בלאט 32 פון 71

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:26 pm
דורך אדער יא
וועלכע פאנטס זענען די דאזיגע?
1.png
1.png (2.17 KiB) געזען 3174 מאל
2.png
2.png (1.43 KiB) געזען 3174 מאל
3.png
3.png (1.23 KiB) געזען 3174 מאל

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:27 pm
דורך אדער יא
4.png
4.png (1.33 KiB) געזען 3174 מאל
5.png
5.png (2.55 KiB) געזען 3174 מאל

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 2:48 pm
דורך חושב מחשבות...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 3:53 pm
דורך אדער יא
חושב מחשבות... האט געשריבן:טריי די לינק

https://www.myfonts.com/WhatTheFont

כ'קום שוין פון דארט, געספענט גענוג צייט, אז כ'האב נעמען פון די ארנמענטס איז גרינגער.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 1:25 pm
דורך אדער יא
אפשר דאך, עמיצער ווייסט פון דאס אדער ענדליכס?

וואו קען מען קויפן אידישע פאנטס?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 1:46 pm
דורך תענית חלום
וואו קען מען קויפן אידישע פאנטס חוץ פון:
www.fontype.co.il
www.fontbit.co.il
www.beitalef.co.il

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 3:24 pm
דורך וועלטניק
וואס עפעס חוץ פון די? דאס איז בעסקלי איט
בד"וו זיי האבן פרייזן פאר פעקעזשעס וואס איז פיל ביליגער ווי איינצלנע

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 8:50 pm
דורך למעלה משבעים
אדער יא האט געשריבן:וועלכע פאנטס זענען די דאזיגע?
1.png
2.png
3.png

אפשר פון NatVign? זע דא https://www.myfonts.com/fonts/paratype/nat-vignette

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 6:26 am
דורך פלעין אידיש
וועלטניק האט געשריבן:
פלעין אידיש האט געשריבן:וועלעכע פאנט איז דאס און ווי קען מען עס פארשאפען

Fb Israel

געוואלדיג

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 11:59 am
דורך תענית חלום
איך האב געזעהן אין בארא פארק עפעס צעטליך הענגען: מאמע מאמע! אין ריזיגע אותיות

איינער ווייסט וועלכע פאנט עס איז?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 12:56 pm
דורך אדער יא
למעלה משבעים האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:וועלכע פאנטס זענען די דאזיגע?
1.png
2.png
3.png

אפשר פון NatVign? זע דא https://www.myfonts.com/fonts/paratype/nat-vignette

ייש"כ, עס קוקט אויס ענדליך און שיין.

איר ווייסט אפשר די חילוק פון OTF און TTF (ער גיבט מיר דארט צו וועלן) ?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 2:54 pm
דורך אדער יא
תענית חלום האט געשריבן:וואו קען מען קויפן אידישע פאנטס חוץ פון:
http://www.fontype.co.il
http://www.fontbit.co.il
http://www.beitalef.co.il

נאך עפעס..

א א

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 4:18 pm
דורך נישט פשוט
אפציעל איז די OTF מער נייע, און איז בעסער.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:55 pm
דורך תענית חלום
תענית חלום האט געשריבן:איך האב געזעהן אין בארא פארק עפעס צעטליך הענגען: מאמע מאמע! אין ריזיגע אותיות

איינער ווייסט וועלכע פאנט עס איז?

איינער ווייסט וועלכע פאנט עס איז?
"איינגעשפאנט?"

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 9:57 am
דורך וועלטניק
תענית חלום האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע פאנט עס איז?
"איינגעשפאנט?"

Fb Lapid

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:15 pm
דורך תענית חלום
וועלטניק האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע פאנט עס איז?
"איינגעשפאנט?"

Fb Lapid

א גרויסן יישר כח

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:18 pm
דורך גרויסע רעדנער
אדער יא האט געשריבן:איר ווייסט אפשר די חילוק פון OTF און TTF (ער גיבט מיר דארט צו וועלן) ?

איך האב געטראפן זייער אן אלטן אינטערוויא מיט א פאנט דיזיינער

וואס איז די חילוק צווישן א אופען טייפ און א טרו טייפ פאנט?

יעדע פאנט ווען מען עפנט עס אין פאנטלעב זעט מען אסאך קעסטלעך, יעדע אות האט א באזונדערע קעסטל (אין טיפאגראפישע שפראך אנגערופן "קערעקטער" אדער "גלייף"). די חילוק צווישן די צוויי אין איין ווארט איז אז אין טרו טייפ קען אריינגיין זייער א באגרעניצטע צאל פון קעסטלעך (דאכט זיך מיר ביז 255), און אין אופען טייפ קען אריינגיין אן א גרעניץ.

חוץ דעם איז א אופען טייפ פאנט זייער קלוג, מען קען אים געבן קלארע אינסטראקציעס וואס צו טון למשל ווען מען טייפט אריין א אל"ף און נאכדעם א למ"ד זאל ער מאכן א נייע מין אות וואס האט דארט א באזונדערע קעסטל, די אל"ף למ"ד קאמבינאציע זעט מען זייער אסאך אין אלטע סידורים וואס האבן נישט געוואלט ארויסשרייבן דעם באשעפער'ס נאמען ק"ל.

אזוי קען מען געבן אן א שיעור קעסטעלעך און אן א שיעור אינסטראקציעס, ביי די גוים קומט עס שטארק צוניץ ביי "סקריפט" אותיות וואס די ליין וואס ציט זיך פון איין אות צום צווייטן קען נישט אייביג זיין אייניג, לאמיר זאגן דער ליין פון די a וואס ציט זיך צום נעקסטן אות, וועט זיין פיל מער פראפעסיאנעל אויב עס וועט זיך יעדעס מאל צופאסן צום קומענדיגן אות און נישט אייביג זיין די זעלבע, ווען די נעקסטע אות איז א b זאל עס גיין אביסל ארויף, און ווען עס איז א r זאל עס גיין גאר שיף ארויף. פארשטייט זיך אז מען קען מאכן אן קיין שום אינסטראקציעס און אז עס זאל ענטהאלטן די זעלבע צאל קעסטלעך ווי א טרו טייפ פאנט, וואס דאן וועט נישט זיין קיין שום חילוק צווישן די ביידע, און ביידע וועלן פיין ארבעטן.

וואס עס מיינט ביי אונז אידן אז מען זאגט פארן "אופען טייפ" פאנט אז ווען דו לייגסט דעם קמץ (וואס איז אויך א קערעקטער פאר זיך) אונטער דעם אלף זאל עס זיין אינדערמיט פונעם אות, אבער ווען דו לייגסט עס אונטערן ר' זאל עס זיין אויף די רעכטע זייט, אונטערן פיסל. און די זעלבע איז מיט טעמי המקרא.

די גאר סאפיסטטיקירטע אופען טייפ פאנטס אין ענגליש פארמאגן שוין אזויפיל זאכן אז עס איז פשוט א פראגרעם פאר זיך, למשל זיי מאכן א קאלקעלעיטער, ווען דו טייפסט אריין די קאמביאנאציע פון 1+1 וועט זיך עס אויטאמאטיש טוישן צו 2, ממש ווי עקסעל, און אסאך מאל נאך ווייטער.

אגב, נישט יעדער ווייסט דאס, אז די ספעיס צווישן איין ווארט און די צווייטע איז אויך א קערקטער, און אויב מען זעט אז ביי א געוויסע פאנט איז די ספעיס צו גרויס, קען מען עס פשוט פאררעכטן אינעם פאנט, און דארט מאכן קלענער.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 11:00 am
דורך תענית חלום
וועלכע פאנט איז דאס?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 4:12 pm
דורך גרויסע רעדנער
תענית חלום האט געשריבן:וועלכע פאנט איז דאס?

Fb Shomrei Mishkal

וועלכע פאנט?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:34 pm
דורך טאלאנטי
Untitled-1.tif
Untitled-1.tif (257.58 KiB) געזען 2622 מאל

וועלכע פאנט?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:35 pm
דורך טאלאנטי
Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (57.61 KiB) געזען 2622 מאל

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:10 pm
דורך וועלטניק
טאלאנטי האט געשריבן:
Untitled-1.jpg

Fb Ishmael

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 3:43 pm
דורך חלומות
וועלכע פאנט איז דאס?
fonttt.JPG
fonttt.JPG (9.11 KiB) געזען 4159 מאל

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 4:08 pm
דורך וועלטניק
ווער זאגט ס'דא אזא פאנט?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 4:46 pm
דורך קלאָצקאָפּ
ווער זאגט אז מ'מוז אלץ ענטפערן בדרך טענה?