יסודות פון פאטאגרעפי (4 אפדעיטס)

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

נא ווען קומט שוין נאך א שיעור? דאס קומט מיר צינוץ איעדען טאג
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

ס'שוין אן איר אלטע טראדיציע דא אויף אייוועלט אז ווען מ'שרייבט אין פארזעצונגן דארף מען בלייבן סטאק ערגעץ אינמיטן וכאשר בא כן ילך מ'הערט מער נישט און מ'ווייסט מער נישט פון דעם ניק צו זאגן ס'כאילו לא הי' (הגה: די מדקדקים זענען מקפיד עס צו טון דווקא ביי א פונקט ווי דער עולם איז שוין גוט אנגעדרייט... וכן ה(איי)עולם נוהג)!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט אפישעל דיזיין »

אַבּערוואַס האט געשריבן:ס'שוין אן איר אלטע טראדיציע דא אויף אייוועלט אז ווען מ'שרייבט אין פארזעצונגן דארף מען בלייבן סטאק ערגעץ אינמיטן וכאשר בא כן ילך מ'הערט מער נישט און מ'ווייסט מער נישט פון דעם ניק צו זאגן ס'כאילו לא הי' (הגה: די מדקדקים זענען מקפיד עס צו טון דווקא ביי א פונקט ווי דער עולם איז שוין גוט אנגעדרייט... וכן ה(איי)עולם נוהג)!

;l;p- :lol:
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

עד דלא ידע בין white&gold vs black&blue

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

די גאנצע מידיע וועלט דרייט זיך איבער מיט א בילד, איבער די קאליר פון א קלייד וואס טייל זעהן עס ווייס און גאלד אנדערע זעהן עס בלוי און שווארץ,
לכאורה ווי עס שיינט האט עס צו טון מיט די white color balance אויפן קאמערא
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

חלק ה' - 'אפערטשור - Aperture'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

אזוי ווי אונזער מגי"ש איז געגאנגען אויף אורלויב... און איבער געלאזט א אומפארענדיגטע שיעור וועלן מיר בעזהשי"ת ממשיך זיין, בבחינת סובסעטוט (יא, מ'גייט האבן א סאבסעטוט!..) און צוענדיגן די פיפטע חלק.

חלק ה'

דאס ברענגט אונז צו 'אפערטשור - Aperture', וואס פאר א עפעקט דאס האט אויפן בילד.

ווי דערמאנט אויבן אין חלק ב' איז דער 'אפערטשור' ווי א דעקל וואס פארשטעלט די ליכטיגקייט אז נישט די גאנצע ליכטיגקייט וואס געפינט זיך אויפן צענע וואס מען כאפט אפ זאל אנקומען צו די אימעדש 'סענסאר'.

בילד

א שטייגער ווי דאס שווארץ אפל פון דעם מענטשליכע אויג וואס ווערט גרעסער אין טונקעלע פלעצער אז מער לעקטער זאל קענען אריינגיין, און ווערט קלענער אין ליכטיגע צענעס אז ווייניגער ליכטיגקייט זאל אנקומען צו די נערוון וואס כאפן אויף די צענע.

(דאס איז די סיבה פארוואס ווען מען גייט פון א ליכטיגע פלאץ צו א טונקלע פלאץ אדער פארקערט דויערט עס א שטיק צייט אז די אויגן זאל זיך "צוגעוואוינען" צו די נייע ליכטיגקייט, ווייל ער דארף 'עדשאסטן' די שווארץ אפל צו די נייע פלאץ).

די 'אפערטשור' אפעקטירט דעם בילד מיט צוויי זאכן.

די ערשטע איז 'ליכטיגקייט', אז ווען די 'אפערטשור' איז אפען גרויס קען אסאך ליטיגקייט אנקומען צום סענסאר, וואס וועט מאכן די בילד וואס ווערט אפגעכאפט זאל זיין ליכטיגער, און ווען די אפערטשור איז ווייניגער אפען וועט א קלענערע מאס ליכטיגקייט אנקומען צום סענסאר וואס וועט מאכן אז די בילד זאל זיין טונקעלער.

די צווייטע עפעקט וואס די 'אפערטשור' האט אויפן בילד איז 'דעפט אוו פיעלד' (depth of field), און כדי דאס צו פארשטיין קלאר דארף מען קודם ארויסהאבן וואס איז דאס 'פאוקעס' (focus).

איז אזוי, ווען א מענטש קוקט אויף א געוויסע זאך און קאנצערטרירט זיין אויגן אויף דעם, איז די גאנצע ארום -דארט וואו ער קוקט נישט דירעקט- נישט אזוי קלאר.

דאס ווערט גערופן 'פאוקעס' אז דארט ווי די 'קאנצערטראציע' פון זיין אויגן הנקרא 'פאוקעס' איז, דאס וועט זיין קלאר, און די איבריגע פון די צענע וואו די קאסערטראציע-'פאוקעס' פון די אויגן איז נישט דארט, וועט זיין 'בלורי' ד.ה. 'אוט אוו פאוקעס' (out of focus).

יעצט אזוי, ווען די אויגן פאוקעס'ט אויף איין זאך, וועט נישט נאר די זייטן וואס איז נישט קעגן די אויגן זיין 'אוט אוו פאוקעס' ד.ה. אויבן אונטן און די צוויי זייטן, נאר אויך די צענע וואס איז פאראויס פון דעם אביעקט ד.ה. ווייטער אוועק פון די זאך אויף וואס ער קוקט, וועט אויך זיין 'אוט אוו פאוקעס', און אזוי אויך די פלאץ וואס איז נענטער צו די מענטש דאס וועט אויך זיין נישט קלאר און 'אוט אוו פאוקעס'.

DOF.JPG


אט דאס איז "דעפט אוו פיעלד", די טיעפקייט פון די צענע וואס איז קלאר און אין 'פאוקעס' אקעגן די איבריגע חלק פון די צענע וואס איז נישט אין 'פאוקעס' וואס וועט זיין 'בלורי'.

יעצט וועלן מיר פארשטיין ווי אזוי די 'עפערטשור' עפעקטירט די 'דעפט אוו פיעלד'.

ווען א מענטש קוקט אריין אין א שמאלע זאך ווי א פייפ וכדומה, וועט ער קענען זעהן קלאר אויך א ווייטערע שטרעקע און ווי שמעלער די פייפ וועט זיין אלס ווייטער וועט ער קענען זעהן קלאר, און ווי ברייטער די פייפ וועט זיין אלס א קלענערע שטרעקע וועט ער קענען זעהן קלאר.

די סיבה דערצו איז די פאוקעס, ווי קלענער די פלאץ פון וואו ער קוקט ארויס אלס בעסער איז די פאוקעס קאנצערטרירט אויף די צענע וואס ער זעהט, און דאס איז גורם אז די צענע זאל זיין שטערק 'אין פאוקעס'.

דאס גענוי טוט די 'עפערטשור' פון די לענס, צו די בילד וואס ווערט אפגעכאפט, ווי מער די עפערטשור איז אפען (ד.ה. א קלענערע 'עף-סטאפ' נומער) אלס א קלענערע 'דעפט אוו פיעלד' וועט ער אפכאפן, דאס הייסט אז אויב איז די אפערטשור אפען אסאך וועט די רוזלטאט זיין אז אלעס אין דעם בילד וואס איז ווייטער אדער נאנטער ווי די אביעקט וואס ער כאפט אפ וועט זיין בלורי, און נאר די אביעקט וועט זיין 'אין פאוקעס', דאס הייסט א 'שעללאו דעפט אוו פיעלד' (א קורצע טיפקייט פון קאנצערטראציע אויף די צענע).

(דאס קען מען ניצן פאר א סימן נישט צו ווערן צומישט מיט די נומערן פון די עפערטשור 'עף-סטאפס' (f stops), אז ווי א 'העכערע' נומער 'עף-סטאף' -וואס איז א קלענערע עפענונג אין די עפערטשור- אלס א 'גרעסערע' פאוקעס איז דא אויף די צענע וואס מען טוט פאטאגראפירן. ד.ה. א 'העכערע' נומער עפערטשור, איז א 'גרעסערע' בילד אין פאוקעס,)

די סיבה פארוואס מען וויל אז די בעקגראונד פון א בילד זאל זיין בלורי איז אז די אביעקט אין די בילד -צו דאס איז א מענטש צו א חפץ א.ד.ג.- וואס איז די וויכטיגסטע זאך אין דעם בילד, זאל ארויסשטארן און עס זאל זיין זעהבאר וואס די בילד פארציילט.
AP.JPG
הק' איש ימיני
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

וואאףף, בוקמארקד.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואאףף, בוקמארקד.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

wow גערעכטער, טענקס עי מיליאן! גיי ווייטער אהן!
הנותן לשכוי בינה...
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערליך שיין, יישר כוח.

וואס זענען די יסודות פון כאפען א פיקטשער פון פלעסטיק? לדוגמא א אייטעם אין די פלעסטיק פעקדזשינג, אדער פון פלעסטיק בעגס, די ליכטיגקייט קלאפט צוריק אויף פלעסטיק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

נא_שכל האט געשריבן:הערליך שיין, יישר כוח.

וואס זענען די יסודות פון כאפען א פיקטשער פון פלעסטיק? לדוגמא א אייטעם אין די פלעסטיק פעקדזשינג, אדער פון פלעסטיק בעגס, די ליכטיגקייט קלאפט צוריק אויף פלעסטיק.

טריי צו ניצן א circular polarizer.
הק' איש ימיני
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך פרוביר צי פארשטיין די יסוד פון ISO. גערעכטער אפשר קומסטו אריין מיט א שיינעם הסבר?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ענדע צדיק! האט געשריבן:איך פרוביר צי פארשטיין די יסוד פון ISO. גערעכטער אפשר קומסטו אריין מיט א שיינעם הסבר?

הופ! ערשט יעצט באמערקט

און קורצן,
יעדע (דידשיטעל) קעמרע כאפט אפ די בילד דורך די אימעדש סענסאר (ומלפנים 'פילם') דאס איז די סענסאר וואס כאפט אויף די ליכטיגקייט וואס קומט אריין אין די קאמרע, וואס ווערט איבערגעטייטשט אין א בילד.

ISO איז "די סענסעטיוועטי פון די אימעדש סענסאר צו ליכטיגקייט"
דאס הייסט ווי שנעל ער כאפט אויף ליכטיגקייט, א הויכע נומער ISO וועט אויפכאפן אסאך ליכטיגקייט אין א קורצערע צייט, ווידער א נידריגע ISO וועט אויפכאפן ווייניגער ליכטיגקייט אין די צייט, וואס וועט מאכן אז די בילד זאל מוזן האבן א לענגערע שאטטער ספיד אדער א מער אפענע אפערטשור צו באקומען א גוטע עקספאזשער (ווי ברייט אויסגעשמועסט אויבן).

וא"ת דאן איז אלעמאל בעסער צו האבן א הויכע ISO צו שפארן צייט מיט א קורצע שאטטער ספיד אדער צו קענען האבן א גרויסע 'דעפט אוו פילד' מיט א קליינע אפערטשור? אמת, אבער א הויכע USO ברענגט זיך זיינע פראבלעמען, דהיינו א הויכע ISO ברענגט אז די בילד זאל האבן "גרעין" (אדער "נויז") וואס איז אזאנע פיצקעלע פינטעלעך איבער די גאנצע בילד, וואס איז כמובן נישט וועלקאם אין א שיינע בילד, היינטיגע פארגעשריטענע קעמרעס זענען גאר גוט אין פארמיידן גרעין אפי' מיט הויכע ISO אבער ביי גאר הויכע וועט אלעמאל זיין גרעין.

אין נאכט פאטאגרעפי אדער אין א פלאץ ווי ס'נישט דא קיין סאך ליכטיגקייט וועט מען מוזן ניצן א הויכע ISO (אויב האט מען נישט א טרייפאד פאר לאנגע אקספאזשער)

די רעקאמענדירטע נומער איז מאקסימום 800 אין נארמאלע קאמרעס, טייערערע קאמרעס קענען גיין אביסל העכער, דאס דארף מען אליין אויספראבירן.
הק' איש ימיני
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טענק יו! זייער גוט מסביר געווען.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

יסודות פון פאטאגרעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אזוי ווי די פאטאגראפירער האבן אונז איבערגעלאזט דא מיט אפענע מיילער אין ברען פון די שיעורים, וועל איך איבער נעמען די לייצעס דא פאר אפאר מינוט ביז די רבי קומט צוריק אריין.

שטיי מיר יעצט אז ס'איז דא די דריי זאכן וואס פארמירן צוזאמען די ליכטיגקייט פון די בילד.

בקיצור:

- אפערטשור- aperture -די סייז פון די עפענונג פון די סענסאר
- שאטער ספיד - -ווי לאנג זאל די סענסאר זיין אפן
- ISO -די סענסיטיווקייט פון די סענסאר צו ליכטיגקייט


אז מען פארשטייט שוין די דריי זאכן דארף מען מאכן די סך הכל.

די דריי זענען ווי א טרייענגל, וואס זענען געבינדן איינס צום צווייטן און די ארבעט פונעם פאטאגראפירער איז צו שאפן די ריכטיגע באלאנס צווישן די דריי, אז ס'זאל ארויסקומען א געלונגען פערפעקט בילד.

למשל אויב מאכסטו א שנעלערע שאטער ספיד, ווייל דו ווילסט אפכאפן דיין לעבעדיגער צוויי יעריג'ס וואס קען נישט שטיין גראד פאר מער ווי א פערטל סעקונדע, פארלירסטו לייט, און דו מוזט עס ריפלעיסן מיט א גרעסערע אפערטשור אדער א העכערע ISO . און די זעלבע אויב ווילסטו א ווייטערע פאקוס און דו געסט א קליינע אפערטשור, דארפסטו מאכן א לענגערע שאטער ספיד אדער ISO.

דאס זענען דריי יסודות וואס זענען תלוי הא בהא.


יעצט ווי אזוי רעכנט מען דאס אויס?

דאס ווערט אנגערופן 'סטאפס'.

א סטאפ איז האלב אדער דאפלט פון די פריערדיגע נומער, ווי מיר וועלן שוין מסביר זיין.


למשל: אז דו טוישסט די שאטער ספיד פון 1/125 (א הונדערט פינף און צוואנציגסטל פון א סעקונדע) צו 1/250 (א צוויי הונדערט פופציגסטל פון א סעקונדע) וואס דאס איז האלב די צייט, (אדער דאפלט שנעלקייט) ביסטו געגאנגען איין 'סטאפ' . דו האסט פארלוירן איין סטאפ ליכטיגקייט.

וואס טוט מען?

מ'ריפלעיסט עס מיט איין סטאפ פון איינע פון די אנדערע צוויי. דו קענסט טוישן לאמיר זאגן די אפערטשור פון F/5.6 צו F/4 וואס קומט אויס דאפלט די סייז.

(פארוואס 5.6 איז דאפלט פון 4 דארף מען קענען מטעמאטיקס וואס איך קען נישט :-( )

אדער טוישן די ISO פון 400 צו 800 וואס דאס איז אויך איין סטאפ.

אדער קען מען עס צוטיילן אין האלב. דאס הייסט רוקן די אפערטשור מיט א האלבע סטעפ גרעסער, און די ISO מיט א האלבע סטעפ גרעסער, און אזוי האסטו אנגעפילט די גאנצע סטאפ וואס פעלט וועגן די שנעלערע שאטער ספיד.

און די זעלבע פארקערט אויב מאכסטו שטאטער די שאטער ספיד מיט איין סטאפ ווייל דו ווילסט אפכאפן למשל א וואסערפאל, דארפסטו אראפ נעמען א גאנצע סטאפ פון די אנדערע.

די זעלבע מיט די אפערטשור און די ISO, אויב ווילסטו א קלענערע ISO ווייל ס'צופיל 'נויז' אבער דו דארפסט האבן די לייט, דארף מען עס ריפלעיסן מיט א גרעסערע אפערטשור אדער שטאטערע שאטער. אדער דו דארפסט א קלענערע אפערטשור ווייל דו ווילסט פאוקעסן אויף א ווייטע שטרעקע, דארפסטו עס ריפלעיסן מיט די שאטער ספיד אדער ISO.

און אזוי גייען די אלע דריי צוזאמען, ווען אימער מ'נעמט אראפ פון איינע פון די דריי , דארף מען עס ריפלעיסן מיט די אנדערע צוויי לויט וויפיל דו האסט אראפ גענומען אדער צוגעלייגט. צו ס'איז א האלבע סטאפ, א סטאפ אדער צוויי סטאפס.


איך האף אז מען פארשטייט וואס איך שרייב דא...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זעהט נישט אויס ווי איינער איז נייגעריג דערין.

וועלמער טאקע סטאפן דא.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

וואס? כ'באלעק זיך מיט א יעדע איינציגסטע ווארט דיינע, דו שרייבסט זייער קלאר, און אינפארמאטיוו. ש'כח, און ביטע שרייב ווייטער.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ניטאמאל געגעבן צייט צו ליינען, ער סטאפט שוין...

מארקד אנריעד.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

די אשכול איז געבוקמארקד...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אקעי האמער שוין א מזומן צום שיעור.

יעצט ווארט מען אויף צייט. ווען ער וועט אנקומען וועט מען ווייטער לערנען


יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך געלאזט הערן
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

איז מעגליך אז איינער זאל מאען א PDF פון די אינפארמאציע דא?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

יסודות פון פאטאגרעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יעצט וועל איך ארויף לייגן עטליכע בילדער צו ווייזן די אלף בית פון וואס מיר האבן געלערנט.




דאס איז אן 'אווערעקספאוזד' בילד. די בילד איז געווארן צו שטארק עקספאוזד צו לעכטיגקייט דורך א נישט ריכטיגע סעטינג פון איינע- אדער מערערע פון די דריי זאכן

בילד



די בילד איז פארקערט פון די פריערדיגע. דאס איז 'אנדערעקספאוזד'

בילד



און די בילד איז גענומען מיט די ריכטיגע עקספאוזשער, און איז ממילא א שיין בילד

בילד


(גראדע האלט איך פערזענדליך אז ס'איז אפשר אביסל צו טונקל, באט דאס איז וואס איך האב יעצט געטראפן)
לעצט פארראכטן דורך וואוילע שעפעלע אום מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

און יעצט צו 'דעפט אף פיעלד':


די זעלבע בילד גענומען אין דריי שטאפלען; פון f/1.8 ביז f/22


f/1.8

בילד


f/8

בילד


f/22

בילד
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די עקספאזד בילדער זענען פארטויש.

יישר כח פאר די אפדעיטס. גיי ווייטער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שעפעלע, א אווערעקספאוזט בילד איז ליכטיגער ווי ס'ברויך צו זיין
א אנדערעקספאוזט בילד איז טונקעלער ווי ס'ברויך צו זיין
ולא להיפך

ש'כח
הק' איש ימיני
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גערעכטער האט געשריבן:שעפעלע, א אווערעקספאוזט בילד איז ליכטיגער ווי ס'ברויך צו זיין
א אנדערעקספאוזט בילד איז טונקעלער ווי ס'ברויך צו זיין
ולא להיפך

ש'כח


אנטשולדיג, די בילדער האבן זיך פארטוישט אין איילעניש.

פאראכטן
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”