אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין - פאר מתחילים!

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין - פאר מתחילים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

בס”ד

[align=center]הקדמה[/align]

[align=center]…ער דערוועקט זיך פלוצלונג, די קאפ קלאפט ווי מיט האמערס, עס וועגט ווי בליי, עס איז הארט ווי א שטיין, עס איז פארשטאפט ווי א ספאנדזש, די זון שיינט אריין אין זיין אויגן מיט א שטארקייט ער האט אפילו נישט קיין כח צו ריקן די פורהאנג, אפילו די פליגן און מאסקיטן ווייסן אז ער איז יעצט שוואך והא ראי’ זיי באזעצן זיך אויף זיינע אויערן איינע נאך די צווייטע... צוביסלעך האט ער זיך אנגעהויבן דערמאנען וואס ווען ווי…

***
[/align]

די מעשה האט זיך אנגעהויבן עטליכע חדשים פריער, זיין טאטע אן ערנסטער תלמיד חכם האט זיך דערמאנט אין זיינע חידושים וואס הויפענען זיך אן אין קעלער, און ווערן נאר מער און מער פארשטויבט פון טאג צו טאג,

מען מוז אנהויבן זעהן תכלית האט אים זיין טאטע געזאגט, עס איז ממש א שאד פאר די וועלט אז זיי קענען נישט נהנה זיין פון די חידושים.

נו וואס זאל איך טון פרעגט ער דעם טאטן.

וואס הייסט וואס? גיב עס אריין צו איינעם אפצוטייפן און נאכדעם העמער ווייטער זעהן.

געזאגט און געטוען, נאך עטליכע טעג האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען געדריקטע בלעטער אין אימעיל, אינאיינעם מיט געשוואלענע בילס…

מהאט זיך אנגעהויבן נאכפרעגן אויף דרוקערס, און אויסשטעלערס אבער דארטן איז מען געבליבן שטעקן, מהאט פשוט נישט געהאט די פאר דאלאר…

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, מילא ווען מ’מיינט זיך, איז איין זאך, אבער מען קען נישט קארגן אויף יענעמס חשבון, די וועלט מוז דאך זען די חידושים, הייבט מען אן אליינס צו פראבירן עפעס טון, ווארד קען דאך יעדער, הייב מען זיך אן ארומצושפילן מ’פרעגט דעם און יענעם, וועלכע פאנט, ווי גרויס און ווי קליין אא”וו.

און דאס איז געווען נעכטן ביינאכט ביז 4 אזייגער, מען האט געדארפט אריינברעגען א בילד און עס האט געהאלטן און איין טאנצן פון אויבן ביז אונטן און דערנאך צו א צווייטע בלאט, ביז ער איז אריינגעפאלן איז בעט אנע כח, פארצווייפלט, גענוג געפלאגט, שוין לאנג געהערט אז די קאמפיוטער איז די גרעסטע חורבן אפילו בגשמיות, שוין באקומען די לעקציע!

אע”כ האמיר באשלאסן אויסצוהערן די שטילע געשריי פון די פארווייטאגטע אידן און מיר וועלן פרובירן אביסל ארויסצוהעלפן

אויסצושטעלן ספרים אין וואר… אוי ניין… אין אינדעזיין.

פאר מתחילים (נישט נאר פאר זיי, נאר אפילו מתחילים וועלן פארשטיין…)

הצלחה רבה. לעטס גאו!

פרטים באים!

נ.ב. איך בין נישט די גרעסטע אינדעזיין טשעמפיאן, איך וועל פראבירן שרייבן וויפיל איך ווייס, אויב איינער האט סיי וואספארא הערה, הגה, הוספה, ווערט ער געבעטן צו שרייבן, אדער שיקן א מעסעדזש. – א גרויסן ייש”כ

לתועלת הציבור האמיר געעפענט א וועבזייטל ספעציעל פאר דעים
http://toiglicher.com/
האט הנאה!
לעצט פארראכטן דורך טויגליכער איד אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 8:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

משומר בלאקט דייו סייט
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טהעט סאונדס נייס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

להערה בעלמא, אינדיזיין איז זייער גוט פאר קונטרסים, אבער פאר ספרים, און בפרט אויב ס'האט הערות איז 'תג' אסאך בעסער, אבער אינדיזיין איז 1000% בעסער ווי וואורד,

וועלן מיר בעז"ה דורך טון וואס איר צייגט, און מיר וועלן מעיר זיין כמועט כוחי בעז"ה.


ייש"כ עניוועי, ס'וועט זיכער העלפן אסאך אנדערע אידן אין זייער ביזנעס, און זכות הרבים תלוי בו.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

קאפיטל א' | אינסטאלירן די פראגרעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

לאמיר אנהייבן פון א’!

די בעסטע און גראדסטע וועג איז צו גיין צו אדאובי’ס וועבזייטל און קויפן א מעמבערשיפ, דאס ברויך מען באצאלן חודש’ליך.

דא קען מען זעהן אלע פלענ’ס

די פרא’ס זענען: מען ווערט כסדר אפדעיטעד מיט נייע פיטשערס וכדו’, מען קען נוצן טייפקיט פאנטס, ועל כולם די ק”ק (קריעטיוו קלאוד – אזוי ווערט אנגערופן די נייע ווערסיע פון די אדאובי עפפ’ס) לייברעריס וואס מען וועט זעהן די פראקטישקייט במשכ’ן ארטיקל, און אויך משום ועשית הישר והטוב.

נאר אזוי ווי עס קאסט ליידער אסאך געלט, קען מען גיין צו א לאקאלע טעקניקער און ער וועט עס לכאורה קענען אינסטאלירן איינמאל פאר אלעמאל. אדער קען מען קויפן א פריערדיגע ווערסיע, וואס איז נישט קיין מעמבערשיפ נאר אן איינמאליגע באצאלונג, אבער מיר וועלן רעדן פון “סי סי (קריעטיוו קלאוד)” וואס האט מער פיטשערס ווי די פריערדיגע ווערסיעס.

פאר א פאר טאג, קען מען האבן ביידע, די נייע אבער בחנם, אינ’ם ביזנעס וועלט ווערט עס אנגערופן “א פרי טרייעל”!…

די סדר וויאזוי עס ארבעט ווען מען קויפט איז, אז מען דאונלאוד די “קריעטיוו קלאוד” דעסקטאפ אפליקאציע, מען סיינט אריין, און פון דארט אינסטאלירט מען אלע פראגרעמס וואס מען וויל.





מ’ברויך זיכער מאכן פאר מען אינסטאלירט די פראגרעמ’ס, אנצושטעלן דעם דעסקטאפ אפליקאציע, פאר היברו סופפארט, אויב האט מען שוין אינסטאלירט פראגרעמ’ס פאר’ן אנשטעלן, וועט מען עס דארפן איבעראינסטאלירן נאכן אנשטעלן צו היברו.



איינמאל מען איז מסודר מיט’ן אינסטאלירן, קען מען גיין ווייטער, און זעהן אביסל וויאזוי די פראגרעם קוקט אויס פון אינעווייניג.

http://toiglicher.com/%D7%A7%D7%90%D7%A ... %9E%D7%A1/
לעצט פארראכטן דורך טויגליכער איד אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

שמו האט געשריבן:להערה בעלמא, אינדיזיין איז זייער גוט פאר קונטרסים, אבער פאר ספרים, און בפרט אויב ס'האט הערות איז 'תג' אסאך בעסער, אבער אינדיזיין איז 1000% בעסער ווי וואורד,

וועלן מיר בעז"ה דורך טון וואס איר צייגט, און מיר וועלן מעיר זיין כמועט כוחי בעז"ה.


ייש"כ עניוועי, ס'וועט זיכער העלפן אסאך אנדערע אידן אין זייער ביזנעס, און זכות הרבים תלוי בו.

מיר האפן צו רעדן וועגן אלע אנדערע חלקים אויכעט, אבער עס וועט זיין געבעיסט טאקע צו קענען אויסטעלן ספרים (מיט הערות) אין אינדעזיין גרינג און אן קיין שום קאפוויי.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

קאפיטל ב’ | אינטערפעיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

צום ערשטנס פאר די וואס האבן נאך קיינמאל נישט גענוצט אינדעזיין, און זענען פארשטייט זיך אינגאנצן פארלוירן נאר עפענענדיג דעם פראגרעם, וועלמיר מאכן אביסל סדר און אפווישן די פארהויכטע גלעזער.

גלייך ווען מען עפנט די פראגרעם צום ערשטן מאל, געפינט מען זיך אינעם “סטארט ווארקספעיס” ד.מ. אז דא האט מען בעיקר פיטשערס אנצוהייבן א נייע בלאט, קודם האט מען צוויי טעב’ס: “ווארק” און “לערן”, ביי לערן האט מען פארשידענע לינקסט צו אדאובי’ס לעססאנס (נישט ראטזאם אנצוהייבן דערמיט), ביי “ווארק” קען מען עפענען א נייע דאקומענט (קריעט נאא), זעהן די פריערדיגע דאקומענטן (מיט א פריוויו), און אנהייבן מיט א פריסעט (א פון פריער אנגעשטעלטע דאקומענט מיט אלע סעטטינגס), עפענען א אלטע דאקומענט (אפען).

אויבן נעבן די סערטש באקס, שטייט “START” דארט קען מען אנשטעלן וואספארא פענעל’ס מ’וויל האבן אפען, ווי אויך קען מען אליינס אנשטעלן פריסעטס, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן, ביי די לינקע זייט אויבן זענען די מעניוס.

לאמיר טוישן די פריסעט פון סטארט צו עסענשאלס, אזוי וועלן מיר באקומען די פאר פענעלס וואס פעלן זיך וויכטיג אויס אנצוהייבן.



אצינד האבן מיר שוין די זייטיגע “טולבאר” ביי די לינקע זייט, און די וויכטיגע פענעל’ס ביי די רעכטע זייט.



לאמיר צושטייטעלעך אדורכגיין די וויכטיגע אייקאנ’ס פון דעם “טולבאר”:

די ערשטע צוויי עראוס, זענען די סעלעקשאן טול’ס, די ערשטע איז די נארמאלע סעלעקשן טול (וואס מען קען באקומען דורכן דרוקן V, און ווען מ’איז אין א טעקסבאקס און V וועט פשוט טייפן א V ברויך מען דרוקן “עסקעיפ [ESC]”), מיט די טול סעלעקט מען אלעס, מען קען ריסייזן באקסעס און בילדער וכדו’. די צווייטע טול, איז די “דיירעקט סעלעקשן טול” וואס מיר וועלן שפעטער מער מפרש זיין, (די שארטקאט איז A).

לאמיר אויסלאזן די קומענדיגע צוויי און גיין צום פינפטן: די “טייפ” טול. אויב דרוקט מען אביסל לאנג אויפן טול ברויך מען זעהן א פאפ אפ פון פיר טולס: “מי טייפ טול”, “מי טייפ אן עי פעדז טול”, “טייפ טול”, “טייפ אן א פעדז טול”, (אויב זעהט מען נישט די “מי” טולס ברויך מען איבעראינסטאלירן די פראגרעמ’ס ווי ערוועינט און דעם ארטיקל. די ערשטע צוויי זענען פאר אידיש – לשה”ק, די צווייטע צוויי זענען פאר ענגליש. ווען מען דרוקט דעם לעטטער T באקומט מען אויטאמאטיש דעם טייפ טול.



אצינד לאמיר עפענען א דאקומענט און טייפן!

דרוקט CTRL + N אדער גייט צו די פייל מעניו און סעלעקט נאָ > דאקומענט, לאמיר דרוקן אקעי.

אפס, ס’טייפט זיך נישט (כא’געוויסט אז ווארד איז אסאך בעסער, מ’קען גלייך טייפן נארמאל…), איז אזוי: אין אינדעזיין ברויך מען קודם מאכן א “טעקסטבאקס” און נאכדעם טייפט מען אינעם באקסל, צו מאכן א טעקסטבאקס, קליק און דרעג מיט די מייזל ווי גרויס די ווילסט די באקס זאל זיין, לאז אויס דעם מייז’ל, און דער קורסער בלינקט אויבן ביים רעכטן זייט, יעצטערט קען מען אנהייבן.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, איך קום אן צום סוף באקסל, איך טייפ, איך טייפ מער, איך טייפ נאכמער, איך דרוק שטערקער, און שטערקער, און גארנישט! שטא’מער קיין פלאץ אין די קעסטל, לאמיר שנעל עסקעפן (ווייסטו וואס כ’וועל דיר יא אויסזאגן: אויב האלט מען אן דעם קאנטראל קי, באקומען מען דעם פארשווארצטן עראו און אז מען דרוקט אויפ’ן באקס’ל קען מען מאכן פון אים א לאנגס און א ברייט’ס!) און דרוקן אויפ’ן קעסטל און אים פארברייטערן לפי הצורך.



הערה: זיך ארומצושפילן, רייט קליק, דרוקט פיל וויט פלעיסהאלדער טעקסט. (אויס פילט זיך עס אן מיט אראביש, סעלעקט היברו).

ווען עס איז דא “אווערסעט טעקסט” ד. מ. ווען מ’טייפט מער וויפיל ס’גייט אריין אינ’ם קעסטל, וועט ליגט א רויטע פלאס אונטן ביים לינקן זייט פונ’ם באקס, אויב וויל מען לייגן די איבריגע אויף א אנדערע בלאט, קליקט מען אויפן רויטן קעסטל, די מייזל ווערט אנגעפולט מיט טעקסט, און מען מאכט א נייע טעקסטבאקס אויפן קומענדיגן בלאט, און עס ווערט אליינס אריינגעפילט מיט די אווערסעט טעקסט.

וואס הייסט?! אויב מאך איך א ספר פון פינעף טויזענט פעידזשעס וועל איך מוזן מאכן 5000 טעקסטבאקסעס?!

די ענטפער איז ניין, און מיר וועלן עס עקספלעינען ביים “א נייע בלאט” ארטיקל.

וויאזוי טייפט מען רינדעכיג? (אז איך הייב שוין יא אן לאמיר כאטש מאכן די אינוועטעישאן פאר מיין ברודער).

גיב מיר א שעה, איך וועל דיר שוין ווייזן, קודם לאמיר גיין ווייטער אביסל.

די ליין טול: פטושו כשמשעו, מאכן א גראדע ליין. (אויב כאפט מען אן שיפט, ווערט עס “עכט גראד” אדער “עכט שיעף”).

די נעקסטע אין די ליין (כמיין נאך די ליין טול):

“די שרעק אנווארפענדע פען (פעדער) טול”: דאס פאדערט זיך א עקסטערע שמועס.

דערנאך איז די פענסיל, מיט וואס מען קען שרייבן וכו’ (עס איז גרינגער צו שרייבן מיט א פעדער אויף פאפיר…).

