בלאט 3 פון 71

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:26 pm
דורך דעת זקנים
מיט די בלומען איז S-Malc-Noy
אן די בלומען איז S-MalchutDot

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:37 pm
דורך תרנגול
דאנקע שיין

געשריבן: מאנטאג יוני 04, 2012 12:11 pm
דורך לעמעלע
וויאזוי הייסט די פאנט פון בשבח והודאה וכו'?
און אזוי אויך די פאנט פונעם חתן'ס נאמען?

געשריבן: מאנטאג יוני 04, 2012 1:22 pm
דורך תרנגול
בשבח והודאה וכו' - IW_Armon
חתן'ס נאמען - Maarav

געשריבן: מאנטאג יוני 04, 2012 1:31 pm
דורך לעמעלע
ייש"כ

געשריבן: זונטאג יוני 10, 2012 1:13 pm
דורך אלס פארשטייער
Scan 15.jpg

געשריבן: מאנטאג יוני 11, 2012 5:00 pm
דורך פעטריטשקע
rimona
פון פונטביט, און אויך hadasanew האט עס אין די ענגלישע חלק.

געשריבן: מאנטאג יוני 18, 2012 10:45 am
דורך יוראפ
וועלכעס ס'דאס?

געשריבן: מאנטאג יוני 18, 2012 10:53 am
דורך דעת זקנים
Amerald or AmeraldBlack

געשריבן: מאנטאג יוני 18, 2012 10:55 am
דורך יוראפ
אדאנק

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2012 12:01 pm
דורך מחזור
וועלכע פאנט איז דאס?

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2012 1:14 pm
דורך יואל שווארטץ
איך מיין אז adobe hebrew.

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2012 6:58 pm
דורך פן ויען
וואס פאר א פאנט איז דאס יישר כח

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2012 4:51 pm
דורך פן ויען
ביטע העלפט איך דארף נייטיק וויסען וואס פאר א פאנט דאס איז

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:59 pm
דורך פן ויען
ווייסט אפשר איינער וואס פאר א פאנט דאס איז סיי די אידישע אינ סיי די ענגלישע
יישר כח

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:07 pm
דורך יוראפ
די ענגלישע איז
lucida calligraphy

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:14 pm
דורך פן ויען
די V זעט נישט אויס די זעלבע
יישר כח

די אידישע ווער ווייסט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:19 pm
דורך מר. פאטאשאפ
די יודישע קוקט מיר אויס צו זיין Norit (אדער norrit)
די ענגלישע איז לכאורה P22AvocetLight

איך פארמאג ביידע פאנטס
אויב ברויכסטו עס, שיק מיר א אישי

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:43 pm
דורך תרנגול
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:די יודישע קוקט מיר אויס צו זיין Norit (אדער norrit)

ס'איז נישט נורית, וואס יא ווייס איך נישט.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:26 pm
דורך מר. פאטאשאפ
תרנגול האט געשריבן:ס'איז נישט נורית, וואס יא ווייס איך נישט.

פון וואנעט נעמסטו אז ס׳איז נישט נורית
ס׳איז אפשר נישט גענוג קלאר אויפן בילד, אבער מיר קוקט עס אויס די נענטסטע צו נורית, קוק גוט אויפן שי"ן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:30 pm
דורך תרנגול
טאקע פונעם ש' האב איך מחליט געווען אז ס'איז נישט דאס

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:33 pm
דורך תרנגול
דא האסטו א ש' פון נורית, די שפיץ פון די מיטעלסטע שטעקן איז געסענטערט פונקטליך צווישן די צוויי אנדערע שטעקענעס. ביי די ש' פון די לאגא אויבן קוקט מיר אויס די מיטעלסטע שטעקן גענויגט מער צו לינקס. און בכלל האב איך באמערקט נאך זאכן ביי אנדערע אותיות וואס איז זייער נישט ענדליך, די ל', די ק', ועוד. קען זיין אז מ'דארף עס טאקע זעהן קלאהרער.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:59 pm
דורך מר. פאטאשאפ
וואס איך קלער איז אז אמאל אין די בראשית יאהרן פון קאמיוטער פלעגן אסאך אירע מאכן אליין פאנטס, עס איז נישט אזוי גרינג געווען צו באקומען פאנטס, און בכלל איז נישט געווען אזא גרויסע אויסוואהל פון פאנטס ווי עס איז דא היינט, ממילא קען פשוט זיין אז די דאזיגע פאנט איז א ׳כמו׳ נורית, אזויווי עס זענען דא אסאך ׳כמו׳ ווילנא פאנטס (א שטייגער ווי די פאנט פון ר׳ אברהם דוד גליקס סידורים, יענע פאנט האט געמאכט א יוד ר׳ בנימין קנאבלאך פון ב"פ, איך קען אים פערזענליך), אזוי אויך זענען געווען די כצו David פאנטס וכדומה, ויש ליישב.

אגב - עס האט זיך דא אמאל געדרייט א ניק מיטן נאמען ׳ארטיסטראפאל׳ וועלכע איז געווען א מומחה אין פאנטס, ממש יחיד במינו, און אלמלא ער וואלט דא געווען וואלטן אלע שאלות בעניני פאנטס שוין געווען פארענטפערט, אבער לעצטנס זעהט מען אים שוין נישט דא, וחבל על דאבדין

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:53 pm
דורך תרנגול
אגב, רעדנדיג פון נורית, איז כדי צו באמערקן אז דער פאנט איז זייער א שיינע ליינבארע פאנט, אינטרעסאנט אז מ'זעהט איהם נישט אזוי אפט....

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:10 pm
דורך מר. פאטאשאפ
תרנגול האט געשריבן:אגב, רעדנדיג פון נורית, איז כדי צו באמערקן אז דער פאנט איז זייער א שיינע ליינבארע פאנט, אינטרעסאנט אז מ'זעהט איהם נישט אזוי אפט....

ער איז אמאל געווען אסאך מער פאפולער, היינט הייסט עס שוין א אלט מאדישער פאנט, הגם וואס אני הקטן פלעג אים נאך יא נוצן ביז ממש לעצטנס ווען איך בין שוין געווען געצוואונגען צו נוצן עפעס פרישערס