בלאט 1 פון 1

די איידיע פון די איידיעס אין גראפיק דיזיין

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 12:44 pm
דורך שלמי
עס איז פאפיולער אין די וועלט צו מאכן עדווערטייזמענטס פאר גרויסע קאמפעניס וואס באשטייען פון זיסע געדאנקען און אינטערעסאנטע בילדער.
ביי אונז אלע אין קאפ ליגן אפאר פון די עדס וואס ווען מען דערמאנט זיך דערפון קומט ארויף א שמייכן אויפן פנים.

די עדס ווערן אויסגעארבעט אין גרויסע אפיסעס פון קריעטיוו עדזשענסיס, וואו עס זיצן ליידיגייער און חלומ'ען ארום וויאזוי צו מאכן דעם נעקסטן עד פאר זייער מאלטי-ביליאן דאלער קליענט. די אפיסעס פארמאגן א דזשים, א פלעירום און נאך קינדערישע שפילערייען, אלעס מיטן געדאנק אז מען רעדט דא פון ארטיסטען און מען ברויך זיך אויסלופטערן צו זיין קריעטיוו. (אלעס אמת, בט"וו).
http://agencynet.com/

די פאליטיקס וואס גייט פאר צווישן איין עד עדזשענסי אינעם צווייטען, איז שוין באלד אזוי אינגעהייצט ווי אמעריקאנער פאליטיק צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן. די קריעטיוו דירעקטארס פון די קאמפעניס זיצן אויף מולטי-מיליאן דאלער פעיראלס און עס פארט א באן.
עס איז דא א זייער פאפולער שאו איבער די עדזשענסיס, עס הייסט "מעד מען" ווי מען זעהט די חברה חלומ'ען און טרינקען אלקאהאל אגאנצען טאג ווייל די דזשאב פארלאנג זיך נישט קיין עכטע סקילס, אבער עס פארלאנגט יא עפעס וואס ווייניג פארמאגן.

עניוועי, צום פוינט.
די אלע קריעטיוו עד איידיעס האבן עקטשועלי א ציל, עס מאכט סענס, עז איז דא פסיכילאגיע און סייענס ביהיינד איט, אבער פארן פשוט'ן המון עם איז עס פשוט א גוטע געדאנק, דער פשוטער מענטש כאפט נישט אז מען האט יעצט געשפילט מיט זיין קאפ און אים געמאכט קויפן א פראדוקט.

אבער די דיזיינערס ווייסן זייער גוט וואס זיי טוען און זיי לאכן ווי גרינג עס איז צו איבער רעדן א מענטש, און זיי שטוינען ווי אזוי זייער פסיכילאגישע איידיע ארבעט זיך אויס איעדעס מאל אן אויסנאם.

איך שרייב דעם ארטיקעל אויפצוקלערן אביסל מיינע קאלעגע דיזיינערס אז עטץ ברויכטס זיין די וואס פארשטייען וואס דאס איז, נישט ווי דער פשוטער המון עם וואס פרייט זיך פשוט מיטן דזשאוק.

די מעין געדאנק פון די קריעטיוו עדס איז א פשוטער: ארויסברענגען אן עמאושען פון א מענטש וועט אים קאנעקטען מיטן ברענד. אז א מענטש וועט שמייכלען אויף א זיסער עד אדער וויינען אויף אן עד ווי מען פרובירט אים צו מאכן וויינען, וועט ער סוב-קאנסיעסלי ווערן אפעקטירט אין מוח און ער וועט זיך עמאושענעלי פארבינדען מיטן ברענד. אזוי אז ביי דער נעקסטער געלעגעהייט וואס ער האט צו קלויבען צווישען צוויי ברענדס (קאקע-קאלע און פעפסי, אדער מעקדאנעלדס און בורגער קינג, אדער קרויס און מיללער שטריימלעך) וועט זיין מוח דיקטירען אז ער זאל גיין מיטן ברענד וואס ער האט א שייכות מיט אים, וואס האט אים געמאכט שפירן אן עמאושען אמאל.

עס גייט אויך אסאך טיפער און ברייטער, למשל מען ווייסט אז אויב וועט מען ווייזען אין אן עד וויאזוי מענטשן טוען געוואגטע זאכן למשל שפרינגען פון או עראפלאן אדער אויפגעבן א דזשאב, וועט עס מאכן גרינגער פאר א מענטש צו שפענדן מער געלט אויף א פראדוקט. ער וועט גרינגער אפמאכן אז "איך דארף נישט די געלט פאר ריטייערמענט, לאמיך טאקע יא קויפן א מערצעדעס יעצט".
אדער אז אויב מען וויל מאכן מענטשן זיך אפשטעלן טראכטן א מינוט איבער וואס זיי טוען, למשל צו מאכן מענטשן אויפהערן רויכערן, וועט מען לייגן אן עקסטרעמע בילד פון עפעס וואס אפילו דער סמאוקער פארשטייט אז עס איז נישט גוט און ארויסברענגען דעם פוינט אז ער טוט די זעלבע זאך. אדער אזוי ווי פיט"ע האט אמאל געמאכט עדס ווי מען זעהט מענטשן איינגעפאקט ווי פלייש און געמאכט מענטשן פילן אזוי ווי זיי טוען אויך נישט גוט מיטן עסן בהמות.

עס איז גאנץ פשוטע געדאנקען אבער רוב מענטשן כאפן נישט אז עפעס איז דא מער אונטער דעם עד, איינער שפילט מיט זיינע געדאנקען.

אבער אז אונז דיזיינערס אליינס ווייסן דאס נישט איז עס דאך א געלעכטער. סתם מאכן שפילערישע איידיעס אן וויסן וואס מען טוט און ווען מען זאל עס טוען מאכט שאדן פארן קליענט און ברענגט נישט קיין נוצן.

די ערשטע זאך דארף מען כאפן ווען א קריעטיוו איידיע קומט אריין און ווען נישט. למשל, (איך האב שוין אמאל גענוצט דעם משל אבער איך מיין אז עס ברענגט גוט ארויס דעם פוינט) - אז די עדזשענסי פון קארטיער וועט ווילן עדווערטייזען א זייגער, וועלן זיי נעמען די געלונגענסטע פאטאשאפ מומחים און עס אויסארבעטן אזוי שיין אז עס וועט גלאנצען. זיי וועלן עס ארומנעמען מיט קאלירן וואס ברענגן ארויס דעם שיינקייט (אנדערע פאר גאלד און זילבער) און עס מאכן אויסזעהן אזוי גוט אז אין ריעל לייף איז נישט דא אזא זאך אז עס זאל טאקע זיין אזוי שיין.

וואס וואלט אבער א קינדערישע דיזיינער וואס כאפט נישט דעם קאנצעפט פון א קריעטיוו עד געטוען? ער וואלט עס געלייגט אויף א קאר אין געשריבען "This watch will drive you"

אדער וואס טוט א נערישער דיזיינער ווען עס מאכט זיך אויף א נייער אידישער קאר סערוויס אין וויליאמסבורג? ער לייגט נישט קיין שיינעם פיקטשער פון א טאון קאר מיט א העפליכען דרייווער ביי די זייט, ניין, וואס יא? ער לייגט ארויף א קאפל און שרייבט "The kosher way or riding"

אדער אז די וואך אינעם פארום "שיינע עדס וואס זענען געלאפען" זעהט מען אן עד פאר א געשעפט וואס פארקויפט קאר עקסעסאריס, איז אנשטאט שרייבען וועלכע פראדוקטען ער פארקויפט, לייגט מען א גרויסען בילד פון א שפיגעל און מען שרייבט "Fill in the blind spot" און מען ווייזט א קליינעם בילד פון א גרויסען חלק פונעם געשעפט, אזש עס איז ממש נישט מעגליך צו זעהן וועלכע סארטן קאר עקסעסאריס מען פארקויפט. אזוי אז דער פשוטער ליינער קוקט גלייך ווייטער, די עד רעדט בכלל נישט צו אים, ער ווייסט ניטאמאל וואס זיי פארקויפען.

און די זעלבע זאך מיט G&G און אלע פורניטשער סטארס. עס ווייזט פשוט אויפן פאקט אז אונזערע אזוי-גערופענע פראפעסיאנעלס כאפן נישט דעם געדאנק בכלל פון אן עד.

(עס איז אויך דא אפאר גוטע אויסנאמען, למשל די פאמעגרענעט עדס וואס ווייזן פשוט א גוט שטיקל פלייש און רעכנט אויס אירע מעלות, אדער ווי זיי קאנעקטן אונז מיטן קעכער, דאס הייסט א ריכטיגע עד)

א ריכטיגער עד האט איין ציל: ברענגן ביזנעס פארן קליענט. און צו מאכן עדס וואס באשטייען בלויז פון אן איידיע ווען עס ברענגט נישט ארויס וואס מען פארקויפט אויף א גרינגען אין שיינעם וועג איז ארויסגעווארפן געלט. מען קען אריינווארפען א גוטען געדאנק אויך און אזוי עדווערטייזען א פראדוקט, אבער דער פראדוקט זאל נאך אלץ פארנעמען דעם אויבענאן. למשל די S&S עדס פאר די טליתים קאמפעני איז זייער גוט, עס ווייזט אידען אין שוהל מיט געלע טליתים און אונזער אידעל האט א הערליכען טלית אזוי אז עס גלוסט זיך איעדען צו לויפן גלייך נאך יום טוב עס איינקויפען. עס איז אן איידיע, אבער עס ווייזט קלאר וואס מען פארקויפט. משא"כ אז דער טלית הענגט פון א זעגל שיף איז בלויז אן איידיע אן ארויסברענגען דעם שיינקייט פונעם טלית.

עס איז אמת אז ביי אונז איז מען שוין צוגעוואוינט צו עדס וואס זאגן גארנישט, און די פשוטע מענטשן קוקן שוין אויך ווי שיין עס איז, און ממילא "ציהט עס אן אויג" און ממילא קוקן זיי בעסער אויפן עד און ממילא זעהן זיי שוין יא וואס מען פארקויפט, אבער עס איז נישט ריכטיג. ווייל פאקטיש זעהן זיי נישט וואס זיי דארפן צו זעהן אז זייער הארץ זאל זיי איבעררעדען צו גיין קויפן א געוויסע זאך, זיי זעהן נאר דעם אויבערפלעכטיגקייט.

ציען אן אויג איז אן עביוזד ווארט, עס בארעכטיגט שלעכטע ארבעט, אבער אין אמת'ן איז פונקט פארקערט, ווייל טאקע ווי אויבן דערמאנט, אויב דער עד וועט ארויסברענגען אן עמאושען ביים מענטש וואס וועט אים מאכן שפירען אויסגעשפילט אדער סתם פארוואונדערט, וועט עס האבן א פארקערטען אפעקט ווי געוואונטשען. דער עד וועט טאקע ציען אן אויג און ארויסברענגען אן עמאושען אבער עס וועט זיין אן עמאושען פון דיסעפוינטמענט, וואס וועט צוברענגען צו פארקערטע רעזולטאטן.


אין אן אנדערען געלעגענהייט וועל איך שרייבן וועגן סארטן סטיילס אין גראפיקס און די סיבה פארוואס כמעט איעדער דיזיינער ביי אונז טוט די זעלבע סטייל גראפיקס (די פשוטע סיבה איז ווייל עס איז גרינגסטע און מען גיבט איבער רוב ארבעט פאר אייסטאק, אבער עס גייט אסאך טיפער ווי דעם) און די עפעקט וואס עס האט אויפן מארקעט.

אפדעיט: אזוי רעדענדיג קומט ארויף נאך אן עד אין "שיינע עדס וואס זענען געלאפן" וואו מען זעהט העררינג שווימען אויפן שיף. וועם גלוסט זיך עס צו עסן? נישט מיך.
מיך וואלט געגלוסט ווען עס ליגט ווען אויף א הערליכען האלצערנעם טיש, מיט אייער קיכלעך און קאקאש קעיק אין די זייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 1:04 pm
דורך צים פינטעל
WOWOWOWO

יישר כח

דאס איז א מיליאן דאללער ארטיקל

אבער איך ווארען דיר! שרייב נאך!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 3:05 pm
דורך אלף בית
צים פינטעל האט געשריבן:WOWOWOWO

יישר כח

דאס איז א מיליאן דאללער ארטיקל

אבער איך ווארען דיר! שרייב נאך!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 4:38 pm
דורך צולייגער
אז עס איז גוט איז עס גוט, טייל האבן דאס שוין ערווענט פריער אין דעם אשכול "שיינע עדס", און דאס מאכט נאר שטארקער די טענה.
נ.ב., דאס ווייזט נאך סאך שטארקער ווי מען קען מאכן פורים פון אונז, עס ברענגט ארויס אונזער מצב פיל מער ווי די טענה איבער דעם שפראך און גראמאטיק פון די שרייבערלעך.
אידישיסטן עסט מיר נישט אויף.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 5:55 pm
דורך מבין נומ 1
שלמי, זייער אן אינטערעסאנטע ארטיקל!

קודם שכח פאר די לינק וואס דו צייכנסט אן, סאיז אנבעליוועבל, מוראדיג.

אקעי צום פוינט, סאיז אמת וואס דו זאגסט אז גוי'אישע פראפעסיאנאלן לייגן אריין קאפ און מח אין זייערע עדס, אבער כ'זע אז דיין קאפ לויפט נאר אויף לייגן א שיינע בילד פונעם עקשועל זאך און שוין. דאס איז נישט ממש אזוי, אמת אז מערצעדעס מיט מאקדאנעלדס לייגן פלעין זייער קאר אדער זייער סענדוויטש און שוין, אבער עפן אויף א טיים מאגאזין און קוק וויפיל עדס מ'זעט איידיעס מיט געדאנקען וואס זייער אסאך מענטשן דארפן קוקן דערויף צען מינוט ביז מ'כאפט וואס דו גייט פאר (א שטייגער 'ניו יארק לייף' עדס וואס זענען געלאפן חדשים אין ניו יארק טיים'ס)

דו האסט באמת עקספעקטעד אז אונזערע דעזיינערס וואס מאכן טאפס 500 דאלער אויף אן עד זאלן מאכן די זעלבע זאך ווי מערצעדעס? וויפיל אידישע געשעפטן קענען צאלן אפי' דאס ביסל וואס די היימישע דעזיינעס בעטן? וואס איז דיין ציל דא?

נאך מער, זאל א דעזיינער מאכן פאר זיין קאסטומער אזא עד ווי דו פארלאנגסט, זייער זייער אסאך קאסטומערס וועלן שרייען ס'איז נישט אינטערעסאנט, און נאכמער גיי אריין טיפער: די אידישע מארקעט איז היינט בכלל נישט די זעלבע ווי ביי די גוים, פאקטיש אן עד וואס איז אינטערעסאנט און דיפערענט (פאני בלע"ז) פון דעם רעד מען, און דאס ברענגט ביזנעס.

לאמיר אריינגיין נאך טיפער, רוב אידישע געשעפטן האבן ניטעמאל וואס צו לייגן אויף זייער עד (מ'רעדט נישט פון ווי די משל וואס דו האסט גענוצט פאמעגראנאט מיט די פלייש אדער דזשי און דזשי מיט רעקלעך) א שטייגער די עד וואס דו שרייבסט פון די אייטעמס פאר קאַרן, וואס זאל דער דעזיינער לייגן? אדרבה זאג דו? אז איינער עפענט א סטאר אין א בעיסמענט וואס פארקויפט למשל דרילערס, זאל מען לייגן א ריזיגע דרילער? מ'מוז דאך מאכן אן איידיע אז דערוילעם זאל וועלן קוקן דערויף? אה, אז מ'מאכט א שפיגל און מ'גיבט א ספעשל (קאל פאר עקשאן הייסט דאס אין ענגליש) אז מ'באקומט א פרי בליינד ספאט מיראר, דאן וועט זיך יעדער אפשטעלן קוקן דערויף. (קוק וויפיל טשענדעליער עדס מ'זעט אין די פעיפערס, יעדער לייגט א טשענדעליער, סאיז דיר נאך אינטערעסאנט צו קוקן דערויף?)

און חוץ דעם, פופציג פראצענט עדס ביי די גוים האבן א בילד פון א פרוי, וואס דאס 'קענסטו נישט' מאכן ביי אונז.

כ'מוז דיר זאגן, ביסט זייייער גערעכט מיט דיין טענה, אבער ס'קוקט נישט אויס ווי דו ביסט אין די חסיד'ישע ליין פון גראפיקס בכלל. ווייל דאן וואלסטו זיך דערזען אין א לאך, כ'ווייס נישט וויפיל קאסטומער'ס דו קענסט האבן היינט צו טאגס ביים חסיד'ישן מארקעט מיט אזא מהלך.

(טערעסאנט די זעלבע טענות הער איך צומאל פון די חכמים ווען עס קומט צו אידישע מוזיק...)

כקוק יעצט אביסלע איבער וואו דו האסט געשריבן וועגן גראפיק סטיילס, כ'מוז דיר זאגן אז כ'האב אסאך רעספעקט צו דיין וואוסנשאפט!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 9:43 pm
דורך צים פינטעל
מבין זאגסט גיטע ניקודות אבער לאמיר רעדן טאקע פון די קאר סטאר

אדער וואלט מען געקענט לייגן א שיינעם בילד פונעם סטאר

אדער א געוויסע אייטעם וואס איז זייער ניצבאר אין א קאר און עס מאכן אין גרויס אזוי וועט מען ארויסהאבן אז איינער וואס האט א קאר לוינט זיך אריינצוסטעפן אין די סטאר


די עיקר נקודה איז צו מאכן די עד "קוק אויף דאס" נישט "קוק אויף מיר"

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 11:25 pm
דורך שלמי
צולייגער,
דו זאגסט א גוטן פוינט, עס איז פשוט דיגרעדינג צו וויסן אלס קאסטומער ווי מען מאכט פורים פון אונז.
און די "טייל" פון וואס דו רעדסט מיינט איר לכאורה מיר אליין, איך פלעג פרובירן צו רעדן דארט מיינע מיינונגען.

מבין,
איך האב געמאכט א טעות און נישט ארויסגעברענגט קלאר אז איך רעד דייקא פון עדס פאר פראדוקטען, נישט פאר סערוויסעס.
איך זאג אלץ פאר מענטשן וואס קומען אויף מיט ווילדע ביזנעס איידיעס, אז זיי ווילן אויפמאכן דעם נעקסטן גוגל אדער איבעי, אז צו מארקעטען א פשוטער אייטעם קאסט א געוואלד, יעשט שטעל דיך פאר ווען דו דארפט מסביר זיין בכלל דעם עקזיסטענס פונעם איידיע.
ממילא ביי סערוויס ביזנעסער, למשל די 'רינגא' עד פאר די וואס דעליווערן גראסעריס אהיים, מעג מען - און דארף מען - טאקע מאכן אינטערעסאנטע עדס.
פארשטייט זיך אז דארט איז אויך דא שטארקע כללים, און מען דארף זיכער מאכן נאך אלץ ארויסצוברענגען וואס מען טוט און נישט ווערן פארשפילט מיטן דזשאוק, און מען דארף נאך אלץ אכטונג געבן פון מאכן שלעכטע געפילען ביי מענטשן, אבער עס איז טאקע אנדערש ווי פראדוקטען.
ממילא ביזטו גערעכט איבער די נ.י. לייף עדס.

נאך א גוטע פוינט וואס דו האסט ארויסגעברענגט איז די מיידלעך עפעקט בלע"ז.
דאס הייסט אז אסאך עדס קען מען טאקע פארשטעלן דעם פראדוקט אליינס אבער וויבאלד עס זענען נשים אינוואלווד איז עס שוין אנדערש.

אבער איך האלט אז דעם צוגאנג וואס דו האסט אז ביי אונז איז אנדערש ווייל דאס אז מען רעדט פונעם עד מאכט ביזנעס איז נישט אינגאנצען אויסגעהאלטן.
קודם כל, ווער רעדט דען פון שיינע עדס? נאר גראפיק דיזיינער צווישען אונז אדער בחורים אין ישיבה דעבאטירן די שטריימלעך עדס פאר פסח, סתם המון עם רעדט נישט פון עדס אין אירע איידיעס.

און דו שרייבסט "זאל מען לייגן א ריזיגע דרילער? מ'מוז דאך מאכן אן איידיע אז דערוילעם זאל וועלן קוקן דערויף?" - טאקע דאס בין איך מחולק, מען מוז נישט מאכן אן איידיע אז מען זאל קוקען, מען מעז גוט אויסארבעטן די קאלירן און די פראדוקטען אז מען זאל קוקען, אבער נישט די איידיע איז וואס וועט דיקטירן דעם קוק (איז נאכאמאל רעד איך פון פשוטע מענטשן, נישט אונז דיזיינערס)

און דו ביזט גערעכט טאקע, איך בין נישט קיין דיזיינער פאר היימישע עדס, אין פאקט, איך האב נישט געהאט מער ווי 2-3 עדס בכלל אין אונזערע צייטונגען זייט איך שטיי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 3:10 am
דורך שטארק זיך
שיינער ארטיקל שלוימעלע,
וואו קען אפלייען פאר א דזשאב ביי די קריעיטיוו משוגעים, איך האלט אז איך טויג מעכטיג דערצו; ווארום צו עפעס אנדערש נישט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 9:56 am
דורך אורחאפורחא
שכוח ר' שלומו פארן נעמען די מוה אפצושרייבן אזא זיינע ארטיקל, איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע סיכסוך איך האלט ווי דיר מיט אפאר זאכן יא און מיט אפאר זאכן נישט.

אבער וואס מען וואלט יא געווען כדאי צו טון איז; צו מאכן א פארום פון קריעטיוו עדס וואס זענען געלאפן און עקסטער אינטרעסאנטע (פאני/אייידעס) עדס וואס זענען געלאפן עקסטערע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 1:47 pm
דורך יואל שווארטץ
שלמי, איך פארשטיי נישט וואס די לינק ברענגט ארויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 5:35 pm
דורך thefact
אורחאפורחא האט געשריבן:שכוח ר' שלומו פארן נעמען די מוה אפצושרייבן אזא זיינע ארטיקל, איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע סיכסוך איך האלט ווי דיר מיט אפאר זאכן יא און מיט אפאר זאכן נישט.

אבער וואס מען וואלט יא געווען כדאי צו טון איז; צו מאכן א פארום פון קריעטיוו עדס וואס זענען געלאפן און עקסטער אינטרעסאנטע (פאני/אייידעס) עדס וואס זענען געלאפן עקסטערע.

איר מיינט אוודאי א עקסטערע אשכול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 10:23 pm
דורך ארט און מוזיק
א געוואלדיגע ארטיקל, שלומי פליז סטאפ נישט דא...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 11:12 am
דורך צים פינטעל
וואס איז די ניו יארק לייף עד

אפשר קען עס איינער לייגן דא

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 3:04 pm
דורך מבין נומ 1
צים פינטעל האט געשריבן:וואס איז די ניו יארק לייף עד

אפשר קען עס איינער לייגן דא


האסטו מיר געמאכט עס זוכן... אט דא האט איר:

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 9:29 pm
דורך צים פינטעל
אהה
כאב געמיינט אז די מיינסט דאס

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 4:49 pm
דורך מר. פאטאשאפ
און וואס איז געבליבן מיט דעם דאזיגן אשכול?

פערטיג??