ווי האמיר געהאלטן? די צוויי פרעים טולס: די ערשטע (און אויך די צווייטע…) איז די פרעים טול, און די צווייטע (און אויך די ערשטע…) איז בעסיקלי די באקס טול, עפעס אזוי כ’קענישט צוזאגן, אבער די ביידע טול’ס קען מען נוצן: צו מאכן סתם באקסעס, באליס, סטארס וכו’, צו אריינפעיסטן בילדער דערין, צו אריינפעיסטן טעקסט דערין (מען סעלעקט דעם טייפ טול און ווען מ’גייט העכער די נייע באקס, ווערט די מייז אזוי רינדעכיג, דעמאלס גיבט מען א שטארקע [שוואכע ארבעט אויך] קליק און מטייפט – פעיסט), צו סתם מאכן שרעקעדיקע רויטע שרייעדיגע באקסעס; צוצוקומען צו די באליס און סטארס, דרוקט לאנג אויפ’ן טול; (דרוקט F פאר אינסטענט עקסעס צו די באקס טול).

די שערל: צו צושניידן די באקסעס וואס מיר האבן פריער געמאכט. סעלעקט קודם די באקס מיטן סעלעקציע טול (V) און דריקט C פאר’ן שערל און גיבט א קליקע צו שניידן.

בעסיקלי די נעקסטע וויכטיגע טול פאר יעצט איז די “אויגן טראפפער טול” (איידראפפער – פארמעט פעינטער) גיבט א לאנגן דרוק און סעלעקט דעם צווייטן אן די קעסטלעך, (אדער דרוקט (I – איי).

די האנט איז פארשטענדליך צו ארום-שלעפן (פראביר עס אליינס אויס), האלט אן דעם ברייטן ספעיס (נישט ווען די ביסט און א טעקסטבאקס…) צו ארומשלעפן אן די פליי.

ווי אויך די פארגרעסערונג גלאז איז סעלף פארשטענדליך. (דריקט אלט צו פארקלענערן), אדער כאפ אן די Z קנעפל צו זאאמן.

צום ווידערזעהן בקרוב ממש.


http://toiglicher.com/%D7%A7%D7%90%D7%A ... %99%D7%A1/
לעצט פארראכטן דורך טויגליכער איד אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

WOW א געוואלדיגן דאנק!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

זייער אינפארמירנד, ייש"כ.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א דאנק, טויגליכער!

דאס איז א ספעציעלע חוש, נאכ'ן זיין באהאוונט אין אן ענין צו פארשטיין דעם וואס האט נאכנישט קיין השגה דערין.

אגב, די סייט איז געבלאקט דורך משומר.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גאר שיין געשריבן! יישר כח.

--
זעט אויס משומר האט עס געעפנט עכ"פ פאר אפיס יוזער'ס [מיין קאמפיוטער איז אפן דערצו], אויב ביזטו נאך געבלאקט ריפרעש דיין פאלעסי.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

איך האב זיי געבעטן צו עפענען פאר'ן פאבליק
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א דאנק!

ביטע טויש אבער "דאמיס" צו "מתחילים" (אינעם בוך זיכער, ווער וועט עס קויפן?...).
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ביטע טויש אבער "דאמיס" צו "מתחילים" (אינעם בוך זיכער, ווער וועט עס קויפן?...).

פאראכטן לבקשת הרבים.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

קוקט אויס א גאר גוטע "טויגליכע" ארבייט

קיפיראפ!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שמואל בארג האט געשריבן:WOW א געוואלדיגן דאנק!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

ביטע לייגן די שארטקאוטס אין ענגליש א דאנק
מיר ווארטן און קוקן ארויס אויף ווייטער
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ דערווייל פארט דאס גאנץ גוט, וועלן מיר פראבירן מיט צוהאלטן די שיעורים ביזן סוף בעז"ה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

קאפיטל ג’ | אנשטעלן די פרעפרענסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

איידער מיר הייבן אן דעם נייעם בלאט, לאמיר קודם איבערגיין עטליכע פרעפרענסעס (גלאבאלע סעטטינגס) וואס וועט גרינגער מאכן די גאנצע ארומארבעטן אין אינדעזיין.

בילד

צום ערשטנס אנצוקומען צו די פרעפרענסעס (ברויך מען [נישט] גיין צו די עדיט מעניו און גיין צו פרעפרענסעס, אדער) דרוקט מען ctrl + k.

וועלמיר גיין אין א רייע;

    אינטערפעיס
דא קען מען אנשטעלן ווי דארק און ווי לייט די פראגרעם זאל זיין.

    ביי די type סעקשאן.
די ערשטע אפציע איז use typographer’s quotes, די אפציע מוז גלייך ווערן אנטשעקד, ווייל אויב בלייבט עס וועלן גאר אסאך קוואטס און אפאסטרעפיס (נישט מיין פעוועריט ווארט צו ספעלן) ווערן חרוב און פארטוישט און גארנישט וועט נישט העלפן (חוץ עטליכע פיינד – ריפלעיסעס).

דערנאך איז גוט אנצושטעלן די פאנט פריוויו פאר לארדזש, אזוי זעהט מען א שיינע פריוויו ביים אויסקלויבן פאנטס, ווי אויך איז גוט צו אריינלייגן די מאקסימום ריסענט פאנטס, (פארשטייט זיך אויב געווענליך נוצט מען מער ווייניגער די זעלבע פאנטס אין די פראדזשעקט).

אין די צווייטע חלק פין טייפ סעקשאן איז דא די אפציע וואס מ’זעהט געווענליך אין ווארד, אז ווען מ’סעלעקט א ווארט קען מען עס ארומשלעפן, דאס קען מען דא אנשטעלן ביים סעלעקטן דרעג ענד דראפ, ענעבל אין לעיאוט וויא.

    עדווענסד טייפ.
ביי איינס פאר די לעצטע אפציע (שאו קערעקטער אלטערנעטס) איז גוט צו אנטשעקן, ווייל אז נישט פריזט די פראגרעם זייער שנעל.

    קאמפאזישאן
דא געפונט זיך א מוראדיגע אפציע וואס מיר האבן נישט געוויסט ביז היינט,

די לעצטע אפציע פון טעקטרעפ איז אז די טעקטרעפ זאל נאר אפעקטירן די טעקסטבאקסעס וואס זענען דערינטער, ד.ה. אז אויב האט מען פארשידענע באקסעס מיט ווערטער למשל פּולקוואטס אדער ווערטער אויף א בילד, וואס געווענליך ברויך מען אנשטעלן “איגנאר טעקטרעפ”, ווידער אויב איז די אפציע אנגעצונדן ברויך מען נישט.

    יוניטס און איקרימענטס
ביימיר שטעל איך אלעס אן צו אינטשעס (וועס מען קען, שטייציך).

ביי קיבארד אינקרימענטס, קען מען אנשטעלן וויפיל עס זאל גרעסער ווערן ווען מ’מאכט גרעסער דורך א שארטקאט.

    גיידס און פעיסטבארד
איך שטעל אן די האריזאנטל מארדזשין צו א הויעכע נומער אזוי האב איך א ברייטע פעיסטבארד ווי צו לייגן בילדער און פעיסט וכדו’ בשעתן אויסשטעלן.

    קליפבארד הענדלינג
ביי די צווייטע חלק איז גוט אנצושטעלן די ערשטע אפציע, אז ווען מ’פעיסט אריין טעקסט זאל עס מיטברענגען די סטייל וכו’, אזוי בלייבט די באלד, באלד אא”וו. צו פעיסטן טעקסט אן די פארמעטינג קען מען דריקן alt + ctrl + v.

דאס איז עס אויף יעצט, נאכן אנשטעלן די פאר סעטטינגס קעמיר זיך נעמען צום ספר אליינס!

http://toiglicher.com/%D7%A7%D7%90%D7%A ... %A2%D7%A1/
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווען מ'שטעלט אן די פרעפרענצעס בשעת א דאקומענט איז אפן, האלטן זיך די נייע סעטינגס נאר אין דעם דאקומענט, און נישט אין די דאקומעטן וואס מ'עפנט דערנאך. איז דא עפעס אן עצה דערפאר?
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

קודם צו פארמאכן דעם אפענעם דאקומענט...
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

קאפיטל ד’ | א נייע בלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אצינד אז מיר זענען שוין נישט אזוי פארלוירן, קען מען שוין אנהייבן הלכה למעשה.

מיר וועלן אנהייבן אויסשטעלן א קליין ספר’ל, מיט אלע פיטשיווקעס.

צום ערשטנס וועלמיר דרוקן ctrl + n בכדי צו באקומען די “ניי בלאט אפציעס”.

בילד

לאמיר גיין אין א רייע:

די פריסעט: דיפאלט.

אינטענט: פרינט.

די נומער וויפיל בלעטער: לאמיר אנהייבן מיט 4, דאס קען מען פארשטייט זיך טוישן שפעטער.

לאמיר דרוקן פעיסינג פעידזשעס, ווייל מיר מאכן דאך א ספר וואס האט א רעכטע זייט מיט א לינקע, ווידער אויב מאכט מען א קונטרס’ל וואס וועט נאר זיין געדרוקט אויף איין זייט פאפיר ברויך מען דאס אנטשעקן.

סטארט פעידזש: 1.

פריימערי טעקסט פרעים:

אזוי ווי אינדעזיין ארבעט מיט טעקסטפרעימס, דהיינו אז מען קען זיך נישט נעמען טייפן גלייך, נאר מען מוז מאכן קודם א קעסטל, איז דאך זייער שווער צו מאכן קעסטלעך אויף א גאנצע ספר און לינקן אלע קעסטלעך (דורך די רויטע פלאס), איז דא די אפציע וואס דורך דעם ווערט אויטאמאטיש א באקס אויף יעדן בלאט און אלעס איז געלינקט איינס צום צווייטן, אזוי אויך אויב ברויך מען צולייגן נאך בלעטער ווערט עס אויטאמאטיש צוגעלייגט. די באקס סייז ווערט לויט די סייז פון די מארדזשין, וואס מיר וועלן שפעטער אנשטעלן.

די קומענדיגע אין די רייע איז די פעידזש סייז:

לאמיר עס מאכן אויף 6 ביי 9.

(אויב איז נישט אנגעשטעלט פאר אינטשעס, קען מען נאך אלס נוצן אינטשעס און צולייגן א in נאך די נומ. און עס וועט זיך אליינס קאנווערטן. אזוי אויך קען מען מאכן פלאס מיינוס וכו’).

ביינדינג: די רעכטע פארשטייט זיך.

קאלאמס: אויב וויל מען האבן אפאר קאלאמס איז גוט עס דא אנצושטעלן.

לאמיר מאכן צוויי קאלאמס, מיט .25 ספעיס צווישן.

מארדזשינס: צומערשט, די לינק אינמיטן איז, אויב מ’ווייל אלע זייטן זאלן זיין די זעלבע אדער נישט, לאמיר קודם לייגן אלע זייטן 0.5, יעצט לאמיר געבן אויבן א גרעסערס צו מאכן פלאץ פארן העדער, לאמיר גיין יעצט מיט גראדע נומערן, אן אינטש (מאכט זיכער קודם צו אנלינקן), לאמיר יעצט גיבן אביסל מער פארן “אינסייד” כדי מען זאל נישט ברויכן אויפבייגן דעם ספר ווען מ’וויל לערנען דערין, לאמיר גיין מיט 0.75.

בליד’ס, איז אביסל ספעיס ארום די פאפיר, כדי צו קענען פרינטן ביז די עק און נישט מיט א ווייסע בארדער, לאמיר עס אנשטעלן אויף .25.

צו זעהן א פריוויו בשעת’ן אנשטעלן, דרוקט דעם פריוויו באקסל אינטן ביי די לינקע זייט.

נאכן אנשטעלן, אויב טראכט מען אז מ’וועט נוצן די זעלבע סעטטינגס פאר נאך ספרים, קען מען עס סעיוון אין גיבן א פריסעט נאמען.

בילד

יעצט קען מען שוין דרוקן OK. געגאנגען!


http://toiglicher.com/%D7%A7%D7%90%D7%A ... %90%D7%98/
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווען מ'שטעלט אן די פרעפרענצעס בשעת א דאקומענט איז אפן, האלטן זיך די נייע סעטינגס נאר אין דעם דאקומענט, און נישט אין די דאקומעטן וואס מ'עפנט דערנאך. איז דא עפעס אן עצה דערפאר?

דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם, Mike Rankin פון Indesign Secrets האט צוזאמגעשטעלט א גייד מיט סקרינשאטס פון יעדע פרעפערענצן סעט (CS5) און געהיילייט אלע סעטינגס וואס אפעקטירן בלויז דעם איצטיגן דאקומענט (Local Setting), אלע אנדערע זענען גלאבאל. וואס מ'קען יא טון איז טוישן די דיפאולט לאקאל סעטטינגס פאר נייע דאקומענטס פון יעצט און ווייטער, דאס קען מען טון דורך עס סעטן ווען ס'נישט פארהאן קיין אפענעם דאקומענט. דאס קען מען אויך טון אויף אלע פענעלס, למשל אויב ווילסטו אז נייע באקסעס און שעיפס זאלן נישט האבן קיין אוטליין ביים עס מאכן דאן שטעל עס אזוי אן ווען אלע דאקומענטס זענען פארמאכט וכדו'.
דא איז די PDF פון מייק רענקין
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

קאפיטל ה’ | אריינברענגען די טעקסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

איצטערט, אז מיר האבן שוין אנגעשטעלט אלע סעטטינגס און פרעפרענסעס, קעמיר זיך נעמען אביסל טינטיג מאכן די הענט און אנהייבן די עיקר ארבעט.

צום ערשטנס וועלמיר אייך גיבן א לינק צו א דאקומענט וואס מיר וועלן נוצן דורך אויס די לעקציע, כדי מיר זאלן שטיין אייניג.

מיר וועלן אויסשטעלן דעם הייליגן ספר “תומר דבורה”. (דאס האביך געטראפן).

http://wp.me/a9528x-3K

קלארשטעלונג: די פאטנאטס זענען פאלש, עס איז נאר אריינגעלייגט געווארן כדי צו קענען ווייזן וויאזוי צו אויסשטעלן שיינע פאטנאטס אין אינדעזיין.

פיין. לאמיר אריינקליקן אינ’ם טעקסטבאקס און דרוקן ctrl + d וואס דאס מיינט “פלעיס”, עס וועט ארויפקומען א קעסטל מיט אלע פאלדערס וכו’, וועל אויס די פייל, אנשטאט דרוקן פלעין “אפען” האלט אן דעם Shift קנעפל בשעת’ן דרוקל אפען.

עס קען אים נעמען א מינוט צו כאפן ווי ער האלט, אבער יעצט וועט ארויפקומען א קעסטל פון “אימפארטירן אפציעס”.

בילד

צומערשט לאמיר אראפנעמען די טשעקס פון די אינדעקס, טעיבל אף קאנטענטס, ענדנאטס; און נאר לאזן די פאטנאטס אריינקומען.

די קעסטל פון טייפאגרעפערס קוואוטס מוז ווערן אראפגענומען.

די איבריגע איז מער ווייניגער מסודר.

OK

(אויב ווילמען קען מען סעיוון די אפציעס אלס א פריסעט)

יעצט וועט אינדעזיין אנהייבן צו פראסעסן אלע טעקסט, דערנאך וועט זיך אלעס באווייזן מיט אלע סטיילס און פארמעטטינג פון ווארד; אינדעזיין וועט אויטאמאטיש צולייגן גענוג בלעטער אלעס זאל אריינפיטן.


http://toiglicher.com/%D7%A7%D7%90%D7%A ... %A1%D7%98/
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

געוואלדיג!!
שוין דא עפעס א שטיקל פי די עף?
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”