בלאט 3 פון 723
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:50 pm
דורך הויכער
דאס איז גאר נישט קיין חידוש, דאס איז אבסאלוט א טעות
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 1:16 pm
דורך פאכמאן
שלמי האט געשריבן:כ'זעה נישט עפעס חידושים אין דעם עד, אויסער אז דער פאטאגרעפירער האט געמאכט א מעכטיגע ארבעט און אזוי שיין ארויפגעשיינט דעם ליכטיגקייט פון הויז ארויף אויפן שניי.
ביסטו אפשר א גרעפיקער? אויב יא, מעגסטו שוין וויסן עס גייט נישט אזוי... ס'טרעפט זיך נישט אזוי פיקטשער'ס וואס זענען "פונקט" צוגעפאסט צום באדערפעניש.
אז א בילד אויף א עד זעהט דיר אויס זייער גוט, האט דער גרעפיקער געמאכט א פיינע דשאב מיט'ן עדיטן דעם בילד (עפ"י רוב).
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 1:24 pm
דורך מבין נומ 1
כ'שטים מיט פאכמאן, קוק ווי דער מנורה שאטנ'ט זיך אויף דער שניי, דאס איז נישט קיין פאטאגראפיע! און לערן זיך אויס: קענסט האבן די שענסטע פאטאגראפיע, אן א גוטע גראפיקער איז עס גארנישט ווערד...
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 1:39 pm
דורך מאנאגרעמס
איך וואלט געזאגט אז S&S איז זייער גוט אין אילוסטרעיטאר אבער נישט אזוי גוט אין פאטאשאפ. נעמט למשל די G&G עד, די בארדער און די טעקסט איז מורא'דיג. די פיקטשער חלק קען ווען בעסער זיין.
אבער ווען א מענטש קוקט דאס אן ווארפט דאס זייער שיינע קאלירן און דאס איז וואס א מענטש כאפט היינט.
לגבי די דארט/פלינק עד, די לאגא איז מורא'דיג אבער טעקסט מעג ער זיך אביסל צולערנען.
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 2:54 pm
דורך פאכמאן
מאנאגרעמס האט געשריבן:לגבי די דארט/פלינק עד, די לאגא איז מורא'דיג אבער טעקסט מעג ער זיך אביסל צולערנען.
דו גלייכסט נישט די פאנט? אדער די טעקסט 'סעטינג'.
לדעתי איז די סעטינג זייער פיין.
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 3:35 pm
דורך מאנאגרעמס
איך קען נישט פינפוינטן אויף א ספעציפישע זאך, זיין טעקסט כאפט אבער נישט מיין אויג.
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 4:07 pm
דורך שלמי
פאכמאן האט געשריבן:שלמי האט געשריבן:כ'זעה נישט עפעס חידושים אין דעם עד, אויסער אז דער פאטאגרעפירער האט געמאכט א מעכטיגע ארבעט און אזוי שיין ארויפגעשיינט דעם ליכטיגקייט פון הויז ארויף אויפן שניי.
ביסטו אפשר א גרעפיקער? אויב יא, מעגסטו שוין וויסן עס גייט נישט אזוי... ס'טרעפט זיך נישט אזוי פיקטשער'ס וואס זענען "פונקט" צוגעפאסט צום באדערפעניש.
אז א בילד אויף א עד זעהט דיר אויס זייער גוט, האט דער גרעפיקער געמאכט א פיינע דשאב מיט'ן עדיטן דעם בילד (עפ"י רוב).
און די הויז איז עפעס אזוי מעכטיג צוגעפאסט צום סוט סעיל ביי G&G?
רוב מאל נאכן דאונלאודען א בילד פון אייסטאק וועט מען נישט מער ווי טוישן דעם הימל אביסל, אויסער אויב מען דארף עס צופאסן צום מעמד (וואס ווי גערעדט איז נישט שייך דא, ווייל סיי וועלכע הויז וואלט דא גוט געשטאנען).
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 4:10 pm
דורך מבין נומ 1
טשעלענזש: אויב איינער טרעפט דעם בילד אויף אייסטאק ביטע אהערלייגן... (מיין מיינונג, ס'איז ווייט נישט די זעלבע בילד)
אגב: פון לייגן שניי אויף די ווארט סעיל רעדסטו נישטעמאל
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 6:05 pm
דורך שמערי בערי
מבין, איך האב געווארט אז איינער זאל שוין רעדן צום זאך...
דער ציבור האט דא שטיקל פוינט, אבער גיי קוק דעם ארגינעלן בילד (וואס אגב האב איך עס), ס'ליגט דא ארבעט! פינטל. איך וויל נישט לייגן דעם בילד דא, ווייל איך וויל נישט אז ס'זאל אריינגיין אין א טענה'ריי צו יא אדער נישט גוט געמאכט.
נאך איין נקודה: "טרעפן א גוטע בילד (און עס נוצן אויפן ריכטיגן וועג) איז אויך א חכמה"!
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 7:29 pm
דורך הויכער
דא האט איר די לינק פון די הויז, ארבעט אריינגעלייגט....
http://www.shutterstock.com/pic-3238281 ... scape.html(איך ווייס נישט פארוואס מען מאכט א סוד פון ווי די פיקטשער קומט, מיט איין קליינע סוירטש, ויבא)
ואגב האט איר די פייגל פון די פלינק עד
http://www.shutterstock.com/pic-2401515 ... light.html
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 11:36 pm
דורך צים פינטעל
הויכער האט געשריבן:דא האט איר די לינק פון די הויז, ארבעט אריינגעלייגט....
אבער נאך ווי אריינגעלייגט א ארבייט, מנורה, געיט, לבנה.. א.א.וו.
געשריבן: פרייטאג יאנואר 08, 2010 9:07 am
דורך למעלה משבעים
איך בין בכלל נישט קיין גרעפיקער, אבער מיין מיינונג וועל איך דא שרייבן.
איך מיין אז די עד פון G&G איז הערליך און כאפט די אויג, איי די עד ברענגט נישט ארויס וואס זיי טוען, איך מיין אז מען דארף דאס נישט פאר קיינעם יעדער ווייסט וואס G&G איז, מען ברויך פשוט ארויסברענגן אז עס איז דא א סעיל לכבוד חנוכה, וואס דאס האב איך געזען פון די ערשטע רגע.
די עד פון פלונק, איך האב נישט קיין מושג וואס די קאמפאני איז, יעצט איז אזוי איך שטיי און קוק שוין אפאר מינוט אויף די ערשטע עד צו זען פון די גרויסע ווערטער אדער פון די בילד, וואס די קאמפאני איז, אבער אין קול ואין עונה, איך זע פייגלעך וואס זענען מיר מודיע אז דאס איז פאר יעדעם נוגע.
די צווייטע עד, דארט זעט מען שוין אז דאס איז א דעליווערי, אבער איך מיין אז עס וואלט געדארפט מער ארויס שרייען אז זיי דעליווערן נישט נאר פאר א גראסערי. נאר זיי ברענגן און טראגן אנשטאט דיר (אויב איך פארשטיי גוט איז דאס וואס זיי טון).
לגבי דאס וואס טייל טענה'ן אז די G&G עד איז צו געפאטשקעט, קודם כל, ווענד זיך פארוועם מען מאכט דעם עד, פאר א גרעפיקער קען זיין איז עס צוגעפאטשקעט, אבער פאר מיר האט עס געכאפט די אויג מער ווי די אנדערע, ווען איך זע אזא עד אין עני פלאץ שטעל איך זיך אפ, וואוי מה זה, און איך זע גלייך וואס דא טוט זיך. משא"כ א עד וואס איז נישט געפאטשקעט, עס שרייט נישט ארויס, פלי איך עס דורך, אפילו דא אויף די עד פון פלונק האב איך געכאפט א בליק דערויף און נישט געכאפט אויפן מינוט מה זה ועל מה זה, און איך האב זיך נישט אפגעשטעלט דורך ליינען צו וויסן וואס דאס איז, אבער די עד פון G&G האב איך זיך אפגעשטעלט אפילו איך ווייס וואס די קאמפאני איז, אבער דווקא די קאלירן האבן מיר געמאכט זיך אפשטעלן.
ווייטער לגבי שיינקייט, איך מיין אז די פלונק עד פעלט אסאך, סיי די חלק פון די הימל ביי די ערשטע עד איז עפעס נישט קיין הימל געהעריג פעלט וואלקן אדער איך ווייס נישט וואס, עפעס קוקט עס נישט אויס ווי קיין הימל, און ביי די צווייטע עד די קאר וואס פארט דארט ליגט עפעס נישט די זאך אויפן דאך געהעריג, און די קאר זעט מיר אויס ווי עס פארט בארג ארויף, און די ראוט איז בארג אראפ.
כנלע"ד העני'.
געשריבן: פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:04 am
דורך עס עפעס
דאס וואס למעלה שרייבט איבער די ערשטע עד פון פלינק אז מכאפט נישט וואס די פירמע איז, קלער איך אז דו טרייבסט איבער.
יעדער (וואס קען אביסל די וועלט) כאפט אז מרעדט דא פון א מעסענדזשער פירמע און עס איז נישטא קיין בעסערע וועג וויאזוי ארויסצוברענגען מעסענדזשער, ווי א פייגל וואס דאס פלעגט זיין מעסענדזשער אלע יארן ביז ווען עלעקראנישע מכשירים ווי קארס, טעלעפאון, פעקס און אימעיל האבן איבערגענומען טיילווייז דער וועג וויאזוי משיקט זאכן איינער צום צווייטן.
און כפרוביר שוין צו דערגיין דיין פראבלעם וואס דו האסט מיטן בארג און דער קאר, אבער איך זעה נישט וואס עס פעלט פאר די גראדקייט דארטן, אבער איך קען פארשטיין דיין סטייל. האסט ליב רעש'יג און קאלירט, און דער עד איז מער סאליד און רואיג. על טעם וריח...
געשריבן: פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:18 am
דורך מבין נומ 1
איך טראכט אז פלינק לאגא אליין זאגט וואס די קאמפאני איז, מ'ברויך עכט נישט קיין פייגל, קאַרן, דאס איז נאר לרווחה דמילתא... (אפשר וואלט ער טאקע געדארפט מאכן די לאגא א פייגל? כ'זאג סתם נאך א געדאנק)
אקעי, גענוג געווען מיט דעי דריי עדס, שמערי כ'דיך דאך געשיקט אזא צען עדס פון פארשידענע גראפיקערס צוזאמענגעקליבן, איינס שענער פונעם צווייטן, אלס ראשעקאל וואלסטע געמעגט האבן עפעס פראטעקציע ארויפצולייגן דא בילדער...
געשריבן: פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:49 am
דורך הויכער
צים פינטעל האט געשריבן:הויכער האט געשריבן:דא האט איר די לינק פון די הויז, ארבעט אריינגעלייגט....
אבער נאך ווי אריינגעלייגט א ארבייט, מנורה, געיט, לבנה.. א.א.וו.
ווער עס קען נאר אביסל פאטאשאפ דארף נישט זיין קיין שום שוועריגייט צו צולייגן די מנורה מיט די שעדוי
(די איידיע איז געוואלדיג)
געשריבן: פרייטאג יאנואר 08, 2010 11:24 am
דורך שמערי בערי
גוט, עמיר גיין ווייטער נאך א עד ארויף ברענגען.
געשריבן: פרייטאג יאנואר 08, 2010 12:17 pm
דורך מבין נומ 1
דער עד איז א סימבאל פון קלאסישע גראפיקס, דורך מאיר טעסלער, קלעסיק אימעדש, כשמו כן הוא...
געשריבן: מוצ"ש יאנואר 09, 2010 6:02 pm
דורך הויכער
מה נאמר ומה נדבר, די עד רעדט פון זיך אליינס וואס דאס וויל ארויסברענגען אבער פארוואס דארף זיין גרין אינטער די דאנאט למע"ה? אפשר קען דאס איינער מסביר זיין
יעצט וועט אודאי למעלה משבעים קומען און זאגען אז די אויג כאפט נישט די עד, עליך אים זאגן ביסט גערעכט, עס איז דא צוויי מיני קאלירן וואס מען קען ניצן, S&S ניצט אייביג די דארק קאלארס, און וועט קיינמאל נישט אריינלייגן פעסטעל קאלארס, דאס מיינט די לייטערע קאלירן וואס האבן אסאך ווייס אין זיך
אבער די איידיע דא איז געוואלדיג!
געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:49 am
דורך הערן און לערן
איך זעה נישט די גדולה פון דעם עד, אויב וואלט ער געלייגט א האלבע דאונאט אין דשעם גיסט זיך ארויך לויט די שעפ פון די סימבאל וואלט עס געווען א שיין שטיקעל
געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 12:24 pm
דורך 3x0
קוקענדיג אויף די עד האב איך אויך געטראכט אז אין עפעס א וועג דארף זיך ווען גיסן פון די דאונאט מיט די דזשעם די סימבאל.
און אויף וויל ער עס דוקא אויף די דאונאט, קען עס זיין אריינגעקראצט אין טשאקלאט פון א דאונאט אדער אפגעווישט די קאנפעקשן שוגער (אזויווי מען שרייבט אויף א שמיציגע פענסטער "וואש מי"...), אדער זאל עס זיין געקאווערד מיט ווייסע ספרינקעלס, און די סימבאל זאל זיין מיט רויטע ספרינקעלס.
אבער אפילו אזוי קוקט עס אויס זייער גוט, מען כאפט גראד פון וואס עס רעדט זיך.
געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 12:29 pm
דורך סימקאוויטש
הערן און טריאו: איר האט ביידע געוואלדיגע ראיונות
אבער זעהט זיך אויס אז פאר מאיר איז דאס פונקט נישט איינגעפאלן בשעת'ן מאכן די עד
איך מיין אז מען וואלט שוין געמעגט ארויף לייגן נאך אפאר עדס
(און אויב מעגליך אויפשליסן די בילדער סומטוכע, און לאזן דא ארויפלייגן בילדער)
געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 12:31 pm
דורך מבין נומ 1
הערן, און טריאו: עטס זאגסט זייער גוט, און כ'גלייב אז אויב וואלט איר עס געזאגט פארן גראפיקער וואלט ער עס אפי' געמאכט, סאיז פונקט אזוי גרינג ווי טון וואס ער האט דא געטון, איך זע אסאך מאל מענטשן קומען זאגן פאר א גראפיקער "וואלסט געקענט טון אזוי און אזוי", יישר כח, וועגן דעם האב איך אנאנדער מח וואס לויפט אנדערש, און טראכט אנדערש.
למעשה אויף דעם עד וואס צילט צו זיין קלאסיש, זע איך נישט וואס די חילוק איז ווי די לאגא ליגט, סאיז שיין סאיז קלאסיש, וואס פעלט אויס מאכן אנדערש?
די גרין אונטן פארשטיי איך אויך נישט, וואס טאקע מיינט דאס?
איינער האקט אריין... יוי ער זאגט די זעלבע זאך ווי מיר!
געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 12:34 pm
דורך שמערי בערי
הרב סימקאוויטש, דער עד איז נאך קוים דא געווען, לאז נאך מגיב זיין (איך וויל נאך אויך צוריק קומען מיט מיינע צוויי צענט).
געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 12:41 pm
דורך סימקאוויטש
איך מיין עס וואלט כדי געווען צו לייגן צווי אדער דריי אויפאמאל
זויווי איר האט געטוהן די פאריגעס מאל! , אזוי וועט מען האבן מער פון וואס צו רעדן
אבער א גרויסע יישר כוח עניוועי פאר די ארבעט וואס די לייגסט אריין ביז אהער
געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 12:46 pm
דורך גימעל
די גרינקייט זעט אויס (אין מיינע אויגן) קומט פון די לייטינג בשעתן כאפען די פיקטשער.
ס'איז מורא'דיג א 'קלאסישע' עד..