אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין - פאר מתחילים!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך מאי 09, 2018 9:54 am

איינס האט געשריבן:
טויגליכער איד האט געשריבן:אדרבה!

איך האב עס געטראפן אין מיינע ארכיוון אבער איך קען עס נישט ארויף לייגן
ווי אזוי טוט מען עס?

אקעי דא איז עס
וואס מדארף טוען איז פאלאען די אינסטראקשנס פון דער טויגליכער איד:) ביים צוויטן מהלך (די מהלך פון Drop Caps.), אנשטעלן די Drop Caps סזאל זיין איין אות, און דערנאך ראנען דעם סקריפט, און סוועט אליין אנשטעלן יעדע פארעגרעפ.
----
דער סקריפט לויפט ביז די ערשטע ספעיס, און דערפאר מאכט זיכער אז קיין איין פארעגרעפ הייבט זיך נישט אן מיט קיין ספעיס, ווייל דעמאלט וועט ער סטאפן גלייך נאכן ספעיס.
צוגעלייגטע
Drop Words(מילת פתיח).jsx.zip
(836 Bytes) דאונלאודעד 42 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:29 pm

איז דא א וועג וויאזוי איך קען האבן א פרי טרייעל אויף 2018 אינדיזיין נאכדעם וואס איך האב שוין געהאט פאריאר א פרי טרייעל?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:22 pm

אפשר אויף א צווייטנס נאמען...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:58 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:איז דא א וועג וויאזוי איך קען האבן א פרי טרייעל אויף 2018 אינדיזיין נאכדעם וואס איך האב שוין געהאט פאריאר א פרי טרייעל?

ווינדאויס?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 10:51 am



קאפיטל י״א | חלונות ח״ב


זעמיר צוריק דא מיטן צווייטן חלק וויאזוי צו מאכן הערליכע חלונות אין אינדעזיין.
צום ערשטנס לאמיר עפענען א נייעם בלאט, גיב אים א גוטע פאר זייטן, צו קענען זען קלאר די געשמאקייט פון די מהלך, מאך זיכער צו טשעקן דעם ״פריימערי טעקסט פרעים״ קעסטל, גיב אים א מארדזשין ככל מה שלבך חפץ, און דרוק OK.

קליק אריין אינם באקסל, רייט קליק, וועל אויס ״Fill with placehlder text״ אבער מאך זיכער פארדעם אז די שפראך איז אנגעשטעלט אויף ״היברו״, דאס וועט אנפולן די גאנצע. מעשה מיט רענדאם ווערטער וואס איז פונקט פאסיג פאר אונזער לעקציע.

אצינד לאמיר סעלעקטן די גאנצע מעשה (story) און אפעלירן א פערעגרעף סטייל דערצו, לאמיר אים פשוט אנרופן “pharagraph” און בלויז גיבן א שיינע רעגולער ווילנא פאנט מיט א שיינע סייז, אביסל דזשאסטיפיי און ספעיסינג, עס זאל אויסקוקן ווי א ספר.


פשוטע ספר סטייל


לאמיר סעיוון דעם סטייל און גיין צום קערעקטער סטייל פאנעל, עפן א נייע סטייל גיב אים בלויז א ווילנא באלד פאנט, סעיוו אים אלס חלון, און דאס איזעס.


חלון סטייל


גיימיר צוריק צום פערעגרעף סטייל, קליק אויף ״דראפ קעפס און נעסטעד סטיילס״, מאך א נייע נעסטעד סטייל, חלון, ביז איין ווארט, און מיר זענען פארטיג מיט די סטייל אויך.


די פערעגרעף סטייל


יעצט לאמיר גיין צום עיקר, זאאם אריין ביים אנהייב פון ערשטן פערגרעף, וועל אויס די פרעים טול (f) מאך א שמאל-און-הויכע קליינע קעסטעלע (זע בילד), עפן אויף די ״טעקסט רעפ״ פענעל, וועל אויס די צווייטע אפציע פון לינקס, גיב אים אפאר פויטס אויף אראפ בערך אזוי הויעך ער זאל זיך אביסל אריינשטעקן אין די צווייטע שורה, אבער נישט צופיל (ווייל עס וועט מאכן פראבלעימעם אויב איז נאר דא איין שורה אין א פערעגרעף), און צום לעצט שטעל אן ער זאל זיך רעפן צו לינקס.


די קליינע אבדזשעקט



די טעקסט רעפ אפציעס



והנה חלון


אויב איזעס גוט קען מען גיין ווייטער, אויב נישט קוק איבער די בילדער און מאך זיכער אז אלעס איז גוט אנגעשטעלט.

לאמיר אננעמען אז אלעס גייט כשורה ביז דערווייל, העמער זיך נעמען צום עיקר, עפנט אויף דעם ״פיינד ריפלעס ווינדאו״ ctrl + f, גייט צו ״גרעפ״, און די פיינד פיעלד לייגט אריין די בוכשטאבן:

קאוד: וועל אויס אלע

^(.+?\s)


און די ריפלעיס פעילד לייגט אריין די אותיות:




די פיינד ריפלעיס אפציעס


וועלט אויס ער זאל זוכן אונעם גאנצן סטארי, אדער דאקומענט, ביי פיינד פארמאט, וועלט אויס די פערעגרעף סטייל, יעצט קאפי די אבדזשעקט וואס מיר האבן פריער געמאכט, און דרוקט ״טשענדזש אלל״, עס וועט זיך נעמען פארן שטיקל ביי שטיקל און פאבראצירן די חלונות, נאך א קורצע צייט וועט ארויפקומען א קעסטל אז ער איז פארטיג, און וויפיל חלונות ער האט געמאכט.


דאס איזעס וועל דאן!


יעצט ברויך מען פשוט סעיוון דעם גרעפ צו האבן פאר קומענדיגע מאל, אויבן פונעם זוכן קעסטל איז דא אזא דראפדאון וואס יעצט שטייט Custom נעבן דעים איז דא אן עררא אויף אראפ צו אנדייטן דעם סעיוו פונקציע, דרוקט דערויף און גיבט עס א שיינעם נאמען.


סעיוון דעם חלון פריסעט


צו אראפנעמען א חלון, מעקט מען פשוט אויס דעם אבדזשעקט, און אויב ווילמען צולייגן איינס, קען מען קאפי פעיסטן פון א צווייטע פערעגרעף.

נעמט און אכט אז די גאנצע פראסעס ברויך געמאכט ווערן איינמאל אלע טעקסט ליגט שוין אין די סטארי, אויב נישט וועסטו דארפן איבערמאכן די פראסעס און עס וועט ליגן מער ווי איין אבדזשעקט פער חלון, אויב איז דאס די מעשה, זע צו מאכן גאר א שמאלע אבדזשעקט, כדי עס זאל נישט ווערן גאר א ברייטע ספעיס צווישן די חלון און די צווייטע ווארט.


אהה… יעצט קען מען לערנען דערין


די מעלה פון די מהלך איז אז מען קען טוישן די סטייל וויאזוי מען וויל און אלעס טוישט זיך אויף איינמאל, און אז מען דארף נישט שטיין און אפלייען סטיילס שטיקל ביי שטיקל, פון די אנדערע זייט איז אביסל מאדנע אז מען לייגט אריין א אבדזשעקט אינמיטן א שטיקל…

פאר הערות http://indesign.toiglicher.com/קאפיטל-י״א-חלונות-ח״ב/

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:40 pm

אזא איבעראשונג... יישר כח!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 7:53 pm

נודה לך האט געשריבן:אזא איבעראשונג... יישר כח!!

וואס איז דער איבערראשונג? איך מיסס עפעס?


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט