?


דער ריכטיגער תשובה אויף דעם איז 'רב טקסט'
אבער אז מען זוכט זיך ארבעט איז שייך עס צו מאכן אין תג אליינס, דורך פארשידענע 'דריידלעך',
אדער דורך 'טורים' collums markres פון די markup מעניו, אבער מען דארף זיך שפילן משלב צו זיין א פסקא פון דעם קאלום צווישן פסקאות פון דעם אנדערן קאלום, עס זאלן ביידע זיין אין די זעלבע פייל, נאר באצייכנט מיט קאלום מארקערס, א גאנצע שפילעריי דזשאב....
אדער קען מען אנשטעלן א שמאלע פעידזש סייז ווי די ברייט פון איין קאלום, און ביי page setup אנשטעלן צו פרינטן 2 pages on 1 sheet, אויך א שפילעריי פאר זיך, צו מאכן יעדע פעידזש מיט אן אנדערע טעקסט
כנלע"ד
אדרבא, אז איינער ווייסט עפעס גרינגערס אן דארפן נוצן 'רב טקסט', מעג זיך אנרופן

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » זונטאג יוני 19, 2016 10:37 am

גאון הגאונים האט געשריבן:
TAG האט געשריבן:110% (xs1.1) מאכט אז די אות זאל זיין ברייטער מיט 10%, די הייעך בלייבט די זעלבע. צו מאכן שמעלר מיט צען פראצענט מאכט מען 90% (xs.9).

איך וויל מאכן פלאטשיגער, האב איך געזאגט אז 110 פון א סייז קלענער וואלט געווען פלאטשיגער, איך וויל אבער די זעלבע סייז, בקיצור איך וויל וויסן צו די זעלבע אפשען פון מאכן שמעלער קען מען אויך מאכן פלאטשיגער.

אויב לאזטו די זעלבע סייז נאר די מאכסט עס %110 בלייבט די הייעך די זעלבע, עס ווערט נאר ברייטער מיט 10%.

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » דינסטאג יוני 21, 2016 7:22 pm

יהיה כן האט געשריבן:נאך א טריק פאר תג
אויב האסטע א תג פייל, אבער האסטע נישט דעם סטייל דערפאר, אט האט איר אן אייצע!!
אין דעם פאלדער תג איז דא א קליינטשיגער פראגראם הנקרא sty.exe דרעג ארויף מיטן מייזל דעם תג פייל אויף דעם פראגרעם (דורך ווינדאוס עקספלארער), א שווארצע קעסטל וועט געבן א בלינק, און א נייע סטייל פייל וועט באשאפן ווערן מיט די קאודס פאר די פייל, הפלא ופלא ווינדערליך.
המשך יבוא

יעצט געניצט, ממש א מחי'!

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » דאנארשטאג יולי 07, 2016 1:33 pm

וואס קען מען טון דערצו?
די גאנצע דארף זיין ליווארנא.
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (7.52 KiB) געזעהן 2711 מאל

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג יולי 07, 2016 2:36 pm

change map
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » דאנארשטאג יולי 07, 2016 2:44 pm

תרנגול האט געשריבן:change map

שוין פרובירט.
אדרבה זאג מיר וועלכע וואלט געווען גוט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יולי 07, 2016 3:20 pm

גאון הגאונים האט געשריבן:וואס קען מען טון דערצו?
די גאנצע דארף זיין ליווארנא.


זיי האבן א עקסעטערע ליווארנע פאר נקודות. ס'הייסט פונביט ליווארנע
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יולי 07, 2016 3:45 pm

אדער לערנט מען זיך צו אביסל קערנינג און פאנט עדיטינג און מען מאכט אליינס.. כאשר אני נוהג ..

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

פאנטס פון פונטביט

תגובהדורך TAG » פרייטאג יולי 08, 2016 8:14 am

פאנטביט האט עטליכע פאנטס וואס זענען געאייגנט פאר "תג", עס קומט מיט מיט א מעפינג פייל און עס האט נקודות אינעווייניג. געווענליך הייבט זיך אן די נאמען פון די פאנט מיט FB.

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 2:29 pm

איז דא א וועג אז ווען די ערשטע שורה אין א פערעגראף ענדיגט זיך סוף עמוד אדער קאלום זאל נישט זיין קיין חלון?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 2:35 pm

גאון הגאונים האט געשריבן:איז דא א וועג אז ווען די ערשטע שורה אין א פערעגראף ענדיגט זיך סוף עמוד אדער קאלום זאל נישט זיין קיין חלון?

די לעצטע אפדעיט פון תג האט אן ענליכע אפשען, בשעת'ן paginate קען מען מיט איין קליק אויף די פריוויא אוועק נעמען דעם חלון
חוץ מזה איז פארהאן א סקריפט דערפאר וואס זוכט אין א פייל פאר חלונות סוף עמוד אדער קאלום און נאטרולייזט עס

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 2:42 pm

ווען איז די לעצטע? און וואס הייסט מיט א קליק, ס'קומט ארויף א דיילאג באקס?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 2:51 pm

ver. 3.69
צוגעלייגטע
Untitled.jpg

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:39 pm

ביי א פייל מיט הערות ארבעט עס נאר מעניועל, ד.ה. אויב מ'זעט א פלאץ ווי ס'פעילט אויס צו קענסלען די דראפ קעפ, קען מען קליקען צוזאמען מיט די שארטקאט וואס מ'וועלט אויס. ביי געהעריגע פרינט (אן הערות) קען מען אנשטעלען אז ס'זאל גיין אוטומאטיש.

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » זונטאג ינואר 08, 2017 2:56 pm

רבותי, ווער קען ביטע ארויסהעלפן
איך ארבעט שוין היינט א גאנצן טאג, געמאכט א לעיאוט פאר רב טעקסט, עפעס האב איך ראונג געטון אז איך האב פארלוירן אלע פרעימס, יתכן ווען איך האב געטוישט דעם סטייל שיט נאמען נאכדעם וואס דער קאמפיוטער האט איינמאל געזאגט ס'איז צו לאנג, איז דא א וועג ווי אזוי איך קען דאס צוריקברענגן? כ'האב נישט געהאט קיין בעקאפ אויף מיין קאמפיוטער אין די צייט

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » מאנטאג ינואר 09, 2017 8:27 am

תג נוצער האט געשריבן:רבותי, ווער קען ביטע ארויסהעלפן
איך ארבעט שוין היינט א גאנצן טאג, געמאכט א לעיאוט פאר רב טעקסט, עפעס האב איך ראונג געטון אז איך האב פארלוירן אלע פרעימס, יתכן ווען איך האב געטוישט דעם סטייל שיט נאמען נאכדעם וואס דער קאמפיוטער האט איינמאל געזאגט ס'איז צו לאנג, איז דא א וועג ווי אזוי איך קען דאס צוריקברענגן? כ'האב נישט געהאט קיין בעקאפ אויף מיין קאמפיוטער אין די צייט

ווער קען העלפן ביטע?


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט