קריעטיוו עד סעמפעלס.

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

קריעטיוו עד סעמפעלס.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:07 pm

די אשכול ווערט געגרינדעט לעילו נש.... איך מיין... אםם... יא דא זאל מען לייגען עדס וועלכע זענען גאר פאורפאל אין ציען א שטארקע אינטערעסע, נישט דווקא פון היימישע אדער אידישע קאמפאניס.
פארשטייט זיך אז מ'דארף אכט געבן אז עס זאל זיין %100 אויסגעהאלטן און ראוי געלייגט צו ווערן דא.

איך הייב אן מיט עטליכע סעריעס עדס וואס זענען געלאפן פון 'סמארט קאר'.

איינס און צוויי ברענגט זייער שטארק ארויס די קליינקייט פון די קאר, אן דעם וואס עס זאל זיין א בילד דערפון.
צוגעלייגטע
20.jpg
02
19.jpg
01
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:11 pm

די עד ברענגט שטארק ארויס 'מיר פיטען איבעראל אויך דארט ווי אנדערע קענען זיך נישט אן עצה געבן'.
צוגעלייגטע
22.jpg
03
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:15 pm

און די צוויי זעט מען די בענעפיטס וואס מען האט פון די קליינקייט פון די קאר, פארק ווי אימער ממש ווי א שפילצייט/בייציקעל.
צוגעלייגטע
13.jpg
04
2.jpg
05
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:22 pm

בילד 6 האט מיר גענומען ביז איך האב געכאפט וואס זיי ווילן, ווען איך האב עס ענדליך געכאפט האב איך אויסגעשאסן פון די איידיע.

אויב כאפסטו עס נאכנישט קוק אויף בילד 7.
צוגעלייגטע
8.jpg
06
9.jpg
07
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:34 pm

די צוויי זענען מיר אויסטערליש געפאלן.
די בילדער זענען גענומען אין א 360 ענגעל וואס דאס איז א קונץ פאר זיך (הגם היינט צו טאגס מיט די מאדערענע קעמרעס איז עס אסאך גרינגער, און אויך איז דא סקריפט דערפאר אין פאטאושאפ) און די ווערטער זענען:
Smallest turning circle.

08 איז א עלעוועטער
09 איז א טעלעפאון בודקע.
צוגעלייגטע
7.jpg
08
6.jpg
09
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:36 pm

פארנוצט ווייניגער געז.
צוגעלייגטע
12.jpg
10
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:39 pm

און די סמארט קאר איז אויך שטארק.


די ווערטער: שטערקער ווי עס זעט אויס.
צוגעלייגטע
11.jpg
11
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 4:14 pm

ביז אהער פון סמארט קאר (אז איינער האט נאך וואס איך האב נישט געלייגט קען ער ממשיך זיין)
ביזדערווייל וועל איך ברענגען א עד פון א אנדערע קאמפאני וועלכע עדווערטייזד רעדיעטארס פארן ווינטער די עד איז מער היימיש און איז גאנץ שטארק.
צוגעלייגטע
delonghi-radiator.jpg
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 5:45 pm

די סמארט קאר עדס זענען משוגע צו ווערן פון דער וואס איז אויפגעקומען מיט די איידיעס, אבער עס האט נישט צופיל מיט 'גרעפיקס' צו טוהן...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 6:01 pm

פארוואס זאגסטו אזוי, רוב פון די זאכן זענען שטיקער פאטאשאפ.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 6:48 pm

סארי, איך פארשטיי נישט 8 און 9, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 6:57 pm

אט ברענג איך נאך איינס.
טאקע נישט פאר א קאמפאני וואס קויפט און פארקויפט נאר ענדערש פאר א מאוומענט, די מאוומענט וועלכע אונזער געוועזענער וויצע פרעזידענט על גאור האט אנגעפירט, גלאובעל ווארמינג.
כאטש איך בין גאנץ א קנאפער חסיד פון די אלע שטותים בין איך מורא'דיג אנטציקט פון די קרעיטיוויטי פון די פאלגענדע עד.

די ווערטער, אויבען שטייט:
we are running out of time

אונטען:
act now before it's too late.
צוגעלייגטע
11.jpg
לעצט פאראכטן דורך גימעל אום דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 7:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 7:12 pm

יישר כח גימעל, א קריעטיוו אשכול פון וואס אסאך וועלן הנאה האבן

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 7:44 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:סארי, איך פארשטיי נישט 8 און 9, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין


איך וועל פרובירן.

נארמאל א בילד וואס ווערט גענומען מיט א קעמרע כאפט אפ אלעס וואס איז פארענט פון דעם, דאס איז ביי א פשוט'ע קעמרע, איז אבער דא צו קויפן א ספעשיל לענס וואס קען כאפן נישט נאר דאס וואס איז פארענט פון דיר נאר אויך פון די זייטן. למשל, ביי א רבי'שע שמחה (אדער יעצט כ"א כסליו) ווען מ'וויל נעמען א בילד ווי מ'זאל זען נישט נאר איין זייט פון די ציבור, קען מען מיט א לענס אריינכאפן אויך די זייטן. און דאס קען גיין ביז 180 דעגרי דאס מיינט פון די ווייטסטע פונקט אויף מיין רעכטע זייט ביז די ווייטסטע פונקט אויף מיין לינקע זייט.

איז אבער דא מענטשן וואס ווילן האבן א 360 דעגרי בילד, אזוי ווי ווען מען לערנט גיאגרעפי האט מען א מאפע פון די גאנצע וועלט אויפאמאל כאטש נארמאל איז נישט מעגליך צו זען די גאנצע וועלט אויפאמאל, ווייל ווען די קוקסט אויף מזרח פון די וועלט איז מעריב אונטער דיר, און מיט די מענטשליכע אויג איז נישט מעגליך צו זען מער ווי 180 דעגרי אויף אמאל (חוץ די רבי'ס אין חדר וועלכע פארמאגן אויגן פון הונטן...) נעמט מען אפיר א אלטע פשוטע וועג וואס מיט דעם מאכט מען זייער אסאך 'פאנאראמיק פיקטשערס.

א פאנאראמא פיקטשער איז ווען מ'וויל האבן א גאר ברייטע בילד וואס די לענס נעמט נישט אריין די גאנצע אויף אמאל, נעמט מען עטליכע בילדער וואס יעדע בילד הייבט זיך אן דארט ווי די פאריגע האט זיך גע'ענדיגט און מ'שטעלט עס צוזאם.

די זעלבע זאך טוט מען צו שאפן א 360 ענגעל בילד, מ'שטעלט זיך אראפ אינמיטן א ברייטן פעלד און מ'נעמט זיך קנאקען פיקטשערס, מ'דרייט זיך צוביסלעך ביז מ'קומט אן צוריק צום ערשטן פלאץ. נאכדעם שטעלט מען עס צוזאם און מ'האט א '360 פאנאראמע בילד'. (זע בילד דא אונטען.)

און דאס האט סמארט געטון ביי די צוויי עדס (זיי האבן נאך נאר איך האב געלייגט נאר די צוויי), ביי 8 איז דער פארטאגרעפער געשטאנען אין א עלעוועטער געכאפט א בילד נאך א בילד רינגט און ארום און צוזאם געשטעלט א 360 בילד, און די זעלבע האט ער געטון ביי 9 און א פובליק פאון בודקע, און די איידיע איז זייער שטארק ארויסגעברענגט.
צוגעלייגטע
park.jpg
360 בילד און א פארק.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 7:49 pm

גימעל האט געשריבן:פארנוצט ווייניגער געז.

אדער אז עס גייט אריין ווייניגער געז :wink:
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 7:52 pm

ביקסאד האט געשריבן:
גימעל האט געשריבן:פארנוצט ווייניגער געז.

אדער אז עס גייט אריין ווייניגער געז :wink:

ביידע.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 8:14 pm

א געוואלדיגער שקויעח ר' גימעל, א ביוטיפול הסבר, איך האב באמת הנאה געהאט. איך מיין אז דו זאלסט ווערן א מגיד שיעור אז דו קענסט אזוי גוט מסביר זיין (ווער ווייסט, אפשר ביסטו טאקע). עניוועי, סאו זיי טרייען דא מרמז צו זיין אז דער קאר פיט אריין אין די עלעוועיטער און אין די פאון בודקע?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 8:16 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:א געוואלדיגער שקויעח ר' גימעל, א ביוטיפול הסבר, איך האב באמת הנאה געהאט. איך מיין אז דו זאלסט ווערן א מגיד שיעור אז דו קענסט אזוי גוט מסביר זיין (ווער ווייסט, אפשר ביסטו טאקע). עניוועי, סאו זיי טרייען דא מרמז צו זיין אז דער קאר פיט אריין אין די עלעוועיטער און אין די פאון בודקע?


נישט נאר דאס, איך האב שוין אויבען געשריבן זייער קאפי אויפן עד: Smallest turning circle
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 8:23 pm

סארי נאכאמאל פאר מיין בטלנות, וואס פונקטליך מיינט דאס?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » זונטאג נובעמבער 28, 2010 2:48 pm

עס איז נישט ממש דא אזא טערמין ביים קויפן א קאר, אבער עס מיינט די שטח סייז אין וואס די קאר קען מאכן א פולער טורן (יו טורן).

איך האב פונקט אנגעטראפן נאך א עד פון די 'ניסאן' קאר קאמפאני וואס נוצט ענליכע ווערטער מיט גאר א קריעטיוו בילד פון זייערס א קאר.
(איך וואלט עס מתחילה נישט געלייגט, איך וויל נישט בלייבן סטאק ביי קארס...)
צוגעלייגטע
nissan-micra-smallest-turning-circle-small-99364.jpg
ניסאן עד
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 9:32 am

מען קען טאקע נישט שטעקן בלייבן ביי קארס אבער ווען סאיז גיט איז עס גיט
דאס איז נאך אן עד פון סמארט קאר
צוגעלייגטע
451.jpg

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 9:34 am

סהאט גענומען א מינוט ביז כאבעס געכאפט
צוגעלייגטע
dont-jump.jpg

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 11:35 am

מורא'דיג! שכוח גימעל והשאר!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 11:53 pm

נאכאמאל, א גרויסן שקויעח ר' גימעל. זייער גוט ארויסגעברענגט.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 7:52 am

צים פינטעל איך כאפ עס נישט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט