בלאט 1 פון 1

וואס איז מיין ציהל אלץ א גראפיקער

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2013 11:12 pm
דורך מר. פאטאשאפ
באקומען אין אימעיל פון א נאנטן פריינט א גראפיק דעזיינער וואס האט מיר געבעטן עס ארויפצולייגן דא אהער צוליב דעם וואס ער האט נישט קיין עקסעס צו אייוועלט
(איך האב עס אביסל איבערגעארבעט כדי שירוץ הקורא בו).

איך קען נישט מחליט זיין צו די דאזיגע דיסקוסיע באלאנגט אינעם ביזנעס פארום אדער אינעם גראפיק פארום, נאר אזויווי עס איז א נאכאלעם א גראפישער נושא לייגעך עס דא

עס איז מעגליך אז דער נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן מערערע מאל דאהי אבער די אביסל התחדשות שאדט נישט.

עס וואלט מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס דער עולם האלט איבער די גראפיק ביזנעס, צו א גראפיק דעזיינער וואס האצעך געלערנט אויף א פראפעסינאלן פארנעם און האט מצליח געווען אויפצובויען גוטע סקילס, צו דארף לוינט זיך אים צו עפענען אליינס א ביזנעס (און דארפן דיעלן מיט קאסטומערס וואס איז א זאך וואס מערסטנס גראפיקער וועלן האבן א שוואכקייט דערין), אדער ניין - זאל זיך דער גראפיקער ענדערש אריינזעצן אין א קאמפאני און ארבעטן אלץ א פראפעשינאל גראפיק ארטיסט ביז די 120 (וואס דאס מיינט אז ער טוט דערמיט אוועקנעמען די מעגליכקייט פון בענעפיטירן פון זיין פאך און בויען אליינס א ביזנעס און גייט בלויז זיצן און ארבעטן פאר א צווייטן א גאנץ לעבן).

ביידע זייטן פון די מטבע קוקן אויס אביסל קאנפיוזינג...
איך ווארט פשוט אז אין איינע פון די טעג זאל קומען א שליח פון הימל און אויפדרינגען די איבעיא


וואס איך האב דערויף צו זאגן איז
איך וואלט געזאגט אז הכל לפי מה שהוא אדם, איזער א מענטש מיט אביסל קוראזש אויף זיך איז זיכער אז ער זאל פרובירן די שווערערע מהלך וואס אפילו ס'איז רוב מאל א שווערע קאמפליצירטע פראצעדור איז עס אבער בבחינת תחילתן יסורין וסופן שלוה, ובפרט אז אין אן אייגענע גראפיק ביזנעס דארף מען נישט אינוועסטן קיין פערטל וואס אין רוב אנדערע ביזנעסער, מען ברויך בלויז האבן א אפיס, קאמפיוטער, פרינטער, און נאך אפאר קלייניגקייטן און מען איז אין ביזנעס, מען דארף פשוט זיין גרייט צו שוויצן אביסל (און אביסל מער ווי אביסל). - משא"כ אויב פיהלט דער מענטש אז ער איז נישט גרייט צו מאכן גרעסערע שפרינגען דאן זאל ער כאטש עס אויפקעשן אויף אזויפיהל ווי האבן א שיינע פאזיציע אין א קאמפאני וואו ער קען דינען אלץ א גראפיק ארטיסט וואס דאס איז א עכטע בכבוד'דיגע פאזיציע וויבאלד דאס איז א זאך וואס נישט יעדער קען און עס קאסט אסאך טרינינג און עקספיריענס.