בלאט 3 פון 5
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 10:28 am
דורך באמבאסטיש
וואס מיינט subsliver?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 10:56 am
דורך האניג
נע, פעלט נישט אויס קיין אוטער גלאו ארום דעם לאגא.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 12:46 pm
דורך גראדער
גראדער האט געשריבן:לעניית דעתי השפלה קומט עס אינגאנצן אויף די לינקע זייט, ס'איז נישט שיין ווען רעכטס איז פול אנגעפאטשקעט, און לינקס איז אינגאצן ליידיג, מ'דארף עס באלאנסירן.
א נחת צו רעדן צו די מענטשן דא, מ'זאגט א ווארט און זיי פארשטייען גלייך אויפן ווינק...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 1:39 pm
דורך ווינקל
מיר דענערווירט די אדווערטייזמענט "נאך די ערשטע תגובה". כאטש אסאך סייטס האבן דאס אזוי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 1:43 pm
דורך באמבאסטיש
גא"מ
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 2:44 pm
דורך שמערי בערי
איך האף, און האף און האף... אז מ'וועט סוכ"ס אוועק נעמען די אדווערטייזמענטס מאך די צווייטע תגובה, ס'דאך שרעקליך... ארענדער, הער צו דאס איינע מאל אונזער בקשה...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 2:51 pm
דורך leiby
אדער מאך עס כאטש מער צוקוועטשט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 2:52 pm
דורך מי יודע
leiby האט געשריבן:אדער מאך עס כאטש מער צוקוועטשט
א שטייגער ווי היידפארק
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 2:55 pm
דורך ווינקל
leiby האט געשריבן:אדער מאך עס כאטש מער צוקוועטשט
איך וואלט עס געקענט באשטיין צו זען אויבן אדער/און אונטן, אבער גאר אין די זייט.
נישט צווישן די תגובות, עני סייז.
מי יודע האט געשריבן:א שטייגער ווי היידפארק
נישט אום שובבים גערעדט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 3:51 pm
דורך jkup50
ווארוואס זעה איכעס נישט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 5:41 pm
דורך צים פינטעל
ווינקל האט געשריבן:מיר דענערווירט די אדווערטייזמענט "נאך די ערשטע תגובה". כאטש אסאך סייטס האבן דאס אזוי.
דאס איז דאך די איידיע
די וואלסט ווען געוואלט דיין עד זאל זיין דארט נייין?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 6:15 pm
דורך קראצער
די איידיע איז צי ברענגען א שטיקעל הכנסה. איויב וועט מיר שטארק באדערען די עדס וועל איך צאלן 125 יעדע חודש אז מזאל עס נישט ארויפלייגען
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 6:20 pm
דורך jkup50
שוין דא די ערשטע עד
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 6:29 pm
דורך קראצער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאר די וואס ווייסן נאכניש subsliver גייט ארויס פון סטייל מחמת כמה סיבות, די אנדערע גייט בלייבן, אבער מ'גייטעס טוישן אביסל.
שמערי פאר מיר שווינדלט די אנדערע, און סאבסילווער ליינצעך א מחיה...
אפשר מאכן עוועליבעל
אזא מאביל סטייל אזוי ווער ס'וויל עס קען עס סעלעקטן
איך ניצעס
דא
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 6:46 pm
דורך מאנאגרעמס
jkup50 האט געשריבן:שוין דא די ערשטע עד
וואו זעסטו?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 6:49 pm
דורך יואל ווייס
קראצער האט געשריבן:אפשר מאכן עוועליבעל
אזא מאביל סטייל אזוי ווער ס'וויל עס קען עס סעלעקטן
גם אני מצטרף.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 7:09 pm
דורך פאטאקי08
שוין אינדערפרי געבעטן אז איך וויל ניצן דעם ספעשל דערווייל מאכט זיך קיינער נישט וואוסענדיג
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 7:29 pm
דורך שמערי בערי
כ'גלייב אז ס'וועט זיין אסאך וואס וועלן זיך משתתף מיט מיט קלייניגקייטן אבי נישט צו האבן דעם עד נאכ'ן ערשטן תגובה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 7:38 pm
דורך פאטאקי08
שמערי זיי ביטע בעסער מסביר
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 8:20 pm
דורך שמערי בערי
פילע פון אונז וואלטן געגעבן א פינעווער אדער א צענער דערפאר, ניין? ס'וועט זיך עדן צו 125$... אבי מ'זאל אונז פטר'ן פון דעם אנשיקעניש (סארי פאר'ן אויסדרוק אבער ס'ברויזט אין מיר...)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 8:25 pm
דורך מי יודע
יואל ווייס האט געשריבן:קראצער האט געשריבן:אפשר מאכן עוועליבעל
אזא מאביל סטייל אזוי ווער ס'וויל עס קען עס סעלעקטן
גם אני מצטרף.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 9:59 pm
דורך קרעמער
שמערי בערי האט געשריבן:פילע פון אונז וואלטן געגעבן א פינעווער אדער א צענער דערפאר, ניין? ס'וועט זיך עדן צו 125$... אבי מ'זאל אונז פטר'ן פון דעם אנשיקעניש (סארי פאר'ן אויסדרוק אבער ס'ברויזט אין מיר...)
פאסט נישט פאר א ראש הקהל אזוי צו רעדן אויף א קהילה וואס וויל ענדליך אנהייבן דעקן די אויסגאבן (גלייב מיר איך מאך נישט קיין גרינע גרייצער דערפון, אבער איך פארשטיי אז דאס פלאץ קאסט געלט און פון ערגעץ דארף מען דאס באצאלן)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:36 pm
דורך למעלה משבעים
מאנאגרעמס האט געשריבן:jkup50 האט געשריבן:שוין דא די ערשטע עד
וואו זעסטו?
דא

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:37 pm
דורך leiby
תתחדש, זוכה געווען אונעם ערשטען.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:53 pm
דורך יואל ווייס
קרעמער האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:פילע פון אונז וואלטן געגעבן א פינעווער אדער א צענער דערפאר, ניין? ס'וועט זיך עדן צו 125$... אבי מ'זאל אונז פטר'ן פון דעם אנשיקעניש (סארי פאר'ן אויסדרוק אבער ס'ברויזט אין מיר...)
פאסט נישט פאר א ראש הקהל אזוי צו רעדן אויף א קהילה וואס וויל ענדליך אנהייבן דעקן די אויסגאבן (גלייב מיר איך מאך נישט קיין גרינע גרייצער דערפון, אבער איך פארשטיי אז דאס פלאץ קאסט געלט און פון ערגעץ דארף מען דאס באצאלן)
ביי שמערלען איז אלעס אן אנשיקעניש, ואנקעטעס יוכיח.
איך טענה שוין לאנג אז דער שולד איז ער, אן אנשיקעניש אין אפיס.