פאנטס - וועלכע צו נוצן און ווי זיי צו נוצן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

פאנטס - וועלכע צו נוצן און ווי זיי צו נוצן

תגובהדורך משה פאלאפל » דאנארשטאג יוני 30, 2011 6:57 pm

ס'דאך דא היינט טויזנטער פאנטס אויף די מארקעט פון צענדליגע קאמפעניס, און יעדן טאג שפראצן ארויס נאך, חדשים לבקרים, איינס שענער פונעם צווייטן. אפשר וואלט כדי געווען אז דער עולם זאל זיך דורכשמועסן און מייעץ זיין איבער פאנטס וואס מ'נוצט, אין אלע הינזיכטן, אויב מ'האט גוטע עקספיריענס מיט עני פאנט וואס מ'האט געקויפט, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.
ווי אויך אויב האט עמיצער עני שאלה, למשל א מעמד ספרים, וועלכע נייע פאנט איז גוט צו נוצן פאר ראננינג טעקסט פון א היינטיגע סטיל ספר על התורה, אדער ווער ווייסט פון א גוטע פאנט פאר הערות פון א הלכה ספר א.ד.ג. צו גאר א גרעפיק דיזיינער וואס וויל הערן פון א גוטע ענגלישע פאנט פאר א דזשורנאל, אדער א שיינע פאנט פאר א אויבן אהן סיין וכדו'. זאל מען דא קענען אנפרעגן.
אין אמת'ן איז שוין דא עטליכע פאנט אשכולות אבער איך האב נאך נישט געזעהן ווי עמיצער זאל רעדן איבער דעם נושא.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג יוני 30, 2011 9:36 pm

אפגעשריבן א גאנצע נוסח, און דאן האב איך עס פארלוירן :-( :-(

וועל מיר לאזן אנדערע שרייבן קודם.

איך וועל נאר געבן א קורצע שרייב איבער:

די אור אלטע פרענקראהל איז נאך גוט נוצבאר.
נארקיסין און דעיוויד (ביידע אלטע פאנט'ס), פאנטעקסט, שלמה און מזל, זענען גוט פאר ראנינג טעקסט. (נארקיסין און דעיוויד, נוצט מען געווענליך געפאטשקעטע נישט די אריגינעלע).
ליווארנא און תהלה זענען אויך גוט פאר ראנינג טעקסט אונטער געוויסע אומשטענדן (איך ווייס נישט וועלכע....)
מאנטובה, און מרגליות (אלטע פאנט'ס), זענען גוט פאר קעפלעך וכדו'.
TozeretHarez (תוצרת הארץ??) איז גוט צו מאכן א צעטל אביסל שרייעדיג.
ווילנא איז גוט פאר מודעות, און פאר א מכתב, פסוקים וכדו'.
הדסה איז דא פארשידענע מיני, און צווישן די אלע מינים הדסה וואס זענען דא, איז דא פאנט'ס פאר סיי וועלכע געברויך.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג יוני 30, 2011 10:17 pm

היות ס'דא אסאך ווילנא פאנטס קען איינער אנצייגן פונקטליך וועלכע איזעי מיינט?

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » פרייטאג יולי 01, 2011 2:33 pm

נוץ וועלכע עס איז די בעסטע.....

דער פאנט בכלליות איז גוט פאר דאס וואס איך האב געשריבן, פארשטייט זיך אז געפאטשקעטע ווילנא קען אמאל נישט אויסקוקן גוט.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג יולי 03, 2011 1:56 pm

איזעי זייער גוט אראפגעגעבן
נאר א קליינטשיגע הערה׳לע

איך וואלט צוגעלייגט ספרדי ס׳איז אויך זייער גוט פאר ראנינג טעקסט אדער פאר פיקטשער קעפשענס
ווי אויך וואלט איך צעטיילט די מדריגות כדלהלן:
פרענקראהל איז זייער גוט פאר קליינע תפילות (אלטע סטייל), יהי רצונ׳ס וכדומה (מיט און אן נקודות) ווי אויך פאר געוויסע סארט מ מעשה ביכלעך (א שטייגער ווי מנחם מענדל וכדומה)
נרקיסים, נאריט, דעוויד, ליוורנא (רגולר), מזל, פנטקסט, ספרדי, פאר ראניניג טעקסט
הדסה איז די מערסטע גענוצט ביי די מאדערנע סידורים, ווי די ארטסקרול וואס האט יודיש און ענגליש וכו׳
מאנטאווע איז בעיקר גוט פאר העדינגס

נאך אלעם זענען די אלע אויבנדערמאנטע בעיקר גוט פאר די עלטערע דור
היינט צוטאג זענען שוין דא אזויפיהל פרישע פאנטס אז ס׳איז שווער אנצוגעבן וועלכע ס׳איז גוט פארוואס, כנלענ"ד

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » זונטאג יולי 03, 2011 2:48 pm

איך וואלט צוגעלייגט צו ראננינג טעקסט: תהילה, גפן און נאך עטליכע וואס איך געדענק נישט יעצט.
די פאנט מזל האט צוויי ווערסיעס, איך האלט אז די ערשטע איז שענער פאר ראננינג, ויש חולקין.
למעשה האלטן זייער אסאך מעמדים אז פראנקרוהל (די אריגינעלע) איז נאך די פראקטיש'סטע פאנט פאר ראננינג טעקסט, די אויג ליינט עס און כאפט עס די קלארסטע.
ליבורנה פאר ראננינג איז נישט מיין טעיסט, על טעם וריח....

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » זונטאג יולי 03, 2011 2:54 pm

וואס איז אייער מיינונג אויף דעקלעך פון ספרים? שער בלעטער?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג יולי 03, 2011 7:42 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:איך וואלט צוגעלייגט צו ראננינג טעקסט: , גפן .

בשום אופן
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג יולי 03, 2011 9:04 pm

שמערי דאס מאל האלט איך מיט דיר אזוי ווי אלעמאל, איך האב עס נאר נישט געוואלט זאגן, ווייל על טעם וריח.... אבער אז דו זאגסט בין איך שוין מסכים.

hyper
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 1:23 pm

תגובהדורך hyper » מאנטאג יולי 04, 2011 12:10 pm

וואס מיינט ראנינג טעקסט?

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מאנטאג יולי 04, 2011 5:49 pm

טעקסט פון וועלכע מען שרייבט אסאך אויפאמאל, ארטיקלען, אדער גאנצע פאראגראפן, הייסט ראנינג טעקסט.

ווען מען שרייבט קעפלעך, אדער מודעות, אדער קאמענט, און הערות, איז דאס נישט קיין ראנינג טעקסט.

אפשר קען א צווייטער עס בעסער ערקלערן.

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » מאנטאג יולי 04, 2011 5:55 pm

איזעי האט געשריבן:אפשר קען א צווייטער עס בעסער ערקלערן.

זייער פיין ערקלערט!

נאר להוציא מלבן של ה׳בעגינערס וואס קענען זיך טועה זיין און מיינען אז ראנינג טעקסט מיינט ארומלויפענדע טעקסט ארום א בילד (וואס די אמת׳ע נאמען דערפאר איז טעקסט רעפ - text wrap)
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 3:42 pm

וועלכע שיינע פאנט, חוץ ווילנא און ליבארנה, וואלט איר מציע געווען פאר א הדלקת נר חנוכה?
הנותן לשכוי בינה...

טאמעטא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:42 pm

תגובהדורך טאמעטא » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 4:19 pm

איך וואלט געזאגט פנינה פון פונטייפ.
צוגעלייגטע
Penina.pdf
(88.02 KiB) דאונלאודעד 244 מאל

יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 8:42 pm

תגובהדורך יש דברים בגו » זונטאג יולי 28, 2013 2:18 pm

וועלכע איז א קלארע שיינע רש"י פאנט וואס איז געאייגנט פאר א קונטרס. עס זאל אויך קענען זיין bold און נישט פאלירן די אויסזעהן

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג יולי 28, 2013 4:23 pm

פרעגסט א גוטע שאלה. די טיפיקל שיינע רש"י פאנט וואס ווערט גענוצט אין רוב ספרי קודש הייסט רש"י פלרון, מ'קויפט עס ביי די פירמע פונטייפ, אבער עס פארמאגט נישט קיין באלד ווערסיע (אסאך אויסשטעלערס שטעלן עס אליין אן אויף באלד אבער עס איז זייער נישט שיין!).
ס'דא די S פאנטס פון שיינפעלד, דארט איז יא דא עפעס א שיינע באלד רש"י פאנט.
הנותן לשכוי בינה...

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג אוקטובער 27, 2013 10:54 pm

וועלכע פאנט איז שיין און ליינבאר פאר א אידישע מעשה ביכל (פאר עדאלטס) מיט בילדער?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
iPhoto
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:46 pm

תגובהדורך iPhoto » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 1:28 pm

Hadasah, David, Narkisim

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 2:08 pm

וועלכע פאנט איז גוט פאר סתם שווארץ-און-ווייסע מודעות, למשל א צעטיל צו פארדינגען א דירה - שלום זכר און וואכנאכט - וכדו'?
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 2:21 pm

עני 'שווארצע' אידישע פאנט וועט מאכן די זשאב.

אוועטאר
iPhoto
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:46 pm

תגובהדורך iPhoto » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 2:55 pm

Livorna
Livorna Bold

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 3:48 pm

iPhoto האט געשריבן:Livorna
Livorna Bold

שערכויך פאר די עדווייס!
און וואס איז ווען איך וויל אביסל מער לעבן, נאך א סארט פאנט?
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
iPhoto
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:46 pm

תגובהדורך iPhoto » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 3:52 pm

זאג פאר וועלכע ענין דו דארפסט עס, קען איך דיר בעסער העלפן

אוועטאר
iPhoto
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:46 pm

תגובהדורך iPhoto » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 4:29 pm

אפשר Mantova Bold קען דיר צוניץ קומען

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 6:53 pm

iPhoto האט געשריבן:זאג פאר וועלכע ענין דו דארפסט עס, קען איך דיר בעסער העלפן

שוין געשריבן פריער, מער ווייניגער דארף איך עס פאר מודעות אין ביהמ"ד, אמאל א שמחה אמאל א שיעור וכדו'.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט