אדווערטייזמענט עדס וואס ניצן עכטע מענטשען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

בריוועלע האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:ר אברהם מרדכי איך מיין אז עס פאסט נישט

די בילדער פון הגאון ר' אברהם מרדכי מלאך קומט פון JDN, עס איז בילדער וואס א יחיד האט געכאפט פון אים ווען ער איז געווען אין מפואר'ס סטאר.
עס קומט נישט פון א אדוועטייזמענט צעטיל.
ביטע נישט חושד זיין בכשרים, והזהרו בכבוד תלמיד חכם, בפרט ווען רוב כלל ישראל זענען כהיום פון זיינע תלמידים.


איך הער לכאורה זענט איר פון די וואס הערן זיינע שעורים איר זענט נאך נישט רוב כלל ישראל
דערמאנט מיר א ווארט ווען די הערסט א אינגערמאן מסבר זיין און מקוה די פרויען זענען אזוי די פרויען האבן די סארט נאטורן רעדט ער בסך הכל פון זיין ווייב....
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:איך געדענק מיט יארן צוריק איז געווען עפעס א פאון קאמפאני וואס פלעגעט ניצן יענקעל מיללער יעדע וואך מיט א פרישע עד

ריכטיג, גראדע האט דאס פעסט'ע רעבע אויך געטון עטליכע יאר שפעטער מיט א טעלעפאן קאמפאני (דוכט זיך דער זעלבער בעה"ב), איז קודם כל, ווער זאגט אז ס'איז טאקע געווען א ריכטיגע זאך?

אבער דער אמת איז אז, דארט איז עס געווען מער אווי לעצטנס 'ארי אבראמאוויטש' מיט GB, דהיינו דער אריגינעלער מענטש - וואס איז גראדע אויך אן אפיציעלער בדחן - נאר אין פארשידענע פאזעס מיט פארשידענע לאזונגען אויף אן אופן ווי איינער - גראדע באקאנטער פיגור און א לץ - גיבט א פערזענליכ'ן מעסעדזש. אבער די נייע סטייל איז צו נוצן דעם מענטש פשוט אלס סעלעברעטי צו מאכן א פוינט, אויסערדעם, נוצט מען דאס צו מאכן א מישמאש פין ערנסטע אידישע ענינים מיט/דורך ליידיגייער'ס, און דאס איז א שטארקע דרגא אראפ! און דענסמאל מיט יארמע רב, האט קיינער נישט פארפירט אז ס'איז א אידישקייט פראבלעם (לויט ווי כ'געדענק), נאר פארקערט אז ער איז זיך מבזה, ודו"ק.

און אז מ'רעדט שוין, די 'שטריימל סענטער' עד'ס לעצטנ'ס מיט א געפוצטער יונגערמאן (וואס כ'ווייס גראדע נישט צו ס'איז עכט) איז גועל נפש...! אדער אפשר גאר צילן זיי מיט די עדס די וואס אנדערש וואלטן זיי קיין שטריימל נישט געגאנגען (און יעצט דען יא?), סאו איזעס גאר א מצוה...

כ'וואלט געזאגט, אז דער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט "לעבעדיגע מענטשן" וואס זענען אויף עד'ס, נאר ליבערשט דער מצב וואו די גאנצע היימישע מארקעטינג האלט היינט, און אויף אזא אופן, קומען די "לעבעדיגע אדווערטייזער'ס" צומאל אריין מיט א שטארקע שוואכקייט... און ברענגן דערמיט ארויס ביים עולם דעם ווידערווילן אויך מער "לעבעדיג"...


אויב אזוי, אפשר לאזט איר זיך פאטאגראפירן אנשטאט די אלע ליצים?
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”