בלאט 1 פון 1
וועב דעזיין
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 4:51 pm
דורך פאזיטיוו
איז דא איינער דא וואס האט א אנונג וויאזוי עס איז די ביזנעס פון וועב דעזיין ? ווער איז א היימישע דעזיינער וואס מען קען אויספרעגן, און אויב מען מאכט געלט פון דעם?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 5:07 pm
דורך בחורהזעצער
האסט אנגעכאפט א ריזיגע נושא, וואס לויט ווי עס שיינט, און לויט ווי דער טעכנעלאגיע לויפט, וועט עס אין די צוקונפט לכאורה איבערשטייגן געהעריגע (סטעיבל) גראפיק, און לכאורה אפילו ביים היימישען עולם.
ווי אזוי די ביזנעס ארבעט.
וואס מיינסטו? וויאזוי מען מאכט דערפון געלט, אז עס איז דא א קאסטומער וואס וויל אויפשטעלן א וועבסייט, און ער קומט צום דיזיינער זאל דאס אים אויסשטעלן.
אבער באמת איז דאס צוטיילט אין צוויי חלקים, איין חלק איז גרעפיק וואס צו דעם דארף מען האבן א געפיל אזוי ווי ביי סתם גרעפיק, אבער צו דעם מוז נאך אויך קענען קאודינג, html, css, (אגב אדובי האלט אינמיטן ארבעטן אויף א פראגרעם (קאוד נעמעד מיוז) וואס איז אויסגעשטעלט אזוי ווי אינדיזיין, און עס קאנווערט אליין די דיזיין צו הטמ"ל, אבער די מבינים זענען עפעס נישט צו צופרידן פון דעם).
נאכדעם איז דא די פראגרעמינג חלק, וואס מען דארף בעיקר האבן ביי איקאמערס וועבסייט, אבער עס ווערט אסאך גענוצט אפילו ביי פשוטע סייטס, למשל צו עפענען א קעסטעלע (דורך זשאווא סקריפט) וכדומה.
דאס האב איך געשריבן לויט מיין ארימע וויסנשאפט אין די פעלד, איך האף אז די מומחים וועלן פארענדיגן, און פאררעכטן אויב עס איז דא א טעות.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 5:19 pm
דורך פאזיטיוו
איך מייין צו פרעגן אויב עס לוינט זיך צו לערנען HTML און JAVA SCRIPT איך וועל קענען ארבעטן ביי איינעם נאכדעם? און וואס זענען די פאטענשאלס? איך זיך א היימישע וועב דיזיינער וואס איך זאל עם קענען אויספרעגן פאר איך גיי אריין אין דעם, אויב איינער ווייסט פון איינעם,ביטע
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 7:47 pm
דורך יעך'בין שוין גרויס
וועב דיזיין איז אזוי ווי פראגראמינג לגבי מאכן דערפון א פרנסה אויב מטויג עכט דערין (נישט ווייל די ווייב האט אזוי געזאגט...) דיין קען מען מאכן שיין אבער אויב מקען נאר אויבן אויף דיין איז א שאד די צייט ווייל די קליינע דשאבז
שיקט מען קיין אינדיע
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:05 pm
דורך לאז געמאכט
Sorry I must fully disagree.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:21 pm
דורך יעך'בין שוין גרויס
לאז געמאכט:
די רעדט'ס פון עקספיריענס אדער סתם מעניות דעת?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:30 am
דורך בחורהזעצער
אט האט איר א קלאסיפייד וואס איז היינט געווען אין דבר יום ביומו, און אזעלכע איז דא הונדערטער, מאך א זוך
דא