בלאט 1 פון 6

וויפיל מעג איך בעטן?

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2018 6:04 pm
דורך חלומות
וויפיל מעג איך בעטן?
די אשכול איז פאר אלע סארט גראפיקס (סיי פאר Greenwald Graphics און סיי פאר הגראפיקער) אלע קענען ברענגען און פרעגן פרייזן ביי די פראפעשענאל'ס

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2018 6:59 pm
דורך דאגות פרנסה
ישר כח חלומות פאר די נייע אשכול!
ווי סאך איז דאס ווערט?

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2018 7:03 pm
דורך דאגות פרנסה
דאגות פרנסה האט געשריבן:ישר כח חלומות פאר די נייע אשכול!
ווי סאך איז דאס ווערט?

גרעסער

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 3:27 am
דורך Greenwald Graphics
חלומות האט געשריבן:וויפיל מעג איך בעטן?
די אשכול איז פאר אלע סארט גראפיקס (סיי פאר Greenwald Graphics און סיי פאר הגראפיקער) אלע קענען ברענגען און פרעגן פרייזן ביי די פראפעשענאל'ס


יישר כח פארן עפענען דאס וויכטיגן אשכול!

געוונטליך האב איך קביעותדיג'ע פרייזן, אבער ווען עס קומט צו א ארטיסטיק דעזיין מיט 3D טיפאגראפי אזוי ווי אין די אשכול:
viewtopic.php?f=58&t=36993
וואס די אותיות אליין קען נעמען שעות... דארף מען בעטן מער פון סתם א עד, א שאלה מיט וויפל מער...

דאס איז נאך א דעזיין מיט 3D אותיות, א ריזיגע בעננער פאר א "גרינגען באן" סטיישן, זענען די פרייזן פאר גרויסע 3D בעננערס אין די געגנט פון 600 $ אדער מער?

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 3:32 am
דורך Greenwald Graphics
גרעסער

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 10:06 am
דורך טויגליכער איד
WOWOWOW

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 10:10 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
אויסערגעווענליך שיין!

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 10:27 am
דורך בנימין
גרינוואלד, די ירושלים גראפיק איז אין באנוץ אדער ס'איז אן עבודת גמר?

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 1:02 pm
דורך דאגות פרנסה
Capture.JPG
Capture.JPG (127.7 KiB) געזעהן 4015 מאל
דאגות פרנסה האט געשריבן:
דאגות פרנסה האט געשריבן:ישר כח חלומות פאר די נייע אשכול!
ווי סאך איז דאס ווערט?

גרעסער

איינער מיט א פרייז ביטע
$50-$100
$100-$150
$150-$200
$200-$250
$250-$300
$300-$350
אדער?

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 1:11 pm
דורך Greenwald Graphics
בנימין האט געשריבן:גרינוואלד, די ירושלים גראפיק איז אין באנוץ אדער ס'איז אן עבודת גמר?


די גראפיק האב איך געטוהן פאר "סיטיפס" - דאס איז די Light Rail קאמפעני פון ירושלים, זיי האבן געוואלט באצירן אפאר באן סטאנציעס פאר א קורצע ווייל,

איר ווילט אויך א זאנס? איך קען אייך מאכן! :smile:

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 3:22 pm
דורך ענדע צדיק!
די ׳ירושלים׳ גראפיקס איז געוואלדיג!

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2018 7:08 pm
דורך קוגל מיט פיקל
די פאנט פון "ירושלים" קומט אזוי אדער מ'האט פראדעצירט ספעציעל פאר דעם טאוול?

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 2:35 am
דורך Greenwald Graphics
קוגל מיט פיקל האט געשריבן:די פאנט פון "ירושלים" קומט אזוי אדער מ'האט פראדעצירט ספעציעל פאר דעם טאוול?


די אותיות האב איך געמאכט אין פאטאשאפ, עס איז נישט קיין פאנט.

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 3:10 am
דורך לחם לשובע
סיטיפס האט געבעטן א עד ביי א היימישער איד?

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 4:35 am
דורך Greenwald Graphics
לחם לשובע האט געשריבן:סיטיפס האט געבעטן א עד ביי א היימישער איד?



דורך א היימישע גרויסע סענטער פון דעזייענרס.
וואס איז? היימישע אידן זענען די בעסטע :grin:
איך האב שוין געמאכט דעזיינס פאר גרעסערע פון זיי. (אל על, נסיעות צו פולין, און נאך)

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 7:02 am
דורך משה יענקל
מעגן מעג מען בעטן וויפיל מען וויל. ... די שאלה איז וויפיל מען קען בעטן

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 12:18 pm
דורך איינס
זאג נאר ראביי גרינוואלד אזוי לאנג שלעפן זיי מיטן באצאלן?
ווען איז דאס געווען אין ירושלים?

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 1:32 pm
דורך לחם לשובע
איינס האט געשריבן:זאג נאר ראביי גרינוואלד אזוי לאנג שלעפן זיי מיטן באצאלן?
ווען איז דאס געווען אין ירושלים?

זיי?...
ווען עס קומט צי זייער טאש, אז דו וועסט זיי א האלב סעקונדע שפעט נאכן ארויף גיין אויפן באן ווערסטו שוין גע'קנס'עט...

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 1:43 pm
דורך איינס
לחם לשובע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:זאג נאר ראביי גרינוואלד אזוי לאנג שלעפן זיי מיטן באצאלן?
ווען איז דאס געווען אין ירושלים?

זיי?...
ווען עס קומט צי זייער טאש, אז דו וועסט זיי א האלב סעקונדע שפעט נאכן ארויף גיין אויפן באן ווערסטו שוין גע'קנס'עט...


כמעט ריכטיג
איך בין געווען און באקומען פון זיי זייער גוטע סערוויס
אויך ווען איך בין ארויף אויפן באן און זיך פארעכנט מיט די טיקעטס

אבער גרינוואלד ווען איז די סיין געווען אויף די באנען?

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 1:45 pm
דורך לחם לשובע
ביסט א יוצא דופן

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 1:54 pm
דורך פארשטיין טיף
לחם לשובע האט געשריבן:ביסט א יוצא דופן

מאך עס נישט אויז געפרליך איך בין שוין געפארן אין פרגעסן צי באצלען אין עס איז גאר נישט געשין

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 3:39 pm
דורך איינס
פארשטיין טיף האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:ביסט א יוצא דופן

מאך עס נישט אויז געפרליך איך בין שוין געפארן אין פרגעסן צי באצלען אין עס איז גאר נישט געשין


ניין, ביי מיר זענען זיי ארויף געקומען און געבעטן טיקעטס, איך האב געהאט צווי קינדער מיט מיר אונטער 5, האבן זיי מיר געזאגט אז ממעג האבן נאר איין קינד פער אדאלט, און זיי האבן מיר נאר געזאגט "נעקסט טיים זאלסטו נעמען א טיקעט פאר די צווייטע קינד"

אבער לאמיר נישט פאקריכן פון נושא

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 4:31 pm
דורך חלומות
איינער פארשטייט וואס די חברה רעדן דא צאם?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 7:30 am
דורך לחם לשובע
חלומות האט געשריבן:איינער פארשטייט וואס די חברה רעדן דא צאם?

דא דארף מען ניצען דער קאפ... :roll:
אויב עס איז צי שווער, לוינט זיך נישט צי מוטשען, ס'נישט אזוי וויכטיג, אבער... אויב גייסט אמאל זיין אין ירושלים זאלטו זיך נישט וואגן ניצען דער לייכטער באן אן צאלן אויפן ערשטע רגע! :evil:

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 4:30 pm
דורך הגראפיקער
וויפיל מעג איך בעטן פאר די עד?


Untitled-3.jpg
Untitled-3.jpg (702.17 KiB) געזעהן 3135 מאל