נייע וועבסייט - tzetelmaker.com

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 09, 2014 5:44 pm

איך האלט אז ער זאל געבן א היי רעז png און זיכער נישט א פידיעף, וואס אפילו מיט א פעסוארד קען מען דערמיט טון וואס מען וויל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 09, 2014 5:56 pm

און אויב ער ליינט דא, דאן זאל ער צולייגן א sign up קנעפל און ביי די פריוויו זאל ער נוצן א נידריגע רעזולוציע, אזוי וועט די פעידזש לאודן שנעלער

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג פאברואר 09, 2014 9:15 pm

א געווענליכער ציווילער מענטש קען נישט טוישן קיין ווערטער אויף א פי די עף.

ווער עס קען, קען אריינסקענען א צעטל אויכעט און אזוי זיך ארום שפילן דערמיט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג פאברואר 09, 2014 9:25 pm

נישט ריכטיג, א געווענטליכע ציווילער וואס האט אדובי עקראבייט קען טוישן ווערטער פון א פידיעף אויב ער האט די פאנטס, משא"כ א געסקענטע צו טוישן דארף מען שוין קענען.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג פאברואר 09, 2014 9:28 pm

כ'האב שוין לאנג גע'חלום'ט פון אזא געדאנק, א אידישע וויסטא פרינט

אבער וואו אזוי זאגט מען נאך פון פאנעוויטשער רב: יא דו האסט גע'חלום'ט אבער איך בין נישט געשלאפען
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג פאברואר 09, 2014 10:03 pm

כ'מיין איך גיי רעגיסטרירען די נאמען שטאלוויץ. וואס זאגט איר "אדמו"ר משטאלוויץ" סאונד פיין?

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג פאברואר 10, 2014 8:02 am

דאס איז פיין!
די פרייזען זענען צי די זאך! קוק דא
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
moishy56
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג פאברואר 10, 2014 8:43 am

vistaprint.com
is a big Goyishe comapny who is built on the same idea

But they are very famous

You can make there beautiful business cards, pens, stationary etc
for cheap prices

----

I tried once putting HEBREW letters onto the BUSINESS CARDS
on vistaprint

it didnt work


But now we have TZETELMAKER.COM

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג פאברואר 11, 2014 5:03 pm

יעצט איז חודש אדר, די סיזען ווי דער עולם שטייט אויף די ליין ביי אלע גראפיק דיזיינערס (בעיקר די ביגינערס) צו מאכן משלוח מנות לעיבל'ס. אויב דער בעל הצעטל מעיקער איז קלוג גיבט ער אן אופציע צו מאכן אליינס די לעיבלס, ער וועט לכאורה האבן צו לייזן פרנסה אויף א יאר....
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג פאברואר 17, 2014 11:52 am

פון מיסטער טוויטער

https://twitter.com/TzetelMaker
Nice amount of emails from ppl who saw #tzetelmaker on shuls. This photo sent by happy client, in Satmar 152 rodney. pic.twitter.com/A9aBfnLiwi

עלה והצלח!
צוגעלייגטע
TzetelMaker.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 17, 2014 12:14 pm

יאפ, א שיינער צעטל

1.jpg
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג פאברואר 17, 2014 1:27 pm

הערליך!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 28, 2014 2:30 pm

איך זוך אפשערן סטיקערס, דער מיסטער צעטלמאכער האט דאס נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » מוצ"ש מארטש 29, 2014 11:02 pm

איך זיך אויך, געמיינט אז איך וועל עס האבן ביי צעטיל מעיקער, אויב ער האט נישט ווייסט איינער פון איינעם וואס קען עס מיר מאכן?
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » זונטאג מארטש 30, 2014 1:03 am

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:איך זיך אויך, געמיינט אז איך וועל עס האבן ביי צעטיל מעיקער, אויב ער האט נישט ווייסט איינער פון איינעם וואס קען עס מיר מאכן?

#איך אויך

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 30, 2014 11:25 am

אפשערן סטיקערס - עפעס געטראפן אויב ס'איז אינטערסאנט
צוגעלייגטע
אפשערן גרויסע סטיקערס,.doc
(91.5 KiB) דאונלאודעד 243 מאל
אפשערן גרויסע סטיקערס.doc
(32 KiB) דאונלאודעד 243 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 30, 2014 11:28 am

געטראפן נאך איינס פאר אפשערן - לימי הפסח
צוגעלייגטע
מצה באקס.doc
(64.5 KiB) דאונלאודעד 293 מאל

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » זונטאג מארטש 30, 2014 11:51 am

שוועמל האט געשריבן:איך זוך אפשערן סטיקערס, דער מיסטער צעטלמאכער האט דאס נישט.

http://tzetelmaker.com/template/upsherin-101/

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 30, 2014 11:52 am

משה הקטן האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:איך זוך אפשערן סטיקערס, דער מיסטער צעטלמאכער האט דאס נישט.

http://tzetelmaker.com/template/upsherin-101/

יאפס זייער שיין

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:45 am

היינט באמערקט א פרישע אפדעיט אויפן סייט

אויב זענט איר א שמש אין א ביהמ”ד, גרעפיק דעזיינער, פרינטער אדער קיאסק פירמע קענט איר שיין פארדינען דורך מאכן פאר קליענטן די צעטלעך אויף צעטיל-מעיקער.

מיר וועלן אייך געבן פולע דרייסיג פראצענט פון די רעגולער פרייז.

פאלגענד איז וויאזוי עס ארבעט:

1) איר קויפט מינימום 10 צעטעלעך אין די צייט אפשניט פון 12 חדשים – אויף די זעלבע “צעטיל-מעיקער” אקאונט.

2) איר וועט באקומען די געלט בלויז ווען עס האט זיך שוין אנגעזאמעלט מינימום $75 (פון אייער ריווח).

3) איר קויפט עס די רעגולער וועג, און מיר וועלן אייך שיקן די געלט וואס קומט זיך אייך גלייך צו אייער פעי פאל אקאונט.

4) מען דארף גארנישט טון זיך איינצושרייבן אין דעם פראגראם. איר קענט שוין אנהייבן צו מאכן צעטלעך פאר מענטשן, און ווען איר האלט ביי $75 ריווח שיקט אונז אן אימעיל, און מיר וועלן אייך שיקן די געלט.

מיט די צייט וועלן מיר מפרסם זיין אלע פלעצער ווי מען קען באקומען די “צעטיל-מעיקער” צעטלעך פאר די וואס האבן נישט קיין צוטריט צום אינטערנעט, אויב ווילט איר ערשיינען אויף די ליסטע ביטע שיקט אונז אייער ביזנעס אינפארמאציע info@tzetelmaker.

די פלעצער וואו מען קען שוין באקומען די צעטיל מעיקער צעטלעך:

PrintOut
829 Bedford Ave, Brooklyn, NY 11205
T: (718) 855-4040
*
Print Unlimited
675 Avenue Querbes - Outremont, QC H2V, Canada
T: 514.755.4318 | E: yidi@weprintunlimited.com
(Also hanging your posters in all Heimishe Shuls in Montreal)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

באקומען אין אימעיל

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 10:52 am

אינגערמאן! בארואיג דיך...
ס'איז "צעטל-מעיקער"!

יענקל ווישט זיך די שווייס און לויפט ארום פארסאפעט פון איין גרעפיק-דעזיינער צום צווייטן. עס איז אים צו-גוטן געבוירן געווארן א מיידעלע און ער גיבט קידוש דעם שבת. אצינד פרייטאג אינדערפרי זוכט ער איינער וואס זאל אים אהערשטעלן א לייטיש-צעטל וואס זאל לאדענען זיינע חברים צו די שמחה.
נאך אלעם פרובירט ער זיך צוצושטעלן. ער האט געקויפט שטיגליץ און מאטיאש, שליבאוויטץ און באדווייזער, וועניס-קראנטש און קישקע צום קידוש, און וואספארא פנים וועט עס טראגן אויב די "איינלאדענונג" וועט נישט זיין אין איינקלאנג מיט'ן פעקעדזש?
אלע גרעפיקאנטן שפילן זיך ארום מיט אים ווי גלייך עס איז יעצט ניטל-נאכט. און עס איז גאנץ פארשטענדליך: זיי זענען אין געיעג מיט'ן זייגער צו פארענדיגן עטליכע גרויסע פראיעקטן וואס דארפן זיין פארטיג אויף שבת. קיינער האט יעצט נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט אן איינצעלנעם קידוש-צעטל.
ענדליך טרעפט ער עמיצער וואס האט יא א מינוט צייט. יענער ווענדט זיך צו אים א נערוועזער: "נו, שרייב מיר אראפ די נוסח פאר דעם צעטל און איך וועל דיר עס שנעל געבן א מאך".
יענקל ווערט נאך מער פארלוירן. א נוסח?! קוים וואס ער קען זיך אויסקראצן ווען עס קומט צו שרייבן א 'מצוה צעטל' פאר די כיתה א' רבי פון זיין יונגל... - שפעקולירט ער א פארטראכטער.
"מיין פריינד" – הערט ער א שטימע – "ווען דו שאפסט א פארטיגן נוסח קום צוריק". און דערמיט האט זיך פארענדיגט דער שנעלער ווערטער אויסטויש מיט דעם גרעפיק-דעזיינער.
יעצט הייבט זיך די זוכעריי-אקציע נאכן נוסח-שרייבער. ער מאכט א טעלעפאן-קאל צו א שרייבער, וועלכער וויל אים ניטאמאל אויסהערן. "דו ווייסט אז ס'איז פרייטאג היינט? אונטער 75$ איז נישטא וואס צו רעדן. פינטל.".
נישטא קיין צייט צו צעגערן. ער לויפט אריין אין ביהמ"ד, ער זוכט אויף אויפ'ן וואנט א צעטל פון א קאלעגע-קידוש מאכער, ער שרייבט אראפ די ווערטער פון יענעמ'ס צעטל, טאקע נישט גענוג קלאסיש ווי עס פאסט פאר זיין קידוש וואס וועט זיין 'סאמטינג ספעשיל' – אבער בדיעבד וועט דאס מוזן זיין גוט.
דאן גייט ער צוריק צום גרעפיק-דעזיינער, וועלכער איז אינצווישן פארנומען געווארן, און אינעם ווארט-זאל טרעפט ער אן נאך עטליכע אידן מיט ענליכע געברויכן. א אינגערמאן וועלכער מאכט פרייטאג-צונאכטס א זכר און וואכנאכט בבת אחת, און ער קען אויך נוצן א צעטל פאר א פדיון הבן, אינאיינעם מיט "טענקיו קארדס" וואס ער דארף ארומשיקן פאר די מומעס און גוטע פריינד וועלכע האבן בייגעשטייערט מיט א "בעיבי געשאנק".
דא שטייט זיין שכן ר' יחזקאל, דער ניי-געווארענער מחותן וועלכער דארף עמערדזשענסי א שיינע פאום-צעטל וואס מיטצושיקן פאר די כלה אינאיינעם מיט די 7 שטאקיגער ארענדזשמענט, און ביי צווייטן עק דרייט זיך נערוועז דער ענערגישער עסקן ר' שמואל, וועלכער האט א גאנצע ליסטע וואס ער דארף האבן נאך היינט – אנגעהויבן פון א צעטל פאר א טיי-אווענט וואס ער מאכט קומענדיגע וואך און געענדיגט מיט א צעטל פאר זיין בית המדרש פאר א נדבן וועלכער האט מנדב געווען די קאווע אויף שבת, און דער נדבן האט אנגעזאגט - בתנאי קודם למעשה - אז עס מוז הענגען א צעטל מיט די לעילוי נשמת.
**
טייערע אינגעלייט: מיר האבן פאר אייך גוטע נייעס: ס'איז נייע צייטן! איר לעבט אין די צעטל-מעיקער-עפאכע!
"צעטל-מאכער" איז א רעוואלוציאנערישער-דורכברוך וואס וועט אויסטערליש פארלייכטערן פאר יענקלען, ר' יחזקאל און ר' שמואל און פאר אייך אלע!
"צעטל-מאכער" – דער וועבזייטל פונעם 21'טן יאר הונדערט - איז אהערגעשטעלט געווארן נאך גרויס הארעוואניע, און אסאך קאפ און מח צו פארזיכערן אז איר זאלט נישט דארפן צוקומען צו קיין שרייבער און גרעפיקער, נאר טאקע אליינס קענען אין געציילטע מינוטן ארויספרינטן א "הערליך-קלאסישער צעטל" צו יעדע געלעגנהייט.
לאזט אייך אויס'משל'ן ווען איר וואלט געקענט אינאיינעם מיט אייער-גראסערי-ארדער, אריינווארפן אינעם שאפינג-וועגעלע א הזמנה-צעטל... עס וואלט דאך אייך געווען אזויפיל גרינגער!
אצינד איז עס נאך גרינגער!
אדרבה! כאפט א שפאציר צווישן די איילס פון צעטל-מעיקער און באטראכט די הערליכע צעטלעך צו יעדע געלעגנהייט. פאסיגע נוסחאות און הערליכע גרעפיקס. אנגעהויבן פון פשוט'ע שווארץ און ווייס פאסיגע צעטלעך ביז רייך קאלירטע אויג-פארכאפענדע פראדוקטן.
נאכדעם וואס איר האט אויסגעוועלט א פאסיגער צעטל, קענט איר אליינס אויספילן די גענויע אינפארמאציע אויף די רעכטע זייט, ווען אין די זעלבע צייט וועט איר מיטהאלטן וויאזוי דער צעטל אויפ'ן לינקן זייט באקומט אייערע ווערטער. ווי נאר איר זענט פארטיג וועט איר באצאלן די גאר-ביליגע-פרייזן דורך א קרעדיט-קארד און דאונלאודן אייער צעטל גלייך צו אייער קאמפיוטער. איר קענט עס דערנאך ארויספרינטן ביי אייער אייגענעם פרינטער אדער ביים לאקאלן 'פרינטינג' אין אייער געגנט.
און די גוטע נייעס איז: אז "צעטל-מעיקער" האלט זיך נאך אינמיטן בויען! אויסער די צענדליגער צעטלעך צו פארשידנארטיגע געלעגנהייטן וואס איז שוין דא צו באקומען, גייט כסדר ארויף נייערע פראדוקטן, דער אויסוואל וואקסט, און די סעלעקציע ווערט אלץ גרעסער.
אויף צעטל-מעיקער באקומט איר די בעסטע סערוויס, רייכע פרעכטיגע צעטלעך, און איר באצאלט א דריטל די פרייז וואס איר וואלט געצאלט ווען א צווייטער מאכט עס אייך:
שטאט אפ א באזוך אויף:
http://www.tzetelmaker.com
ס'וועט אייך איבערלאזן איבערראשט!

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 11:19 am

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 11:32 am

ער באמט אריין!

זייער גוטע איידיע!
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » זונטאג דעצמבער 28, 2014 2:01 pm

ב"ה 2162 אידן האבן שוין הנאה געהאט פון דעם
צוגעלייגטע
Tzetel Maker.JPG
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 28, 2014 2:09 pm

kyshtiper האט געשריבן:ער באמט אריין!

זייער גוטע איידיע!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אין שטעטל און 5 געסט