יסודות פון פאטאגרעפי (4 אפדעיטס)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

יסודות פון פאטאגרעפי (4 אפדעיטס)

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:07 pm

חלק א'

אונז גראפיקערס ווייסן אז גראפיקס מיט פאטאגרעפי איז היפש געבינדן, ווייל זייער אסאך מאל דארף מען כאפן אליינס בילדער.
איז דא צווי אפציעס, אדער דינגט מען א פאטאגרעפער צו כאפן בילדער אדער כאפט מען אליינס. איז כדי צו כאפן אליינס שיינע בילדער דארף מען פארשטיין די יסודות פון פאטאגרעפי.

די אמת איז, אז מען דארף נישט זיין קיין פאטאגרעפער אדער א גראפיקער צו הנאה האבן פון אזא שמועס ווייל היינט צוטאגס איז אין א יעדע שטוב דא א קעמערע איינער א בעסערע איינער א שוואכערע, איז אויב קען מען די יסודות קען מען בעזר השם ארויסקומען מיט זייער שיינע בילדער.

אלע זאגן אז נישט די קעמערע מאכט די גוטע בילד! נאר די פאטאגרעפער שטעלט אהער די בילד, מען קען האבן די בעסטע קעמערע אבער אויב ווייסט מען נישט וויאזוי דאס צו נוצן איז דאס ווערט א רעטעך...

איך וויל פראבירן אביסל צו שרייבן וועגן דעם ענין ווייל איך האב געלערנט אביסל די פאך און איך האלט אז די עולם קען שטארק הנאה האבן דערפון.



פאר איך הייב אן וויל איך ארויסברענגן א פונקט, עס איז דא אויפן קעמערע זייער אסאך אטאמאטישע סעטינגס, וואס הייסט די זאגסט פאר די קעמערע "איך פארלאז זיך אויף דיר" אינטרעסירט מיר נישט וואס די טוסט, די עיקר שטעל מיר אהער א בילד. אסאך מאל קען דאס פיין ארבייטן, אבער אסאך מאל נישט...

אויך איז וויכטיג ארויס צו ברענגען אז עס איז נישט דא אזא זאך אז איך שטעל יעצט אן די קעמערע איין מאל פאר אלעמאל, דאס איז א גוטע סעטינג און עס גייט אייביג בלייבן אויף דעם, אזוי ווייס איך אז גיי אייביג האבן גוטע בילדער. נישט דא אזא זאך!

יעדע סיטואציע פעלט זיך אויס אנדערע סעטינגס, און אויב פארשטייט מען וויאזוי א בילד ווערט געמאכט ווערט עס ווי א צווייטע נאטור און מען טוישט גלייך די סעטינגס צום ריכטיגן exposure (מיט די צייט וועל איך פרובירן מסביר זיין וועליכע סעטינג קומט וואו).

איין מינוט, וואס איז דאס exposure?
Exposure איז אלעס! לאמיר אייך פרובירן מסביר זיין וואס עס איז, דורך מסביר זיין וויאזוי א מענטשליכע אויג ארבייט.

א יעדע אויג האט א שווארץ אפל וואס ווערט קלענער און גרעסער לויטן פארלאנג.

דאס הייסט אז ווען ער איז דער טונקל וועט די שווארץ אפעל גרעסער ווערן, כדי עס זאל קענען צוקומען מער לייט. און ווען עס איז ליכטיג, וועט עס קלענער ווערן ווייל ער דארף נישט אזוי סאך ליכטיגקייט. טאמער וועט ער קומען פון א טונקעלע שטוב, און געבן א גיי ארויס פלוצלונג אויפ'ן שטארק ליכטיגן גאס, וועט ער ווערן אינגאנצען דיזי... ווייל עס איז צופיל לייט פאר די סצענע. ביז די שווארץ אפעל וועט קלענער ווערן לויט וויפיל ליכטיגקייט עס פעהלט אויס פאר די סצענע, וועט אים ווערן בעסער. דאס איז exposure!

די זעלבע איז מיט א קעמערע, יעדע סצענע פעלט זיך אויס א געוויסע exposure כדי די סענסער זאל קענען אויפכאפן די בילד וויאזוי עס ברויך צו זיין, און נישט ווערן אווער עקספאזט אדער אנדער עקספאזט.

איך וועל פראבירן ממשיך צו זיין לויט די צייט וועט מיר ערלויבן און לויטן פארלאנג פונעם ציבור.
לעצט פאראכטן דורך ארט אפישעל דיזיין אום מאנטאג ינואר 02, 2012 12:44 am, פאראכטן געווארן 7 מאל סך הכל.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:17 pm

טענקס

שוין לאנג געדארפט זיין אזאנס

דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

תגובהדורך דער גראפיסט » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:18 pm

wow!!!
א פאטאגראפי קאורס 101 אין יודיש!!

איך קען נישט ווארטן אויף נאך סאיז זייער גוט!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:22 pm

איך מיט שפאנונג האבן געכאפט די ערשטע סיעט. מילא שפאנונג אבער ווי קום איך אהער, וועל איך דיר זאגן איך בין זייער ביזי ב''ה, איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו געוואויר ווערן וויאזוי מ'מאכט א פראפעשענעל פיקטשער צו פאוסטן אנליין, גייסטו רעדן פון דעם?

--------------------------------------
די חברה האקן, אקעי איך בין מוותר, שפאנונג נישט.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:31 pm

געוואלדיגע קאורס
מנהלים, מען ברויך מאכן אן עקסטערע אפטיילונג "פאטאגראפיע און דידזשיטל קעמערע'ס"

פרוכט
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:14 am

תגובהדורך פרוכט » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:59 pm

שקויעך ארטי פישעל, מיר קענען קוים ווארטן זאלסט מאמשעך זיין, און אזויווי דו זאגסט, ס'האט נישט נאר מיט גראפיקערס, יעדער קען בענעפיטירן דערפון, ויהא חלקך ממזכי הרבים, איך האב (עה, מיין ווייב האט..) טאקע א טייערע קאמערע, און הלוואי מיר זאלן עס קענען ריכטיג אויסנוצן, און יא, שוין צייט צו עפענען אן אפטיילונג פאר פאטאגראפי און קאמערעס...
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:59 pm

WOW גיימער באקומען אויכעט א לייטונג שיעור?

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:20 pm

טענקס ארט אפישעל, א גוטע התחלה. קיפ איט קאמינג.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:34 pm

פונקט די וואך געקויפט א טייערע קעמרע פאר מיין ווייב (g12) איך האב איר געזאגט אז זי האט שוין די גוטע קעמרע יעצט דארף זי נאר א קורס ווי אזוי צו נוצן יעצט וועל איך איר לערנען! שקויעך !! ;l;p- איך וועל מוזן ווארטן מיט געדולט פאר יעדע שיעור keep it coming

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:43 pm

cant wait!!!

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:13 pm

גיימער קויפן א קאמערע...

אוועטאר
אלס פארשטייער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 10:17 pm
לאקאציע: Waiting for GPS signal...

תגובהדורך אלס פארשטייער » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 1:19 pm

זייער גוט!

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 1:22 pm

חלק ב'

א גוטן,

קודם פאר איך גיי ווייטער וויל איך באדאנקן די אלע וואס האבן געגעבן פיד בעק, דאס געט א געוואלדיגע שטופ און חיזוק צו גיין ווייטער.

...

לאמיר יעצט אויסשמועסן וויאזוי א קעמערע ווערט עקספאזט.

מיר האבן פריער געשמועסט אז פאטאגרעפי איז exposure, דאס הייסט ווי לאנג די פילם וואס איז היינט אויפגעטוישט געווארן מיט א די דידזשיטל סענסער איז עקספאזט, דאס הייסט אפן צום דרויסנדיגע ליכטיגקייט פונעם סצענע.

וויפיל ליכטיגקייט עס קומט צו צום סענסער ווערט קאנטראלירט דורך 3 פאקטארן:

- Shutter speed
- Aperture
- Iso

לאמיר דורך גיין יעדע באזונדער, איך וועל אנהייבן מיט די ערשטע - "שאטטער ספיד".

אינעווייניג אינעם קעמערע און פארענט פונעם סענסער איז דא אזעליכע צוויי פירהענגן וואס באדעקן דעם סענסער עס זאל נישט צוקומען ליכטיגקייט, דאס רופט זיך די "שאטטער " (פיזישע פירהענגן איז נאר דא ביי א SLR, ביי די ביליגערע פוינט ענד שאט קעמארעס, צינד זיך אן און לעשט זיך אויס די סענסער).

ווען איר דרוקט די קנעפל צו כאפן א בילד, וואס דאס רופט זיך די שאטטער באטן, פארט אוועק די פירהאנג וואס לאזט צו ליכטיגקייט, און עס קומט גלייך צופארן די צווייטע פירהאנג צו באדעקן די שאטטער עס זאל מער נישט זיין אפן.

איז ווי לאנג די שאטטער וועט זיין אפן אלס ליכטיגער וועט ווערן די בילד. געווענליך וועט די שאטטער זיין אפן נאר א חלק פון א סקונדע.

די געווענליכע שאטער ספידס זענען ווי פאלגענד:
1/15 - 1/30 - 1/60 - 1/125 - 1/250 - 1/500 - 1/1000 - 1/2000 - 1/4000

...

יעצט לאמיר גיין צום Aperture .
אינעם לענס איז דא אזא רינדעכיגע זאך וואס קאנטראלירט ווי גרויס די לאך פונעם לענס זאל זיין.

ווען די לאך איז גרעסער, קען צוקומען מער ליכטיגקייט אויף איין מאל, און ווען מען מאכט דאס קלענער קען צוקומען ווייניגער ליכטיגקייט (אזוי ווי די שווארץ אפל).
די גרויסקייט פון די Aperture ווערט גערעכענט אין די סייזעס וואס רופט זיך "עף סטאפס". ווי קלענער די עף סטאפ נאמבער איז אלץ א גרעסערע לאך איז דא.

דאס מיינט אז f/11 איז זייער א קליינע לאך און f/4 איז זייער א גרויסער לאך. עס קען אביסל צומישן אז א גרעסע נאמבער מיינט ווייניגער ליכטיגקייט און א קלענערע מער, אבער מען קען עס אנקוקן אז f/11 איז א גרויסע בלאקער און f/4 איז קלענערע בלאקער.

דא האט איר א בילד פון די Aperture .

Aperture.png

דאס איז פאר יעצט.

זייטס געזונט!
לעצט פאראכטן דורך ארט אפישעל דיזיין אום זונטאג אוגוסט 28, 2011 7:53 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

תגובהדורך דער גראפיסט » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 2:00 pm

מורא'דיג!!

פרוכט
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:14 am

תגובהדורך פרוכט » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 2:53 pm

א ריזיגן דאנק ...
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:31 pm

דיין כח ההסבר איז געוואלדיג!
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 5:57 pm

געוואלדיג!!! אויף ווידערזעהן!

אוועטאר
Sprint
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

תגובהדורך Sprint » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 7:32 pm

am i dumb that i dont chap??

or its too complicated?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 7:39 pm

מען דארף צולייגן קאפ

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11797
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 8:28 pm

הערליך! אויב בין איך זיך נישט טועה זענען די F4 לענסעס טאקע סאך טייערער

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 8:56 pm

גוט גוט, עלה והצלח ידידי ר' יושע וואלף
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 9:21 pm

געלעגער האט געשריבן:הערליך! אויב בין איך זיך נישט טועה זענען די F4 לענסעס טאקע סאך טייערער

יא יא, דאס איז אויך א חלק אויף וואס מען צאלט.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 9:44 pm

קודם כל א ריזיגן יישר כח פאר נעמען דיין צייט אין מיה צו שעירן מיט אונז דיינע רייכע ידיעות, געוואלדיג.

איך בין אבער אביסל צומישט מיט די מער בעיסיקס, וואס איז די לענס? וואס איז די סענסער? ווי עס קוקט מיר אויס מישטו עס אויס כאילו עס וואלט געווען איין זאך, איז עס טאקע אזוי?

אפשר ביסטו מסביר וואס געשעהט ווען איך דרוק אראפ דעם קנעפל און א פיקשטער ווערט געמאכט?, אויף א פשוטע פליישיגע וועג ווי למשל א אויג מיט א הייטל און א מח...
איך בין א גרויסער דאמי אין פאטאגראפי און עס קומט מיר זייער צוניץ דיינע ארטיקלען, ייש"כ
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 10:36 pm

געוואלדיג!
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 10:41 pm

הפלא ופלא
זייער שיין

עס וואלט גיט געווען ווען די לייגסט ארויף בילדער עקזעמפלאן צו פארשטיין געבן און מען זאל זעהן די חילוק


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פריינד און 11 געסט