א ממלא מקום פאר PHOTO SHOP
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- thefact
- שר האלפיים
- תגובות: 2511
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
- לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
- פארבינד זיך:
א ממלא מקום פאר PHOTO SHOP
פאטא שאפ איז היינט צו טאגס א סלענג פאר פאלטשן א פיקטשער
אבער פאטא שאפ איז ביטער שווער צו נוצן און קאסט אסאך געלט
איר קענט זיין א געלונגענער ארטיסט אבער איר וועט זיך ארום מוטשענען מיט מ"ס פעינט און ווארד
ווייל איר האט פשוט זיך נישט אויסגעלערנט פאטא שאפ, איר האלט נישט ביים ספענדן א "פארטשען" פאר פאטא שאפ, און קיין גנב ווילט איר אויך נישט זיין, און קען גאר זיין איר ברויכט נאר עפעס בעסער ווי מ"ס פעינט און ווארד, אבער איר דארפט נישט אזא פארגעשריטענע קאמפליצירט זאך ווי פאטא שאפ
לאמיר גיין אין א רייע
1. פעינט דאט נעט
http://www.getpaint.net
א פרי אפען סאורס פראגראם - וואס איז איז א ריפלעיסמענט פאר אדאובי פאטא שאפ עלעמענט - די פראגראם וואס איז אפיציעל געווען געצילט פאר פשוטע מענטשן (נישט קיין פראפעשענאלס) און למעשה קאסט עס אכציג דאלער און עס ווערט מער און מער קאמפליצירט
"פעינט דאט נעט" איז בחנם און סימפל און אסאך בעסער ווי מ.ס. פעינט און רוב אנדערע פרייע פראגרעמס עס סאפארט לעיערס און נאך אסאך פיעטשערס (סליגט "נישט" באקוועם אויף PAINT.NET נאר אויף getpaint.net)
2. פאטא פלעקסער - א וועב בעיסד אימעדזש עדיטאר
http://fotoflexer.com
מיט פאוער-פול פיטשערס
3. די גימפ THE GIMP!!!
http://www.gimp.org
ממש א ממלא מקום פאר PHOTO SHOP און ס'איז פרי (FREE)

איך נוץ אסאך פעינט דאט נעט, און עס איז ייער א גוטע פראגרעם, ובפרט אויב לייגסטו צו פון די פלאג-אין'ס קען מען מאכן דערמיט כמעט וואס מיט אנדערע, אין די פלאג-אין'ס זענען אויך פריי,
נאך א מעלה עס איז זייער סימפל, נישט אזוי קאמפלעצירט ווי די אנדערע,
ב.ד.וו. אויף זייער וועב זייטל האבן זיין א פארום אפטיילונג וואס האט אין זיך פול נוצבארע און אינטערעסאנטע זאכן.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13895
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
די פארשטייסט נישט דארט ווי די ווייזט מיר איז אנגעצייכענט אז עס זאל זיך עפענען מיט "ווינדאוס פיקטשער וויואער" אבער ווען איך דריק קאנטראל+E אדער EDIT "בשעת" עס איז אפן אינסייד אין ווינדאוס פיקטשער וויואער עפנט זיך עס מיט פעינט דאט נעט און דאס וויל איך טוישן עס זאל זיך עפענען מיט עם עס פעינט
שכח עניוועי
שכח עניוועי
- thefact
- שר האלפיים
- תגובות: 2511
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
- לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
- פארבינד זיך:
אין ווינדאוס עקספלארער (מיי קאמפיוטער) גיי צו טולס | פאלדער אפשען'ס
גיי צו די טעב "פיילטייפ'ס"
סקראול אראפ צו JPEG
דריק די באטטען CHANGE און שטעל אן עס זאל זיך עפענען מיט עם עס פעינט (מאך א טשעק ביי Always use the selected program to open this kind of file )
דריק OK
דערנאך דריק די באטטען ADVANCED
און שטעל אן אלע ACTIONS מיט EDIT
איך רעד אין א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד...
אז דו פארשטייסט נישט "פרעג איבער"
גיי צו די טעב "פיילטייפ'ס"
סקראול אראפ צו JPEG
דריק די באטטען CHANGE און שטעל אן עס זאל זיך עפענען מיט עם עס פעינט (מאך א טשעק ביי Always use the selected program to open this kind of file )
דריק OK
דערנאך דריק די באטטען ADVANCED
און שטעל אן אלע ACTIONS מיט EDIT
איך רעד אין א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד...
אז דו פארשטייסט נישט "פרעג איבער"
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13895
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
אז מען רעדט שוין האב איך געפענט די אשכול
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=80231

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
נישטא וואס צו רעדן, מיט פוטושאפ קען מען טון פול פול מער ווי מיט אלע אנדערע, כמעט נישטא קיין ממלא מקום. קיים שום פרא וועט נישט נוצט נאר פוטושופ אדער קארעל.
דא האב איך געטראפן א סייט וואס לערנט אויס פוטאשאפ אין צוויי שעה מיט א ווידיאו טוטאריעל. זיי האבן א שטיקל סעמפל דערפון אבער די עכטע קאסט עפעס.
http://www.learnphotoshopnow.com/main.html

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
א פראגרעם צו ריפלעיסען פאטא שאפ?
דער קעפל אליינס האט מיר געמאכט שמייכלען.
פאטא שאפ איז היינט איינע פון די מאכטפולסטע פראגראמען, נישט נאר אין עדיטן בילדער, נאר אין פיל פיל מער פון דעם, און א "פרי פראגרעם צו עדיטן פיקטשערס" איז ווייט ווייט, גאר ווייט פון א ריפלעיסמענט פאר דעם.
און א דוגמא: מיט פאטא שאפ קען מען היינט צוטאגס עדיטן נישט נאר בילדער, נאר אויך ווידעאס, מען קען מאכן וועב סייטס דורך פאטא שאפ, וכו' וכו', און דאס איז חוץ פון דעם מעכטיגן פאוער וואס זי האט מיטן עדיטן פיקטשערס, וואס קיין איין איינציגע פראגרעם האט נישט.
די אלע קליינע פראגראמען קענען אביסל עדיטן פיקטשערס, יא מען קען אפילו ארויס קאטן פיקטשערס, אבער נישט צופיל מער. איז דא אין איינע פון די פראגראמען וואס מען קען טוישן די עקספרעשאנס פון א מענטש? פון וויינען צום לאכן? וכהנה וכהנה.
די קאלירן וואס פאטא שאפ גיבט איז גאר אנדערש ווי די קאלירן וואס אנדערע פראגראמען גיבן. איך האב שוין פרובירט מיט עטליכע פראגרעמס אריין צו לייגן די זעלבע CMYK אדער RGB וועליוס, און דער חילוק איז געווען בולט גאר גאר שטארק.
די ענדשינס פון פאטא שאפ איז אויף א פיל גרעסערן מאסשטאב ווי סיי וועלכע אנדערע פראגרעם, און א בילד וואס איז געווארן מאדיפייעד אין פאטא שאפ קומט ארויס פיל קלארער און שענער ווי אין סיי וועלכע אנדערע פראגראם.
און וואס איז בנוגע ארבעטן NON DISTROCTIVE? וואס מאכט אז די ארגינאלע בילד זאטל נישט פארפאטשקעט ווערן, אין קעיס מען וויל צוריק ציען, דאס איז אויך כמעט נישט דא קיין פראגרעם וואס טוט דאס (חוץ אויב מען קאפיעט און מען פעיסט די פיקטשער). און דער אופן פון ארבעטן מיט לעיערס וכו' וכו'.
לערנען פאטא שאפ אין צוויי שעה? כ'האב נישט פרובירט דעם פראגראם, אבער איך גלייב אז דאס לערנט די עסענשעלס שב'עסענשעלס שב'עסענשעלס, אין "טאטעל טרעינינג" וואס עדאובי שטעלט צו, לערנען זיי אויס די בעיסיקס (עסענשאלס) אין א כמעט 20 שעה לעססאן, און די עדווענסט איז נאך בערך 8-10 שעה לעססאן.
יא, אין צוויי שעה קען מען זיך לערנען צו אוועק נעמען רעד איי, און אפשר אביסל מער... אבער דעם פאוער וואס פאוטא שאפ האט, איז ממש ענדלאז.
די גרויסע פאוטא שאפ קענער, זענען אויך נאר די וואס נוצן שוין דעם פראגרעם זינט די ערשטע ווערזשאנס, אזוי דארפן זיי זיך נישט אזוי פיל לערנען יעדעס מאל. אבער רענדיג צו א יונגערמאן וואס האט שוין אויסגעגעבן קרוב צו 4,500$ אויף פאטא שאפ לעסאנס (נישט פאר דיזיינינג, פאר אנדערע נוצן דערפון, אבער ער טוט אויך אביסעלע אין דיזיינינג) זאגט ער מיר אז וויפיל מען וועט דיר לערנען פאטא שאפ וועסטו כסדר טרעפן פרישע אפציעס און מעגליכקייטן וואס דו האסט נאכנישט ביז היינט געוואוסט.
די אלע שעות פון טרעינינג גייען אויך נישט אדורך יעדע איינציגע פיטשער, און עס זענען דא טויזענטער אויף טויזענטער פיטשערס אין פאטא שאפ, און ספעציעל אין די לעצטע "סי עס טרי" ווערזשאן.
הגם, איך רעקאמענדיר נישט פאר די וואס ווילן פון צייט צו צייט עדיטן עפעס א פיקטשער זיך צו לערנען פאטא שאפ דערויף... אבער דאכט זיך מיר אז צו ריפלעיסן די פאוער פון פאטא שאפ איז נישט דא קיין איין אזא פראגרעם.
ספעציעל די פראגראמען וואס קומען מיט היינט צו טאגס מיט דעם פראגרעם, איז דא דארטן פראגרעמס וואס מאכן פשוט ס'לעבן געשמאקער... וויצב"ש עדאובי ברידש. און "קעמרע ראו (CAMERA RAW (", וואס קען מאכן א פיקטשער פון א טונקעלע שטוב שיין און לעכטיג אן קיין שום שאדן פארן בילד, דען עס "פארשטייט" די היי-לייטס און שעידינגס, וואו עס באלאנגט יא און וואו נישט.
און דאס איז אויסער וואס אויב קען מען גוט די פראגרעם ווייס מען וויאזוי מען קען פון צענדליגע אפשענס אינאיינעם מאכן א בילד אויסזעהן קלארער און שארפער, בקיצור, עס האט נישט קיין ריכטיגע ריפלעיסמענט.
(פאר ליגעל פוירפעסעס. איך בין נישט קיין דיעלער פאר עדאובי...)

- בענאנע שאלאכץ
- שר מאה
- תגובות: 117
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 01, 2017 6:46 pm
איך נוץ דעיס און איך האב זייער הנאה
http://www.picosmos.net/
http://www.picosmos.net/
איך גלייך נארמאלע, און איך גלייך נישט נארמאלע, אבער איך גלייך נישט, נארמאלע וועלכע שטעלן זיך ארויס אלץ נישט נארמאלע
- פעטער שמואל
- שר האלפיים
- תגובות: 2681
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm
איך נוץ https://www.photopea.com כסדר פאר א קליינע פראיעקט וואס איך טוה. עס איז פונקט גענוג פאר וואס איך דארף.
עס איז וועב בעיסד און בחינם.
עס איז וועב בעיסד און בחינם.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
- גיבראלטאר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 280
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
- לאקאציע: אין אידישן קווארטל
א ממלא מקום פאר photoshop און lightroom
; gimp ; canon dpp (digital photo professional) ; digital photo professional express ; pixlr ; pixelmator pro
nikon cacture nx-d ; adobe photoshop express ; apple aperture ; darktable ; luminar 3 ; photoscape x - pro
affinity photo ; polarr ; aftershot pro ; gimpshop ; photoshop elements ; acdsee - photo studeo ; dxo ;
; google nic collection ; capture one pro ; raw therapee ; photo director 10 ; paint.net ; paintshop pro -
! on 1 photo raw ; afterlight

לעצט פארראכטן דורך גיבראלטאר אום מוצ"ש יאנואר 05, 2019 8:30 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
גם זה יעבור
- גיבראלטאר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 280
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
- לאקאציע: אין אידישן קווארטל
א חלק photo editers קאסט געלט און א חלק איז בחינם אדער חצי בחינם ; affinity photo קאסט 49 דאלאר און איז זייער
ענדלעך צו photoshop פאר ווער ס'קויפט a.p געבן זיי פאר free יעדע נייע version , (מקען טרייען א free trial)
סארבעט מיט mac און windows , און photoscape x איז free און די pro חלק קאסט געלט ,
darktale און raw therapee איז free און ענדלעך צו lightroom ,
canon dpp איז פאר canon און nikon nx-d איז פאר nikon ;

לעצט פארראכטן דורך גיבראלטאר אום זונטאג יאנואר 06, 2019 5:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם זה יעבור
- גיבראלטאר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 280
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
- לאקאציע: אין אידישן קווארטל
affinity photo איז א פראפעשינאל פאוטא עדיטער און ארבעט אביסל שטייטער פון photoshop
אבער עס איז שענער (fancy) און האט קאלירטע טולס (סאיז זייער ענדלעך צו פאוטאשאפ)
פאר רובא דרובא מענטשען איז אפיניטי פאוטא אן אלטערנאטיווע צו פאוטאשאפ ,
מען קען דעוועלעפען אין אפיניטי פאוטא raw images
און עקספארטען צו jpeg - pdf און אויך png - psd - tiff און נאך :

לעצט פארראכטן דורך גיבראלטאר אום מוצ"ש יאנואר 12, 2019 7:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גם זה יעבור