כ"א כסלו אין דעזיין

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

ליגט נישט די אשכול אין די גראפיקס אפטיילונג...?!

ביטע נישט פארשמירן דאס פלאץ.... א דאנק!
אטעטשמענטס
ba8ecaebee01ab203d0dd6d3c45f7405.jpg
ba8ecaebee01ab203d0dd6d3c45f7405.jpg (13.78 KiB) געזען 5406 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

איך הער נישט האט געשריבן:תשע"ז

logo.png

איין זאך וויל איך וויסן פארוואס דער בעל הלאגא מאכער טוט דאס יעדע יאר
ער נעמט א פסוק אין ער איז מרמז די יאר אין דעם מיט א אנדערע קאליר
למשל די ע אין די ז פון על זרעינו איז נישט ווייס פארוואס טרעפט ער נישט א נארמאלע פסוק וואס ס'רעדט פון זיך אליין
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

ניס קראכער האט געשריבן:

דאס איז סתם אזוי שיינע זאכן, צו טוישן א אות אדער ווארט מיט א צווייטע קאליר. עס טוט גאר שטארק שרייען די פוינט, און עס כאפט א אויג.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
איך הער נישט האט געשריבן:תשע"ז

logo.png

דאס איז סתם אזוי שיינע זאכן, צו טוישן א אות אדער ווארט מיט א צווייטע קאליר. עס טוט גאר שטארק שרייען די פוינט, און עס כאפט א אויג.

קען זיין איך פארשטיי נישט אזוי גיט צו גרעפיק אבער לדעתי פאר'ן המון עם
איז בעסער מיט א געליגענע פסוק וואס ברענגט ארויס וואס מען וויל לאזן הערן נישט קיין ראשי תיבות

כ'האב זיך נישט באצויגן צו די ראשי תיבות, כ'האב פשוט מסביר געווען די עצם איידיע פון טוישן קאלירן.

יעצט, קען זיין ביז גערעכט אז ס'וואל בעסער געווען א קנאקעדיג פסוק, נו, גיי טרעף איינס. ושנית, אין די סארט מהלך פון ראשי תיבות ליגט א געוויסע סארט קריעטיוויטי דערין.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

ענדע צדיק! האט געשריבן:שיינע פרוכת׳ל... מפואר אדער מלכות...? אפשר גאר דער קדושת ציון׳ס...?

;l;p-
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
איך הער נישט האט געשריבן:תשע"ז

קען זיין איך פארשטיי נישט אזוי גיט צו גרעפיק אבער לדעתי פאר'ן המון עם
איז בעסער מיט א געליגענע פסוק וואס ברענגט ארויס וואס מען וויל לאזן הערן נישט קיין ראשי תיבות

כ'האב זיך נישט באצויגן צו די ראשי תיבות, כ'האב פשוט מסביר געווען די עצם איידיע פון טוישן קאלירן.

יעצט, קען זיין ביז גערעכט אז ס'וואל בעסער געווען א קנאקעדיג פסוק, נו, גיי טרעף איינס. ושנית, אין די סארט מהלך פון ראשי תיבות ליגט א געוויסע סארט קריעטיוויטי דערין.

קוק אהער דא האט ער געמאכט פאריאר די זעלבע געדאנק ער האט זיך גארנישט געריקט פאראויס
21kislev.jpg
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

נישט שייך צו זאגן אז ער האט זיך נישט גערוקט פאראויס, ווייל די גאנצע היי-יעריגע לאגא איז איין שטוק חידוש, פיל מיט טאלאנט, און שרייט פון זיך אליין (ווידער אויף די אלטע לאגא איז דא היפשע ביסל צו קריטיקרען איבער די צוזאמשטעל פון ניי און אלט... בקיצור, ס'נישט די פלאץ דא).

אבער איך פרעזענליך האלט גראדע ווי זיי אז סתם א פסוק זאגט גארנישט און קיינער גייט עס נישט געדענקן, ווידער דא געדענק איך נאך די סלאגאן פון די לעצטע פאר יאר... נישט אז כ'גיי יעצט אפצאלן מיין כ"א כסליו חוב פון פיר יאר צוריק, אבער דאך געדענק איך נאך די פסוקים (אוי פליז, לייג מיך יעצט נישט אויף א א פארהער איבער די פסוק פון זעקס יאר צוריק...)
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:נישט שייך צו זאגן אז ער האט זיך נישט גערוקט פאראויס, ווייל די גאנצע היי-יעריגע לאגא איז איין שטוק חידוש, פיל מיט טאלאנט, און שרייט פון זיך אליין (ווידער אויף די אלטע לאגא איז דא היפשע ביסל צו קריטיקרען איבער די צוזאמשטעל פון ניי און אלט... בקיצור, ס'נישט די פלאץ דא).

אבער איך פרעזענליך האלט גראדע ווי זיי אז סתם א פסוק זאגט גארנישט און קיינער גייט עס נישט געדענקן, ווידער דא געדענק איך נאך די סלאגאן פון די לעצטע פאר יאר... נישט אז כ'גיי יעצט אפצאלן מיין כ"א כסליו חוב פון פיר יאר צוריק, אבער דאך געדענק איך נאך די פסוקים (אוי פליז, לייג מיך יעצט נישט אויף א א פארהער איבער די פסוק פון זעקס יאר צוריק...)

ווער געדענקט נישט די פסוק לקץ שבעים נושעתי וואס מען האט געניצט פאר צוויי יאר צוריק ביי חסידי מהר"א
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אהבת קדומים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:51 am

תגובה דורך אהבת קדומים »

איך האלט שטארק פון די קריעטיוויטי אריינצבויען א מעסעדזש אין א סלאגאן וואס זאל שטימען מיט די ראשי תיבות

עס גיט א ״כאפ״, א מענטש געט זיך א שטעל אפ, ער באטראכט עס, כאפט עס, און עס גנבעט זיך אריין אין די מח... איך האב געזען שבת אין די שילן ווי מענטשען שטייען און באטראכטען די לאגא

אבי א פסוק מאכט יעדע מוסד׳ל און ארגענעיזשאן און עס קלעבט זיך נישט אן

דא ביי די מוסדות ווייסט מען שוין צו ערווארטען אז זיי קומען יעדע יאר מיט עפעס א חידוש א פרישקייט

ווייטער די גרעפיקס פון די לאגא האט ער געמאכט א יודזש שפרינג טוישענדיג אינגאנצען פון פאראיאר, און דאך האלטענדיג די חסידישע טעיסט דערפין

הגם ווי מאנכע האבען שוין אויפגעברענגט אז די עצם איידיע פון מאלען די לאגא האט יוסי גאלדבערגער אנגעהויבן ביי די מהר״א כ״א קאמפעין, אבער די אויפבוי און שניט איז גענצליך אנדערש, יענע איז געווען אינגאנצען צו די מאדערנע/קלעססיק זייט, די יעצטיגע דא איז א געמיש פון חסידיש און קלאסיש וואס מאכט זייער א שיינע און קינצליכע קאמבינעישאן
אהבת קדומים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:51 am

תגובה דורך אהבת קדומים »

אפשר כאפט איינער א שמועס מיט יוסי ארויסשנאפען די חידושים וואס ער שטעלט אהער דעיס יאר?

יוסי׳ן קען מען אויך נישט אינטערשאצען... ער איז א גאון אין ארט, און ער מאכט אלעמאל זיכער דער עולם זאל זאגען wow
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

אהבת קדומים האט געשריבן:אפשר כאפט איינער א שמועס מיט יוסי ארויסשנאפען די חידושים וואס ער שטעלט אהער דעיס יאר?

יוסי׳ן קען מען אויך נישט אינטערשאצען... ער איז א גאון אין ארט, און ער מאכט אלעמאל זיכער דער עולם זאל זאגען wow

איך האב מורה אז ער בלייבט היי יאר מיט זיינע איידיעס אין בויך ....
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

אדער קומט היי יאר אזאנס אין אזעלעכטס!
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

חושב מחשבות... האט געשריבן:דער אנשין איז א ארץ ישראל׳דיגער [דאכצימער ער האט געארבעט ביי רימון] לעצטענס אהערגעמופט און זיך אויסגעלערנט די אמעריקאנע סטייל

יאפס, ער איז א איזרעאלי און ער פלעגט זיין די בעה"ב פון 'סטנס', א היפש געלונגענע גראפיק פירמע אין ארה"ק, צוליב פארשידענע סיבות האט ער געדארפט מופן קיין אמעריקא און ער האט זיך צוגעלערנט היפש שנעל די אמעריקאנע סטיל. [ער איז א חבר פון די בעה"ב פון רימון אבער ער האט דארט קיינמאל נישט געארבעט. רימון האט נישט קיין ארבייטארער, ער איז צו געלונגען און א גרויסע פערפעקציענסיט וואס לאזט אים נישט נעמען קיין ארבייטארער. מ'קען אים נאר רופן פון בערך זעקס אזייגער נאכמיטאג ביז... חצות הלילה, דאס זענען בערך זיינע שעות...]
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:דער אנשין איז א ארץ ישראל׳דיגער [דאכצימער ער האט געארבעט ביי רימון] לעצטענס אהערגעמופט און זיך אויסגעלערנט די אמעריקאנע סטייל

...... מ'קען אים נאר רופן פון בערך זעקס אזייגער נאכמיטאג ביז... חצות הלילה, דאס זענען בערך זיינע שעות...]

:lol: :lol:
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

חושב מחשבות... האט געשריבן:

יענץ געלעכטער... די פראבלעם איז א צומארגנס באשליסט ער אז ער הייבט אויף טעלעפאנען פון וותיקין ביז צוועלעף חצות היום... אבער ס'דא ווייניג מענטשן אינעם היימישן אינדוסטרי מיט אזויפיל טאלאנט ווי דאס וואס נחמן רביבו פארמאגט, ער איז קע"ה א שטיק טאלאנט און חידוש - די פרייזן זיינע זענען ווייט פון ביליג, אבער ס'ווערט א יעדע פעני. איך פרעזענליך האלט אז איינס פון די צוויי סאטמארס זאלן אים אויפנעמען פאר א כ"א כסליו, ער האט אסאך וואס צוצוגעבן.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יא יא ער האט געוועלד מיט טאלאנט און חידושים, נאר ס'איז זייער ווייט פון די סטייל וואס סאטמאר [s&s] איז צוגעוואוינט, קודם געב זיי עטליכע יאר צו פארדייען ציינזער'ס סטייל..
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

ציזנער זאל ווייטער מאכן די ארון הקודש פרוכת'ל פון סאטמאר, אבער כ"א כסליו איז דא אנדערע... כ'מאך נישט אוועק די לאגא, און איך האב שוין קלאר געשטעלט אויבן ציין ציינונג אז די היי-יעריגע לאגא איז הערליך, אבער מ'דארף נאך אלס וויסן צו וועלכע ציל מען וויל אנקומען, און צו די גאנצע היי יעריגע קאמפיין וועטגעפירט ווערן אויף דעם שניט.

כ'האב לעצטנס אנגעפירט א געוויסע גרויסע מעמד, און כ'האב געמאכט די גאנצע זאך טאקע אויף דעם שניט, און ס'האט געוויס צוריק געברענגט געוואלדיגע גרוסן, אבער דאס מיז געפירט ווערן כל כולו אויף דעם שטייל פון אייגנארטיגע וועקטער שטיקלעך. לענ"ד איז נישט זאכליך צו מישן א קאמפיין צעווישן וועקטער מיט פאטא.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

היינט זוכט מען צו זיין ווי מער אנדערש [דיפרענט] סא דאס געמישעכטס גייט אריין אין כלל פון חידוש [ווייל דו האסט דאך עס נאכנישט געזעהן] אפי׳ די האסט עס נישט ליב.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

ווי פריער ערווענט, מיין איך אז עס איז נישט אזוי זאכליך צו מישן וועקטער מיט פאטא אין א גרויסע קאמפיין, ווי א כ"א כסליו דינער.

קוקנדיג אין די וואכענדיגע דער איד איז מיין מיינונג נאר פארשטערקערט געווארן, זעהענדיג ווי די הערליך קאלירטע וועקטער לאגא, ווערט גענוצט ביינזאם מיטמ YHK סטיל, און מיין פרעזענליכע שאצונג איז אז עס וואלט געדארפט גיין מיט א צווייטע ריכטונג. אויב די לאגא איז א וועקטער מיט הערליכע רעש'יגע קאלירן, דאן דארפן אלע עדס געמאכט ווערן אויף דעם שניט.

דינגט איר זוך? אדרבה, לאמיר הערן אייער מיינונג און בליק.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

איינער האט די צעטליך וואס האט די וואך געהאנגען אין די בתי מדרשים זרעינו וכספינו ירבה
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובה דורך צים פינטעל »

PastedGraphic-2.jpg
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

סאטמאר [מהרז"ל] לאנדאן
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

תגובה דורך שכל'דיג »

wow דא ווערט געמעקט תגובת
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

שכל'דיג האט געשריבן:wow דא ווערט געמעקט תגובת

דא איז נישט קיין נייעס סטאנציע נאר א גרעפיקס אפטיילונג פאר די שרייבסט מאך זיכער אז עס געהערט דא
פארשפארט

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”