"כשרונות- גראפיק" אייוועלט פארמעסט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מאניש
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 04, 2017 6:11 pm

"כשרונות- גראפיק" אייוועלט פארמעסט

תגובהדורך מאניש » מיטוואך מארטש 15, 2017 10:48 am

לכבוד ידידי היקרים שיחי'.

איך וויל פארשלאגן א געדאנק פון מאכן דא אויפן וועלטל א "כשרונות- גראפיק" אייוועלט פארמעסט, פאר "מתחילים", (נישט פאר די וואס קענען גוט "ווארד..." נאר פאר די וואס קענען די אדאובי - קארעל פראגרעמס און פילן א געשמאק אין גרעפיקס, און האלטן נאך ביי די התחלה שטאפלען) ווי מען וועט ארויסשטעלן א געוויסע עד וואס יעדער זאל מאכן, און דער ציבור זאל קענען שטימען דערויף, ובעיקר וועלן מיר וועלן הערן פון די לעגענדארע גראפיסטן און בארימטע לייבן בעולם הגרעפיקס הלא המה אונזערע מבינים דא אויפן וועלטל א מיינונג און אן אנאליז איבער אונזער ארבעט, סיי קאמפלימענטן און סיי קאנסטראקטיוו קריטיק, און זיי זאלן אויך שטימען דערויף.

פאר "מתחילים" אין גרעפיקס קען דאס זיין א געוואלדיגע געלעגענהייט צו קענען הערן א מיינונג אויף זייער טאלאנט פון די מבינים, און כ'גלייב אז די מבינים וועלן זיכער זיין גרייט ארויסצוהעלפן די יונגערע אין דעם פעלד זיך ארויפצוארבעטן.

(אגב, איך וואלט געזאגט אז די עד זאל זיין פאר א וואוילטעטיגע ארגענעזאציע וכדו' וואס וועט באמת קענען נוצן דעם געווינער עד פאר זייער וואוילטעטיגע צוועק)

נו, וואס זאגט איר צו דעם רעיון?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מארטש 15, 2017 11:04 am

@מאניש א שטארקע רעיון
עמיצער וואס האט נאר איידיעס, און נישט גראפיק סקילס מעג אריינרעדן דא?

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך מארטש 15, 2017 11:25 am

גוטע געדאנק.
כ'בין גרייט, בל"נ, צו העלפן.

פארוואס אן עד?
בכלל, רוב נארמאלע ארגאניזאציעס וועלן עס נישט וועלן נוצן.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 15, 2017 11:28 am

פיינע איידיע. זעמער פולי אין בל״נ.

די איידיע פון א עד איז נישט אינטערסאנט לדעתי, סהאט נישט קיין נוצן און מען איז זייער לימיטעד. וואס יא?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מארטש 15, 2017 11:29 am

יואל שווארטץ האט געשריבן:
רוב נארמאלע ארגאניזאציעס וועלן עס נישט וועלן נוצן.


די געווינער עד וועט ציען פובליסיטי פארוואס זאל עס א ארגענעזאציע נישט וועלן ניצן ?

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך מארטש 15, 2017 11:32 am

רצון טוב האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:
רוב נארמאלע ארגאניזאציעס וועלן עס נישט וועלן נוצן.


די געווינער עד וועט ציען פובליסיטי פארוואס זאל עס א ארגענעזאציע נישט וועלן ניצן ?

דאס איז דער פאקט.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך מארטש 15, 2017 11:37 am

אפשר גייט מען מיט פעקעדשינג?

זאל יעדער אליין אויפקומען מיט א פיקטיווע נאמען און פראדוקט, און אהערשטעלן א פעקעדשינג דערפאר.

מעלה פון דעם איז אז אינאיינוועגס וועט מען זיך דערלערנען א שווערע און קאמפליצירטע פעלד, מיט אייגענע ריסערטש, און הערות און קאנסטרוקטיווע קריטיק פון די לאקאלע מבינים.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מארטש 15, 2017 11:38 am

יואל שווארטץ האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:רוב נארמאלע ארגאניזאציעס וועלן עס נישט וועלן נוצן.
פארוואס זאל עס א ארגענעזאציע נישט וועלן ניצן ?

דאס איז דער פאקט.


קען מען זיך פאראויס פארבינדען מיט די ארגענעזאציע, און ברשותם מאכן די פארמעסט
דערנאך וועט עס יענער ניצן.

מאניש
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 04, 2017 6:11 pm

תגובהדורך מאניש » מיטוואך מארטש 15, 2017 12:31 pm

פעקעדזשינג איז אבער נישט פאר מתחילים,
און צווייטענס עס איז בא'טעמ'טער צו ארבעטן אויף אזאך וואס מען האפט אז עס וועט גיין פובליק, און עס וועט דינען א גוטע נוצן, ווי איידער א פיקטיווע זאך וואס וועט בלייבן דא אינעם וועלטל.

כ'טראכט פון א געדאנק למשל מען זאל מאכן א עד פאר הצלה'ס ערב פסח מעסידזש אז מען זאל זיך נישט שפילן מיט די שריפת חמץ פייער'ס, ווייל עס איז א געוואלדיגע סכנה (יעדער קען עס ארויסברענגן אויף זיין אייגענארטיגע איידיע), נאר פארברענען די חמץ ביי די דעזיגנירטע פלעצער.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 15, 2017 1:33 pm

גוטע איידיע
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!!!!!!!!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מארטש 15, 2017 1:48 pm

שטארקע געדאנק! איים עם אין.

מאניש האט געשריבן:כ'טראכט פון א געדאנק למשל מען זאל מאכן א עד פאר הצלה'ס ערב פסח מעסידזש אז מען זאל זיך נישט שפילן מיט די שריפת חמץ פייער'ס, ווייל עס איז א געוואלדיגע סכנה (יעדער קען עס ארויסברענגן אויף זיין אייגענארטיגע איידיע), נאר פארברענען די חמץ ביי די דעזיגנירטע פלעצער.

פיינע איידיע
הק' איש ימיני

מאניש
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 04, 2017 6:11 pm

תגובהדורך מאניש » מיטוואך מארטש 15, 2017 6:24 pm

אדער אן אנדערע איידיע אויף וואס די פארמעסט זאל זיין, אן אויפקלערונג פון 'טעג' למשל, פאר בחורים לקראת בין הזמנים די שעדליכקייט פון צורירן צו א סמארטפאון.

די אינטערסאנטקייט איז אז עס איז דא פלאץ פאר קריעטטיוועטי אויפצוקומען מיט א געניאלן געדאנק וויאזוי ארויסצוברענגן די מעסידזש גאר שטארק.
וואס זאגט איר דערצו?

אוועטאר
iyou
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 7:15 pm

תגובהדורך iyou » מיטוואך מארטש 15, 2017 10:51 pm

גוטע איינפאל

מאניש
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 04, 2017 6:11 pm

תגובהדורך מאניש » מאנטאג מארטש 20, 2017 9:05 pm

איך וויל ארויפברענגן א אנאנס וואס איך האב געמאכט אינעם ראם פונעם "כשרונות גרעפיקס" אייוועלט פארמעסט, איך וויל בעטן דעם ציבור דאס צו רעיטן (סיי די גרעפיקס און סיי די איידיע) פון 1 ביז 10, און די מבינים זאלן צולייגן זייערע קאמענטס,

ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע מתחילים שיקט אריין אייערע סחורה, און לאמיר הערן דעם דעת הקהל דערויף[image][/image]
צוגעלייגטע
בין הזמנים 7.jpg

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מארטש 20, 2017 9:27 pm

הערליכע ארבעט

די גרעפיקס: 8 א דרייפערטל

איידיע: וואלט איך געגעבן א 10 ווען די בילד איז פינעם עזאזל בארג, יעצט געב איך עס א 9

________
ווען איך קען ווען גראפיק מאך איך א וואגשאהל פון אלע גיטע זאכן וואס דער בחורל האט געקויפט אינעם גאנצן זמן אויף איין זייט
און בעטן דעם בחור נישט לייגן די קליינע כלי אויף די אנדערע זייט וואס קען צומאל איבערוועגן די אלע אויסטערלישע קנינים

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:52 pm

וואו דו פארמאגסט אמת'ע טאלאנט!

איך האב הנאה פון דיין טעקסט-לעיאוט, באמת גאר שטארק!

איך זעה פון די טונקל בלויע גרעדיענט אז דו האסט נישט גענומען סתם א פיקטשער און געמאכט פאר בעקראונד נאר צוגעלייגט טעיסט!

הערה: די בארג גייט אויף ארויף אנשטאט אויף אראפ..

די איידיע איז זייער פיין! מ'זעט אז די נוצט דיין קאפ.

די געלע טאוועל וואס שרייט ארויס פון די טונקעלע בעקראונד, אין די געלע ווערטער אויבן איז זייער ריכטיג, ווייל די מענטש'עס אויג האט ווי צו לאנדען, ווען ער קוקט אויף דעם זעט ער גלייך עפעס וואס ציט עקסטער אטענטשן פון צווישן אלע אנדערע עלעמענטס, סא ער ווערט שנעל היימיש מיט די מעסידזש און ווייסט ווי צו גיין!

זוך אויף עפעס מער א שרעקעדיגע און פאלענדיגע נישט מסודר'דיגע פיקטשער פאר די בעקראונד.

עפעס קוועטש מיר פון די אייקאן, אפשר זאלסטו מאכן ווי א בחור פאלט [בכלל אויפן ערשטן סקונדע זעהט מען נישט אז מ'רעדט פון בחורים, סא קען זיין אז דו לייגסט דארט א בחור אייקאן ווועט עס זיין א שלימות]
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!!!!!!!!

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

!Watchout

תגובהדורך טאלאנטי » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:57 pm

Watchout.jpg
לעצט פאראכטן דורך טאלאנטי אום דינסטאג מארטש 21, 2017 2:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:03 pm

WOW


טאלאנטי לייג צו אין די זייט אין קליינע ווערטער 'בחור היט דיך נישט צו וכו' וועט עס זיין א שלימות
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!!!!!!!!

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

תגובהדורך טאלאנטי » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:05 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:WOW


טאלאנטי לייג צו אין די זייט אין קליינע ווערטער 'בחור היט דיך נישט צו וכו' וועט עס זיין א שלימות

ס'איז אונז אלע נוגע...

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:28 pm

טאלאנטי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:WOW
טאלאנטי לייג צו אין די זייט אין קליינע ווערטער 'בחור היט דיך נישט צו וכו' וועט עס זיין א שלימות

ס'איז אונז אלע נוגע...


אמת,
ביסט געוואלדיג !!
די גרעפיק'ס דא צילן צו איין פוינט, צו א בחור בין הזמנים

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דינסטאג מארטש 21, 2017 1:49 am

זייער שיין!
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 21, 2017 2:17 am

טאלאנטי איז טאקע "טאלאנטי"פול!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג מארטש 21, 2017 9:11 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:WOW


טאלאנטי לייג צו אין די זייט אין קליינע ווערטער 'בחור היט דיך נישט צו וכו' וועט עס זיין א שלימות

יעדע איבעריגע ווארט וועט נאר אפ'הרג'ענען.

איך גיי משוגע פאר דעם. אזויווי ס'איז יעצט.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג מארטש 21, 2017 11:36 am

@טאלאנטי
עס איז בכוונה געמאכט אז ס'זאל זיין א 'גליטש' מיט א 'וויש' אויפן סמארפאון אינאיינעם?

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מארטש 21, 2017 1:37 pm

הערליכע איינפאל, דארף מען נאר אפאר סארטן עדס און עס איז א פארטיגע קאמפיין.


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט