פארוואס זאלסטו נישט קענען אינדעזיין?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

פארוואס זאלסטו נישט קענען אינדעזיין?

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג ינואר 16, 2011 6:10 pm

א גוטן טאג
ווען איך זאל יעצט קומען און פרעגן די צווייטע קשיא פארוואס זאלסטו נישט קענען אינדעזיין?
אויף דעם זענען שוין דא כמה תירוצים וואס מ׳הערט כסדר פונעם ציבור, ווי צומביישפיל: וואס איז שלעכט מיט ווארד, וואס זענען דען די ספעציעלע מעלות פון אינדעזיין, קען מען דען נישט טאן די זעלבע זאך אין ווארד, קארעל? וכדומה.
איז הגם עס עקזיטירט שוין א אשכול "אדאבי אינדיזיין" וואו עס ווערן שוין אויסגעשמועסט זייער אסאך זאכן, איז עס אבער נישט לויטן סדר, ווי אויך ווערט דארט נישט פארענטפערט מיין אויבן-דערמאנטע קשיא, אלזא בינעך יעצט דא געקומען אויסשמועסן מיט אייך דעם וועלט בארימטן פראגרעם ׳אדאובי אינדעזיין׳ וועלכע ווערט גענוצט דורך רוב וועלט אלס די פראגרעם פארן אויסשטעלן לעיאויטס, פון איין פעידזש ביז טויזענטער פעידזשעס, פון א פאוסט-קארד ביז א דיקן צייטונג א.א.וו. און איך האף אז דאס וועט ברענגען אויף אזויפיהל אז די אלע וועלכע זיצן אפ אויף מייקרעסאפט ווארד און מיטשענען זיך ארום וועלן דאן קומען צו די החלטה אז "אדאובי איז די בעסט אוו די בעסט און קיינער (אפילו מייקרעסאפט) קען זיי נישט איבערשטייגן"

פרטים יבואו בעז"ה
אייער פריינט

מר. פאטאשאפ
(איך טויש נישט צו מר. אינדעזיין ווייל סוכ"ס וועט איר אסאך דארפן נוצן פאטאשאפ ארבעטנדיג אין אינדעזיין...)
לעצט פאראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מיטוואך ינואר 19, 2011 4:42 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » זונטאג ינואר 16, 2011 6:14 pm

נו ווען גייסטו שרייבן אביסל וועגן די פראגרעם וואס די זאגס
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג ינואר 16, 2011 6:25 pm

מר. פאטאשאפ, כה לחי! פון די מינוט וואס דו האסט אנגעפאנגען מיט דיינע הערליכע לעקציעס אין פאטאשאפ, האב איך אלץ געהאפט און געווארט, ווען קומט שוין דער טאג וואס איך וועל זעהן די נייע אשכול " פארוואס זאלט איר נישט קענען אינדיזיין?" והנה, און אט איז ער אנגעקומען אין א מזל'דיגע שעה!!

מר. פאטאשאפ!! איי קענט וועיט!!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » זונטאג ינואר 16, 2011 6:25 pm

וואאאאאססס..... מיינסט עס אמת'דיג, יעצט איז די רייע אויף אינדעזיין? איך קען נישט ווארטן.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג ינואר 16, 2011 7:13 pm

אפשר קומסטו אריבער צו מיין באלעבאס און פרעגסט 'פארוואס זאלסטו נישט אריבערגיין צו אינדיזיין?' (אונז ארבעטן אויף איליסטרעיטער, פאטאשאפ און 'קווארק'...!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 16, 2011 7:56 pm

א גוטן הרב פאטא

פתח פיך ויאירו דבריך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מאנטאג ינואר 17, 2011 8:14 am

א גוטן אייך
די ערשטע זאך וואס איך פיל פאר וויכטיג ארויסצוברענגען איז דאס ענין פון ארבעטן מיט א חשבון, יעדע זאך מוז זיין אויסגערעכנט לויט די אויסגעהאלטענע מעזשערמענטס כדי מען זאל וויסן קלאר וואס עס טוט זיך אינעם דאקומענט, דהיינו - עס זענען פארהאן אזא זאך ווי Guides, Grids, Rulers, Measurements א.א.וו. די אלע פיטשערס זענען פארהאן אין אלע מינע גראפיק פראגרעמס, און "זיי זענען צוגעשטעלט געווארן פאר א סיבה", וואס איך מיין צו זאגן איז, אז אינעם עולם ה׳פראפעשאנעליזם איז נישט דא אזא מין זאך ווי צוטרעפן, נישטא אזא דערהער ווי בערך (ביילייפיג), 99 פראצענט... אז איך מאך פיהר באקסעס אין א דאקומענט, דארף איך זעהן וויאזוי זיי זאלן זיין אויסגעלייגט פונקטליך אויסגעגראד לענגאויס דעם דאקומענט, און צווישן יעדע באקס זאל זיין די זעלבע מאס ספעיס (ליידיג פלאץ), ווען איך מאך א באקס אינדערמיט דארף עס זיין אין די סענטער הונדערט פראצענט, נישט ׳בערך׳ נאר פונקטליך אויפן האָר, ווייל אפילו מיר קען זיך דאכטן אז עס איז פונקטליך, מיינט דאס שוין נישט אז א צווייטער וועט דאס נישט באמערקן, אלזא כדי דיין ארבעט זאל נישט אויסקוקן ׳בחור׳יש׳ איז ראטזאם צו ארבעטן מיט ׳גייד ליינס׳ דאס איז דער ליין וועלכע מען ציעט ארויס פונעם ראלער וועלכע געפונט זיך ביי די לינקע זייט פונעם דאקומענט און אויבן העכערן דאקומענט (אויב זעהט איר נישט דעם ראלער, דער קיבארד שארטקאט דערפאר איז Ctl R).

ווערט נישט אומגעדולדיג... די פריערדיגע פאראגראף איז ריין אמת, אבער - ווער עס ארבעט מיט אינדעזיין וועט זיך דאס פארשפאָרן! זינט די CS4 ווערזיע איז פארהאן א פיטשער וואס רופט זיך 'Smart Guides' דאס איז איינע פון די וויכטיגסטע פיטשערס וואס וועט אייך העלפן ארבעטן מיט א חשבון, דאס טוט אייך כסדר אנטראגן און צוהעלפן בשעת׳ן ארבעטן מיט אבדזשעקטס, למשל ווען דו ריקסט א באקס, און דו ווילסט אז דאס זאל זיין Aligned (אויסגעגראָדט) מיט א צווייטן באקס צינדט זיך אן א רויטע ליין אלס א סימן אז אויב דו ווילסט זיך אויסגלייכן מיטן אנדערן באקס אינעם דאקומענט דאן איז "דא" דער פלאץ דערפאר אלזא בלייבט שטיין, און אויב האט איר מערערע באקסלעך אויפן פעידזש דאן בשעת איהר וועט ארומרוקן א באקסל וועט זיך דער סמארט גייד האלטן אינאיין אנרופן, און דאס איז כולל אין זיך אלע מינע מעזשערמענטס, אין דער לענג, און אין דער ברייט, ווי אויך רעכנט דאס אליינס אויס וויפיל פלאץ עס זאל זיין צווישן אלע באקסעס אייניג (פרובירט צו מאכן פיהר באקסלעך אויף די ברייט פונעם דאקומענט וועט איר זעהן אז ביים רוקן דעם דריטן באקסל וועט דער סמארט גייד אויסרעכענען וויפיל פלאץ איך האב געמאכט צווישן דעם ערשטן אינעם צווייטן באקסל און אזויפיהל פלאץ וועט ער מיר אנצייכענען וויפיל ס׳זאל זיין צווישן צווייטן אינעם דריטן באקסל) דאס איז איין געוואלדיגע פיטשער אין אינדעזיין. (דער פיטשער איז אנגעשטעלט ס׳זאל זיך ווייזן אויטאמאטיש, און פאל עס ארבעט נישט דאן דרוקט Ctl U, אויב נאכאלץ נישט דאן מאכט זיכער אז דער פיטשער 'Snap to document grid' איז נישט אנגעצונדן, מיר וועלן שפעטער זעהן מער באריכות דערוועגן).

יעצט לאמיר צוגיין א טריט נענטער, נאך פאר איך גיי מסביר זיין וויאזוי מען מאכט א לעיאויט (בוך - פעידזשעס אויסשטעל) וויל איך קודם כאפן א כלליות׳דיגן בליק אויף אינדעזיין, און לאמיר זעהן וואס ער פארקויפט, וואס דארף איך צו וויסן פאר אלעם. לאמיר גיין סטעפ 1 וואס זעה איך בשעת איך האב אינדעזיין אפן פארנט פון מיר, לאמיר זיך אביסל באקענען מיט די פיטשערס. עס זענען דא די קיבארד שארטקאטס און ווארקספעיסעס, עס זענען דא די פענעלס (אויף די רעכטע זייט), עס איז דא דער דראפ-דאון מעניו (אויבן מער צו לינקס - פייל, עדיט א.א.וו.) עס איז דא דער טאָל באקס. לאמיר גיין צוביסלעך סטעפ ביי סטעפ. המשך יבא בעז"ה

זייט געזונט
צוגעלייגטע
Smart Guides.jpg
לעצט פאראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מיטוואך ינואר 19, 2011 4:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג ינואר 17, 2011 10:09 am

זייער שיין!!! קיפ איט אפ!!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » דינסטאג ינואר 18, 2011 11:58 am

מר. פאטאשאפ קיפ איט אופ, זייער קלארע הסברה, איך קען קוים ווארטן פאר נאך

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג ינואר 18, 2011 7:26 pm

דיין הסברה איז ווערד א מעדאל.

