בלאט 1 פון 1

אפלאודן פיקטשערס אויף אייוועלט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 3:19 pm
דורך מר. פאטאשאפ
א גוטן טאג
אזויווי עס קומט כסדר ארויף די שאלה, וואלט איך געוואלט עס איינמאל פאר אלעמאל אויסשמועסן

ווי עס איז באקאנט פאר אונז אלע אייוועלט באנוצער - שטויסן מיר זיך אפטמאל אן מיט די מעסעדזש
די פייל איז צו גרויס, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB.
און רוב עולם ווייסט נישט וויאזוי מ׳געט זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם,
אני הקטן האבעך אויכעט געליטן פון דעם פראבלעם, און איך פלעג דארפן פארקלענערן די סייז פון יעדן עטעטשמענט,
(און אויב איז עס געווען א העווי קאלערפול פיקטשער האב איך עס געמוזט מאכן גאר גאר קליין אז עס זאל נישט וועגן אווער די לימיט),
ביז איך בין אויפגעקומען מיט א מהלך וועלכע איך נוץ שוין פאר א לאנגע צייט און עס ארבעט א מחי׳.

די מהלך איז - אנשטאט צו פארקלענערן די פיקטשער סייז, זאל מען פארקלענערן די Quality Amount,
למשל אין פאטאשאפ ווען מען סעיווט א JPEG קומט ארויף א דייאלאג-באקס (זעה בילד) וואו מ׳קען אנשטעלן די אימעדזש קוואליטי,
די מאקסימום איז 12, אין אונזער פאל זאל מען עס אנשטעלן צו 5 אדער 6, די חילוק אינעם פייל סייז וועט זיין א גרויסע, פרובירט דאס אויס.
JPEG Options.jpg

נאך א זאך, די Image Mode זאל זיין אנגעשטעלט צו RGB, אימעדזשעס וואס זענען אנגעשטעלט אויף CMYK וועגן אסאך מער ווי RGB.
RGB Setting.jpg

אלעס גוטס
פאטאשאפ

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 3:53 pm
דורך שנאפס
יש"כ

מיר נוצן שוין דעם עצה א לענגערע צייט, אבער עס מאכט זיך אז דער דייאלאג באקסל קומט נישט ארויף, איז דא אן עצה עס ארויפצוברענגען מעניולי?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 3:55 pm
דורך היימישער איד
יישר כח. וואס טוט מען אויב האט מען נישט פאטאשאפ... כ'נוץ פעינט.נעט ס'האט אסאך פיטשער'ס קען זיין מ'קען דאס אויך טרעפן דארט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 3:58 pm
דורך מייקראסאפט
פארוואס טאקע איז דא א לימיט אין דעם?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 3:59 pm
דורך היימישער איד
מייקראסאפט האט געשריבן:פארוואס טאקע איז דא א לימיט אין דעם?

אייוועלט האט נישט קיין דאטא-סענטער צו האלטן אזויפיל אינפא...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 4:08 pm
דורך מר. פאטאשאפ
שנאפס האט געשריבן:מיר נוצן שוין דעם עצה א לענגערע צייט, אבער עס מאכט זיך אז דער דייאלאג באקסל קומט נישט ארויף, איז דא אן עצה עס ארויפצוברענגען מעניולי?

די עצה איז צו מאכן Save As דעמאלטס קומט אייביג ארויף דער באקסל

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 4:09 pm
דורך מר. פאטאשאפ
היימישער איד האט געשריבן:יישר כח. וואס טוט מען אויב האט מען נישט פאטאשאפ... כ'נוץ פעינט.נעט ס'האט אסאך פיטשער'ס קען זיין מ'קען דאס אויך טרעפן דארט.

די אפציע פון קוואליטי סעטינגס איז געווענטליך עוועילעבל אין די אלע ריסייזינג סאפטוועירס, פרעג ר׳ גוגלען וואו מ׳טרעפט די סעטינג אין דיין סאפטוועיר.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 4:12 pm
דורך שנאפס
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:מיר נוצן שוין דעם עצה א לענגערע צייט, אבער עס מאכט זיך אז דער דייאלאג באקסל קומט נישט ארויף, איז דא אן עצה עס ארויפצוברענגען מעניולי?

די עצה איז צו מאכן Save As דעמאלטס קומט אייביג ארויף דער באקסל


טענקס!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 5:14 pm
דורך שלעפשיץ
א גרויסן יישר כח מר
זינט אפאר חדשים וואס פאטא האט מיר געגיבן די עצה פארט אלעס אסאך בעסער :grin:

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 6:54 pm
דורך קארן
ווען איך וויל לייגן א פיקטשער קומט אייביג ארויף א מעסעדזש אז די מין בילד איז נישט ערלויבט, עפעס אן עצה?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 8:03 pm
דורך מר. פאטאשאפ
וואס איז די נאמען פון די פייל עקסטענשאן?

די בעסטע איז צו לייגן אדער א jpg אדער א png

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 9:04 pm
דורך זייער נייגעריג
דאס קומט אסאך מאל ארויף ווען מ'אפלאוד פון א פאון, פרוביר צו טוישן עקסטענשן.


קען מען ריקן דעם אשכול צו ברוכים הבאים?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 9:12 pm
דורך ידיד
זייער נייגעריג האט געשריבן:דאס קומט אסאך מאל ארויף ווען מ'אפלאוד פון א פאון, פרוביר צו טוישן עקסטענשן.

וואס הייסט טוישן עקסטענשן? וויאזוי טוט מען דאס?
רוב מאל ווען איך פראביר צו אפלאודן א בילד פון א פאון באקום איך די אויבנדערמאנטע מעסעדזש, איז דא א וועג צו טוישן פארמאט אויפן פאון?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 9:23 pm
דורך זייער נייגעריג
ענדרויד?
אויב יא דאונלאוד עני פייל מענעדזשער פראגראם, למשל פייל עקפפערט ווען דו קליקסט אויף די פייל איז דא א אפשען "רינעים" די לעצטע אותיות נאך די דאט למשל .png איז די פייל פארמעט (עקסטענשאן), פרוביר דאס צו טוישן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 3:37 am
דורך מכטי1
שכוח פאטאשאפ פאר די גוטע עצה...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 8:02 am
דורך ידיד
זייער נייגעריג האט געשריבן:ענדרויד?
אויב יא דאונלאוד עני פייל מענעדזשער פראגראם, למשל פייל עקפפערט ווען דו קליקסט אויף די פייל איז דא א אפשען "רינעים" די לעצטע אותיות נאך די דאט למשל .png איז די פייל פארמעט (עקסטענשאן), פרוביר דאס צו טוישן.

יישר כח פאר די אינפארמאציע, איז אבער אויך דא א וועג קלענער צו מאכן די סייז פון א בילד אויף א ענדרויד?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 1:56 pm
דורך מומחה עצום
צו ארויסהעלפן דעם עולם האב איך געמאכט א ווידיא וויאזוי מען לייגט צו א פיקטשער אדער א עטעטשמענט, איר קענט דרוקן די "וויאזוי ארויפצולייגן א עטעטשמענט אדער פיקטשער" אין מיין חתימה, אדער קליקן אויף די לינק דא

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 11:10 am
דורך לאדיךארויס
עפן דעם בילד ווען עס איז נאך קלאר (פד"ף איז לכאורה די בעסטע). מאך א סנעפשאט פון סקרין מיט'ן PrintScrn קנעפל. עפן א נייע פייל אין פאטאשאפ (די סייז פאפיר וואס ער גיבט דיר איז די גענויע סייז פון דיין סקרין), 72 pixel per inch.
דרוק ctrl v . דאס בילד איז יעצט אריין. נוץ דעם crop tool אויסצושניידן דעם בילד מתוך הפסולת. flatten image.
save as jpg.
א קלארע בילד מיט ווייניג memory
ודו"ק

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 11:18 am
דורך שנאפס
קען מען דאך נוצן "סניפינג טול", אזוי דארף מען נישט עפענען פאטאשאפ

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 11:21 am
דורך לאדיךארויס
מיט פאטאשאפ קענסטו מאכן פארשידענע סייזעס