בלאט 1 פון 2

קערעסטירער בארדער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 12:31 pm
דורך האניג
איך זוך צו באקומען א וועקטאר (אדער עכ"פ א גוט קלאר ביטמעפ) פונ'ם קערעסטירן בארדער. עניבאדי?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 12:58 pm
דורך פ' לך לך
קאל אות חיים פרינטינג אין סקווירא 8453620664

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 1:04 pm
דורך האניג
ס'הייסט? געהערט צו זיי?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 1:52 pm
דורך והוא פלאי
זיי זענען אייניקליך
האבען זיי עס מסתם אמאל שוין גענוצט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 2:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פאר די וואס ווייסן נישט, ביטע מסביר זיין פונקטליכער וואס דאס איז א קערעסטירער בארדער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 2:07 pm
דורך האניג
קענסט נישט זען דער אטטעטשמענט אויף מיין ערשטער תגובה?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 2:07 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
דאס זעה איך, איך וויל נאר וויסן וואסערע שייכות די בארדער האט מיט קערעסטיר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 2:15 pm
דורך פלעכטער
קערעסטער איז א גרעניץ שטאט?...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 2:21 pm
דורך האניג
חחח!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 2:53 pm
דורך והוא פלאי
ביי איינער פון די חתונה'ס האט איינער פון די קערעסטירער רבי'ס (כמדומה ר' אברהמלי) דאס גענוצט
נאך די קריג האט דאס איינער פון די אייניקליך דאס אפיר געזוכט, און דאס גענוצט, לעורר זכות אבות, או נאסטאלאגעשע געפילען,
זייט דעמאלטס האבן עס א גרויס מספר פון די אייניקליך גענוצט, און עס איז געווארען אזא סטאטוס
למעשה כהיום איז ברור, אז מען האט גענוצט אנדערע בארדערס אויך, כהיום זענען שוין אפירגעקומען אנדערע בארדערס (בפעולות ישעי'),
ופשוט אז די בארדערס האבען נישט קיין משמעות אדער קדושה, עם כל זה, איז דא אייניקליך וואס נוצען דאס ביי אלע זייערע חתונות

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 2:59 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ייש"כ והאי פלאי

---
און אז מ'רעדט שוין; מענין לענין באותו ענין.
איך האב באמערקט אז אין באבוב נוצט מען אך ורק די בארדער פון ספר קדושת ציון, וואס איז די מעשה מיט דעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 3:15 pm
דורך בערקא
יישר כח! אינטערסאנטע ידיעה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 3:43 pm
דורך לכתחילה אריבער
בערקא האט געשריבן:יישר כח! אינטערסאנטע ידיעה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 3:47 pm
דורך והוא פלאי
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ייש"כ והאי פלאי

---
און אז מ'רעדט שוין; מענין לענין באותו ענין.
איך האב באמערקט אז אין באבוב נוצט מען אך ורק די בארדער פון ספר קדושת ציון, וואס איז די מעשה מיט דעם?

דער בארדער פון ספר קדושת ציון, האט "אנגעבליך" דער קדושת ציון אליין'ס געמאכט,
אלס הכרת הטוב פאר ר' אברהמ'לי הירשפרונג, ווען ער האט אים געברענגט דעם יחוס בריוו, האט ער אלס הכרת הטוב, זייענדיג אן אומן יד, צוגעמאכט א ראם (בארדער בלע"ז), און פארדעם איז עס אזוי חביב ביי באבובער חסידים ווייל דער רב האט עס אליינס געמאלען
די לעגענדעס אז עס איז געמאכט אלע פיר זייטען באזונדער (אן איינקנייטשען דעם פאפיר), און דאך איז עס גאנץ פונקטליך, אין כאן מקומו

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 3:48 pm
דורך והוא פלאי
די ליבאוויטשער רבי'ס האבען אויך אין הוצאות קה"ת באזונדערע בארדערס,
דער רמ"ש האט ע"פ ציווי ריי"צ אנגעבליך דעם מהרש"ב'ס בארדער, וידוע להם המעשה בזה

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 4:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פשיהא וואס איך ווער דא אלץ געוואויר.

אולי וואלט גלייך געווען אפצוטיילן די נושא פון "בארדער'ס פון צדיקים" צו א באזונדערע שנירל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 4:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
והוא פלאי האט געשריבן:וידוע להם המעשה בזה

דערציילט ביטע דערציילט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 4:22 pm
דורך והוא פלאי

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 5:40 pm
דורך פ' לך לך
האניג האט געשריבן:ס'הייסט? געהערט צו זיי?



לפי ידיעתי האבן זיי דאס וואס די זוכסט


אפשר זאל דער קומענדיגע מי מנוחות האבן א באשרייבנונג איבער בארדערס ביי צדיקים

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 14, 2013 11:56 pm
דורך שוועמל
אינטערעסאנט.
איז פארהאן א סאטמארע בארדער?
די קינדער פון ברך משה זצ"ל ניצן אלע איין סארט בארדער.

(אגב, בארדער אויף אידיש?)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 15, 2013 2:42 am
דורך שקר_הדייעט
ראם
אדער ראנד.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 15, 2013 12:46 pm
דורך פ' לך לך
עס איז דא די בארדער וואס רופט זיך די ויואל משה בארדער. מסמתא שטאמט דאס מבית היוצר של ר' סענדער דייטש

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 15, 2013 3:07 pm
דורך והוא פלאי
עס זעהט נישט אויס בקפידא, ווייל דפוס ראשון האט נישט דעם בארדער
http://www.daat.ac.il/daat/vl/vayoelmos ... oshe01.pdf
ועיין כאן דער נייער
http://archive.org/stream/VayoelMoshe/V ... 0/mode/2up

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 16, 2013 7:07 pm
דורך צים פינטעל
וואס איך האב אלס נישט געוויסט :)

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 11, 2013 2:37 pm
דורך אליקים געציל
האניג האט געשריבן:איך זוך צו באקומען א וועקטאר (אדער עכ"פ א גוט קלאר ביטמעפ) פונ'ם קערעסטירן בארדער. עניבאדי?

איך האב דאס ב"ה הערליך איבערגעמאכט אין וועקטאר - פאר א קערעסטירער אייניקל.
אויב איינער אינאך אינטערעסירט אין דעם קען מען זיך ווענדן צו מיר דורך אימעיל.

דער אייניקל זאגט אז עס איז א סגולה אויף פרנסה...