להערה, וויבאלד דו שרייבסט אויך פאר בעגינערס, ווי דו ערווענסט אינעם ערשטן תגובה, וואלט לדעתי ראטזאם געווען אנצוהייבן מיטן וועלקאם סקרין, וואס דאס איז וואס איך זע בשעת איך האב אינדעזיין אפן פאר מיר.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דינסטאג ינואר 18, 2011 9:45 pm

גימעל האט געשריבן:דיין הסברה איז ווערד א מעדאל.

להערה, וויבאלד דו שרייבסט אויך פאר בעגינערס, ווי דו ערווענסט אינעם ערשטן תגובה, וואלט לדעתי ראטזאם געווען אנצוהייבן מיטן וועלקאם סקרין, וואס דאס איז וואס איך זע בשעת איך האב אינדעזיין אפן פאר מיר.

איך האב דעם וועלקאם סקרין שוין לאנג אוועקגענומען, ס׳איז מיר פשוט געשטאנען אין וועג

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דינסטאג ינואר 18, 2011 11:16 pm

א גוטן אייך

איך האב באמת געהאט אין פלאן אנצוהייבן אויסצושמועסן יעדן פיטשער אין אינדעזיין, מסביר זיין דעם טאָל באקס, די דראפ-דאון מעניו, די פענאלס א.א.וו. אבער איך בין געקומען צו די החלטה אז ניין, איך וועל נישט גיין און צעלייגן יעדע זאך פון דער אלף, ווייל עס איז דא "צו סאך" פון וואס צו רעדן, איז כדי דער ליינער זאל נישט מיד ווערן וועל איך צוגיין צום ענין אויף א געוויסע אופן וואס וועט מער זיין אין א בחינה פון ׳הלכה למעשה׳ און בינו לבינו וועט שוין אינדערמיט אויסגעשמועסט ווערן די מערסטנס וויכטיגע זאכן וועלכע ס׳פעהלט זיך אויס צו וויסן ארבעטנדיג אין אינדעזיין.

איך וויל אנהייבן מיט די שאלה וואס רוב מתחילים פרעגן נאכדעם וואס זיי ווייסן שוין פארוואס אינדעזיין איז געמאכט געווארן, און וואס מען קען מער-ווייניגער טוהן דערמיט, מען וועט עפ"י רוב הערן פון א מתחיל אזא מין פראגע ווי "וויאזוי מאך איך א צייטונג אין אינדעזיין" "וויאזוי שטעל איך אויס א גליון, קונטרס, צייטונג וכדומה, איז יעצט אז מיר וועלן גיין אויף דעם דרך וועט דאס זיין א דבר השוה לכל נפש. פאר די וואס ווייסן שוין וועט דאס זיין א חזרה, (און אויב זאגעך נישט גוט זאל מען מיר נישט מורא האבן מעורר צו זיין - קרעדיט: מיינע מגי"ש), און פאר די וועלכע ווייסן נישט וועט זיין זייער געשמאק מיטצוהאלטן א לייוו Demo וויאזוי צו ארבעטן אין אינדעזיין, (א שאָד נאר אז איך קען עס נישט מאכן אויף ווידעאוי, א שטייגער ווי די אלע Online Tutorials וכדומה), איך האף אז איר וועט הנאה האבן.

א ווארט צו די מתחילים: שטעלט אייך פאר ווי איר באקומט א טעלעפאון קאל פון עמיצן, האלוי? יא א גוטן ווער רופט דא? א גוטן, איך רוף דא פון אפיס פון די ארגענעזעישאן פלוני אלמוני, מיר ווילן דרוקן א גליון און בעפארבערייטונג צום יעהרליכן אפיעל וועלכע דארף פארקומען דעם שבת אי"ה, מיר דארפן האבן א גליון וואס וועט אנטהאלטן ארטיקלען וועלכע וועלן אויסשמועסן די וויכטיגקייט פונעם מוסד וכו׳ ווי אויך אביסל בילדער דא און דארטן; וויפיל בעט איר פאר אזא זאך? וויפיל שטיק איז די מינימום, ווי שנעל קענט איר דאס האבן פארטיג, און וואס איז די חילוק אין פרייז צווישן 4 קאלאר און 2 קאלאר, צווישן קאוטעד סטאק און אנקויטעד סטאק? וכו׳ וכו׳... איר וועט אוודאי ענטפערן א דוגמא ווי "עםם, לאמיר זעהן, אפשר קען איך אייך צוריקרופן ביז אפאר מינוט, כ׳בין פשוט אויף די ליין מיט א קאסטומער" אדער אזוינס גלייכן, און איר וועט ׳שנעל׳ אנרופן אייער חבר (וואס טוט אייך אייביג א טובה און ענטפערט אייך ׳גערן׳) און די קאנווערסעישאן וועט אויסקוקן בערך אזוי: האלוי? יא! יענק׳ל? הער! האסט צייט א מינוט? ממש א מינוט... קוק אהער, עמיצער קאלט מיר יעצט פרעגן צו איך קען אים מאכן א גליון 4 קאלאר... וואס מיינט עס, ס׳האט עפעס צו טוהן מיט C.M.Y.K ? איין מינוט, נאכנישט פארטיג, יענער וויל וויסן וויפיל איך טשארדזש פאר אזא זאך, וואס זאל איך אים זאגן?

מורי ורבותי! ס׳איז צייט די זאכן זאלן זיך אויפהערן... לאמיר אנהייבן אינאיינעם צו ארבעטן אויף א גליון, לאמיר כאפן א בליק פון דער נאנט וויפיל זאכן זענען נוגע צו וויסן פונעם אראפלייגן דעם פאון קאל ביזן שיקן דעם פי. די. עף. צום פרינטן (פונעם אויפהייבן דעם פאון קאל זאג איך נישט, ווייל דערווייל בינעך נישט קיין ביזנעס קאנסאלטונט...).
איך וועל אייך מכבד זיין אויפצועפענען אינדעזיין, מאכט Ctl N, אדער גייט צו File און קליקט אויף New און דאן וועהלט אויס New Document, וועט זיך עפענען א באקסל מיט געוויסע אפשענס, דאס זענען סעטינגס וואס איר קענט אנשטעלן איידער איר עפנט א אינדעזיין דאקומענט. קודם איז דא דער Document Preset, דאס מיינט אז אויב האט איר געסעיווט א פריסעט (געווענליכע) סעטינג פון א סייז וואס איר נוצט אפט (איר קענט אנשטעלן א פריסעט סעטינג פון א געווענליכע דאקומענט סייז וואס איר נוצט אפט, דורכ׳ן קליקן אויף Save Preset אויף די רעכטע זייט פונעם באקס), דערנאך טייפט אריין ביי Number of Pages וויפיל פעידזשעס איר ווילט ס׳זאל זיין אינעם דאקומענט, לאמיר יעצט אריינשרייבן די נומ׳ 10, יעצט גייט צו Master Text Frame און מאכט א טשעק דערויף, (איך וועל באלד מסביר זיין וואס דאס איז), Facing Pages זאל זיין געטשעקט, דערנאך גייט צו Paper Size און וועלט אויס Letter דאס איז די געוועהנליכע סייז וואס מיר נוצן, דערנאך גייט צו Orientation און קליקט אויפן לינקן באקסל (Portrait) מן הסתם ווייסט איר שוין די חילוק צווישן Portrait און Landscape, דאס מיינט און אונזער שפראך ליגעדיג און שטייענדיג, מיר דארפן יעצט א שטייעדיגע פאפיר וואס דאס איז די באדייט פון Portrait, (א בילד פון א מענטש ווערט גערופן א Portrait, די סטודיאויס ווי מען כאפט בילדער פון מענטשן ווערט גערופן Portrait Studio), יעצט גייט צו Binding און קליקט אויפן רעכטן בילד (Right to Left), דערנאך גייט צו Columns און טייפט אריין וויפיל קאלומס דער דאקומענט זאל האבן, מיר וועלן אריינטייפן יעצט די נומ׳ 4, Gutter לאזט אנגעשטעלט אויף 0.1667, דאס מיינט וויפיל ספעיס עס זאל זיין צווישן איין קאלום און די אנדערע, Margins לאזט אויך אנגעשטעלט אזויווי ס׳קומט געווענטליך 0.5 דאס מיינט וויפיל די טעקסט באקס זאל זיין אריינגערוקט אינעם דאקומענט (ווי אויך לויפט ארום א רויטער צייכן (Guide Line) ארום דעם דאקומענט דארט ווי די Margins סעטינג איז, יעצט דרוקט OK און דער ווינדאוי וועט זיך פארמאכן (די אנדערע אפשענס זענען נישט וויכטיג אויפן מינוט).

יעצט - האט איר אפען פאר זיך א דאקומענט פון 10 זייטן, גרויס אכט און א האלב ביי עלעף אינטשעס, גרייט אנצוהייבן ארבעטן, יעצט שטעלט זיך די פראגע, ווי איז דער מעסטער טעקסט פרעים וואס איך האב אנגעשטעלט פריער? וויאזוי מאך איך אז די טעקסט זאל זיך אריבער ציען צום אנדערן פעידזש? וויאזוי מאך איך א בעקגראונד פארן פעידזש? צו דארף איך גיין און מאכן די בעקגראונד עקסטער אויף יעדן פעידזש? וויאזוי מאך איך א פעידזש נומבער? דארף איך גיין אויף יעדן פעידזש מאכן א פעידזש נומבער? די אלע און נאך פארשידענע פרטים וועלן אי"ה נאכפאלגן אינעם קומענדיגן שיעור בעזרת השם.

זייט געזונט
צוגעלייגטע
Screen shot 2011-01-18 at 11.15.37 PM.png
לעצט פאראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מיטוואך ינואר 19, 2011 4:44 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג ינואר 18, 2011 11:23 pm

מעכטיג איז דאס ווארט!!!

ווי ביסטו געווען ביז היינט??!!
הנותן לשכוי בינה...

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:18 am

קודם א זייטיגע שאלה
ביי מיר איז אנגעשטעלט אז די מארדזשינס לויפט אויף מילימעטער ווי אזוי מאך איך ס'זאל אלס לויפן נאר אויף אינטשעס?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:33 am

מי יודע האט געשריבן:קודם א זייטיגע שאלה
ביי מיר איז אנגעשטעלט אז די מארדזשינס לויפט אויף מילימעטער ווי אזוי מאך איך ס'זאל אלס לויפן נאר אויף אינטשעס?

דו דארפסט אריינגיין ביי Preferences > Units & Increments און עס דארטן טוישן.

נעם אין אכט: אויב ווילסטו אז עס זאל אייביג זיין אזוי אנגעשטעלט, דאן נעם דיר גוט אריין אין קאפ, אז די אלע טשעינדזשעס דארפן געמאכט ווערן בשעת גארנישט איז נישט אפען, אזויווי מיר וועלן שוין זעהן שפעטער אז מען קען אנשטעלן א Paragraph Style אדער א געוויסע קאלאר אז עס זאל אייביג זיין עוועילעבל.

זייט גרייט אויפן קומענדיגן שיעור 

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:43 am

אוי איך קען קוים ווארטן ממש איך לעב אויף עס איז א נייע וועלט
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:46 am

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:קודם א זייטיגע שאלה
ביי מיר איז אנגעשטעלט אז די מארדזשינס לויפט אויף מילימעטער ווי אזוי מאך איך ס'זאל אלס לויפן נאר אויף אינטשעס?

דו דארפסט אריינגיין ביי Preferences > Units & Increments און עס דארטן טוישן.

נעם אין אכט: אויב ווילסטו אז עס זאל אייביג זיין אזוי אנגעשטעלט, דאן נעם דיר גוט אריין אין קאפ, אז די אלע טשעינדזשעס דארפן געמאכט ווערן בשעת גארנישט איז נישט אפען, אזויווי מיר וועלן שוין זעהן שפעטער אז מען קען אנשטעלן א Paragraph Style אדער א געוויסע קאלאר אז עס זאל אייביג זיין עוועילעבל.

זייט גרייט אויפן קומענדיגן שיעור 

ווי גייט מען צו Preferences?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:48 am

אפשר אזוי וועט מען איבערשטייגן דעם תג פארום!! :smile:

יישר כח!

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:52 am

ווער בין איך? האט געשריבן:אפשר אזוי וועט מען איבערשטייגן דעם תג פארום!! :smile:

יישר כח!

וואס איז די תג פארום???
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:53 am


אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:54 am

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:יעצט גייט צו Binding און קליקט אויפן רעכטן בילד


פארוואס האב איך נישט די אפשען BINDING?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך ינואר 19, 2011 11:00 am

דו האסט מידל איסטערן?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך ינואר 19, 2011 11:02 am

איך האב די נארמאלע CS5
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך ינואר 19, 2011 11:04 am

דו האסט מסתמא נישט די מידל איסטערן ווערסיע.

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך ינואר 19, 2011 11:06 am

מיסטער! וואס טוסטו דא מיט מיר? מאכסטעך א מענטש פון מיר!

א גרויסן שכח.


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט