עפעס א מענטש האט געשריבן:וואו קען איך זען קורץ און שארף די מעלות איבער אנדערע.
דא א בלעטעל פון טעג וומס״ב אויף זיי, מסתם ליגט עס ערגעץ דא אויפן וועלטל אויך.
אין איין ווארט, ביי נעט פרי איז נישט דא קיין שום קאסטמעזעישן, אויב דו בעטסט א זאך און זיי זעען ס׳כשר, עפענען זיי עס פאר יעדעם, און אז נישט קענסטו עס אויך נישט באקומען אפן. (לדוגמא א ווידאוי ווי א פרוי רעדט וואס אנדערע פילטער׳ס וועלן עפענען ווען מ׳בעט, די זעלבע מיט נישט די בעסטע אבער אויך נישט די ערגעסטע סייט כו׳)
נאך א זאך איז די מעלה פון נישט זען קיין שום בילד פאר א צווייטנס אויג האט עס געזען, ניצענדיג די אנדערע פילטער׳ס האט זיך אסאך מאל געמאכט ביי מיר וואס האלבע בילדער זענען טאקע געווארן אנגעפירקלט, אבער די אנדערע האלב בילד האט מען געזען, א נישט קאלירטע בילד פלעגט קענען בלייבן אפן (ומאידך גיסא א שטיקל האלץ איז געווארן אנגעקאלערט על לא עול בכפו) משא״כ דא זיצט א מענשט און ווייסיך ווי, און קוקט מיט זיין אויב אויף יעדע בילד, איז דאס אויסגעהאלטן אדער נישט.
פארשטייט זיך אז דערפאר האט עס אויך געוויסע שוועריגקייטן, די בילדער - אויב זיי זענען נאכנישט געווארן געקיקט דורך א צווייטן - זענען נישט אינסטענטלי אפן וכו׳